- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין די היסטאָרישע סוזשעטן, מיט וועלכע איך אַליין האָב זיך באַשעפֿטיקט, האָט זיך עפּשטיין "באַוויזן" עטלעכע מאָל: ווי אַן ערנסטער ליטעראַטור-קריטיקער אין די יאָרן ערבֿ און בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה, ווען ער האָט געוווינט אין אַמעריקע; ווי אַ בונדיסטישער טוער אין אוקראַיִנע אין די רעוואָלוציאָנערע יאָרן; ווי דער הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון דער מאָסקווער ייִדישער קאָמוניסטישער צײַטונג "דער עמעס"; ווי אַ שליח פֿון קאָמינטערן, געשיקט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן צו העלפֿן שטעלן אויף די פֿיס די ייִדישע קאָמוניסטישע באַוועגונג; ווי דער רעדאַקטאָר פֿון דעם כאַרקאָווער זשורנאַל "די רויטע וועלט"; ווי דער סעקרעטאַר פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט און דער הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון זײַן צײַטונג "אייניקייט". מע ציטירט אויך עפּשטיינס זכרונות וועגן דעם דיכטער וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי — זיי האָבן פֿאַרבראַכט צוזאַמען עפּעס אַ צײַט אין זומער 1925, בשעת מאַיאַקאָווסקיס נסיעה קיין אַמעריקע. קיין אַמעריקע איז עפּשטיין צום ערשטן מאָל אָנגעקומען אין יאָר 1909. צו יענער צײַט איז ער שוין געווען אַן אויסגעפּרוּווטער טוער פֿון "בונד", געזעסן אַ פּאָר מאָל אין תּפֿיסה. דערנאָך האָט מען אים פֿאַרשיקט אין צפֿון-רוסלאַנד, פֿון וואַנען ער איז אַנטלאָפֿן קיין אויסלאַנד. עפּעס אַ צײַט האָט ער געוווינט אין מערבֿ-אייראָפּע, געאַרבעט אין דער סבֿיבֿה פֿון אַנדערע רוסישע עמיגראַנטן. ער האָט אויך געמאַכט ערשטע פּרוּוון אין ליטעראַרישער טעטיקייט, געמאַכט ליטעראַרישע איבערזעצונגען פֿון רוסיש אויף ייִדיש. גיתּאַי וועט פֿילמירן אַפּעלפֿעלדס "צילי" אויף ייִדיש דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער פֿילם־רעזשיסאָר עמוס גיתּאַי וועט דעם האַרבסט אָנהייבן פֿילמירן אַהרן אַפּעלפֿעלדס דערציילונג "צילי", און האָט באַשלאָסן, אַז די ייִדישע כאַראַקטערן וועלן רעדן אויף ייִדיש. אַוודאי וואָלט דאָס נישט געדאַרפֿט זײַן קיין חידוש, אָבער דער אמת איז, אַז אין האָליוווּד־פֿילמען און אויך אין אייראָפּעיִשע פֿילמען וועגן די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן בעתן חורבן, רעדט מען רק אַנדערע שפּראַכן — פּויליש, דײַטש, ענגליש — אַבי נישט קיין ייִדיש. בײַ אַ וויזיט אין אַמהערסט מיט דער וואַנדערנדיקער "פֿאָלקסבינע־טרופּע", האָב איך נישט פֿאַרפֿעלט די געלעגנהייט זיך צו טרעפֿן מיט מײַן אַלט־יונגן חבֿר, דזשאָרדין קוציק, וואָס איז אַ סטיפּענדיאַנט אינעם "ייִדישן ביכער־צענטער" און לעצטנס אויסגעוויילט געוואָרן, ווי דער נײַער פֿאָרזיצער פֿון "יוגנטרוף". כאָטש דזשאָרדין איז בלויז 24 יאָר אַלט, פֿאַרנעמט ער זיך שוין אַ לאַנגע צײַט מיט דער סאָציאָ־לינגוויסטישער פֿאָרשונג לטובֿת ייִדיש. אויף אַלע פֿראַגעס, וואָס כ’האָב אים געשטעלט, האָט ער אַן אינטערעסאַנטע און אינפֿאָרמירטע מיינונג. דערמיט וויל איך אַרויסהייבן, אַז פּסח נעמט אין זיך אַרײַן אַ שלל מיט סימבאָליק, קונסט, פֿאָלקס־אויסדרוק, וואָס דעקט נישט נאָר די געשיכטע פֿון יציאת־מצרים, וואָס ליגט בײַם צענטער פֿונעם יום־טובֿ, נאָר אַ סך מער. דעריבער קען מען פֿאַררעכענען פֿאַרשיידענע מינים לידער ווי פּסח־לידער, כאָטש זיי האָבן נישט קיין דירעקטע שײַכות מיט דער הגדה. כאָטש מיר האָבן נאָך נישט אויסגעשעפּט דעם גאַנצן "זאַפּאַס״ אַמעריקאַנער געוויקסן, וואָלטן מיר איצטער געוואָלט אַריבערגיין אויף אַ טעמע וואָס מיר האָבן דערמאָנט אינעם פֿריִערדיקן אַרטיקל, דעם מין קוקומיס, וואָס ער נעמט אַרײַן, למשל, אוגערקעס און דינקעס. די אוגערקע האָט אַליין אַ טשיקאַווע געשיכטע. בײַם אַרומרעדן דעם קאַבאַק האָבן מיר שוין דערמאָנט, אַז אויף עבֿרית רופֿט מען די אוגערקע "מלפֿפֿון", כאָטש אין די תּנ״כישע צײַטן האָט זי גאָר געהייסן "קישוא". נאָר לאָמיר איבערלאָזן דעם בן-מלך און זיך אומקערן צו דער בת-מלכּה. קודם-כּל, פֿון וואַנען נעמט זיך די אוגערקע? פֿון דרום־מיזרח־אַזיע, וווּ מע האָט געפֿונען רעשטלעך אוגערקע-קערעלעך וואָס שטאַמען פֿון קנאַפּע 10,000 יאָר צוריק. זי האָט זיך צעשפּרייט איבער דרום-אַזיע און נאָך דעם — איבער דרום־אייראָפּע. די אוגערקע איז די פֿרוכט פֿון אַ ווײַנשטאָק, אָבער האָט נישט דעם טעם פֿון אַ פֿרוכט — אין דער אמתן, האָט זי בכלל אַ שוואַכן טעם, ווײַל זי באַשטייט 90% פֿון וואַסער. חוץ דעם, האָט זי כּמעט נישט קיין וויטאַמינען. נעמט זי אָן דעם טעם פֿון מיט דעם, מיט וואָס מען פֿאַרפּראַוועט זי — אַ שטייגער: פֿונעם קנאָבל, קריפּ/קראָפּ (dill בלעז) און ראָסל בײַם זײַערן. "ווען איך האָב זיך גענומען זוכן נאָך מײַן 'אייגענע’ שפּראַך, האָב איך מיט דער צײַט אַנטדעקט, אַז עס זײַנען דאָ גאַנצע צוויי לשונות׃ אַזעריש און ייִדיש. די שפּראַכן פֿון מײַנע גליקלעכע קינדער־יאָרן, וואָס זײַנען געווען פּאַראַלעל מיט דעם רוסישן לשון. אָבער על־פּי עפּעס אַ מיספֿאַרשטייעניש, האָב איך זיי ניט אויפֿגענומען". אַזוי שרײַבט דער מאָסקווער שרײַבער אַפֿאַנאַסי מאַמעדאָוו אין איינער פֿון זײַנע לעצטע דערציילונגען. מאַמעדאָוו איז געבוירן געוואָרן אין באַקו אין אַ געמישטער משפּחה. פֿונעם פֿאָטערס צד שטאַמט ער פֿון רײַכע ייִדישע סוחרים, וואָס האָבן בהדרגה אָנגעוווירן זייער עשירות בעת דער סאָוועטישער תּקופֿה. זײַן מאַמע קומט פֿון אַן אַזערבײַדזשאַנער פֿאַמיליע, וואָס האָט אויך פֿאַרנומען אַ חשובֿן אָרט אין דער שטאָט. מיט זיבן יאָר צוריק איז אַרויס מײַן בוך אונטערן טיטל In Harness, וואָס איז (דער טיטל, הייסט עס) אַן איבערזעצונג פֿון "אין שפּאַן" — אַזוי האָט געהייסן דער ייִדישער ליטעראַרישער זשורנאַל, וואָס האָט זיך באַוויזן אין 1926 און ניט דערלעבט ביזן סוף פֿון יענעם יאָר. דוד בערגעלסאָן איז געווען די צענטראַלע פֿיגור אין דעם זשורנאַל, און זײַן אַרטיקל וועגן די דרײַ ייִדיש-צענטערס, מיטן אָפּגעבן די בכורה דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און ניט פּוילן צי אַמעריקע, איז געוואָרן אַן ענין, וועלכן מע האָט הייס אַרומגערעדט אין דער ייִדישער פּרעסע. דעם ענין פֿון די צענטערס פֿאַרגעסט מען ניט אויך עד-היום-הזה, לכל-הפּחות — אין דער אַקאַדעמישער ליטעראַטור. צוויי גרויסע ייִדישע מוזיק־פֿעסטיוואַלן אין פֿירט, דײַטשלאַנד, קומט פֿאָר איינער פֿון די גרעסטע קלעזמער־פֿעסטיוואַלן אין דער דײַטשער שטאָט פֿירט, פֿונעם 9טן מאַרץ ביזן 18טן מאַרץ. דאָס יאָר, וואָס איז דאָס 13טע פֿונעם פֿעסטיוואַל, וועלן 125 מוזיקער פֿון 15 לענדער זיך באַטייליקן אין 30 קאָנצערטן אינעם "אינטערנאַציאָנאַלן קלעזמער־פֿעסטיוואַל פֿירט". עס וועלן אויך פֿאָרקומען טאַנץ־ און מוזיק־וואַרשטאַטן און פֿילם־פּרעזענטאַציעס. גיט אַ קוק אויף דער וועבזײַט: http://www.klezmer-festival.de מיט אַ יאָר פֿופֿציק צוריק האָט אוריאל ווײַנרײַך ע״ה אָפּגעדרוקט אַן אַרבעט Is a structural dialectology possible?. וואָס האָט ער דערמיט געוואָלט אַרויסברענגען? אַז ס׳איז נישט גענוג בלויז אָנצוּווײַזן, אַז אין ליטווישן ייִדיש זאָגט מען, למשל, אויף bottom "דעק", אין פּוילישן ייִדיש "באָדעם" און אין אוקראַיִנישן ייִדיש — "דנאָ". מע מוז אויך וויסן, אַז אין די אַנדערע דיאַלעקטן איז יאָ דאָ אַ וואָרט "דעק", אָבער ס׳איז דווקא טײַטש cover — דאָס הייסט, דאָס אייבערשטע, נישט דאָס אונטערשטע. און אַז דאָס פּויליש-ייִדישע "באָדעם" קערט זיך עטימאָלאָגיש אָן מיטן וואָרט "בוידעם" — וואָס ס׳מיינט דאָס אייבערשטע, נישט דאָס אונטערשטע — דאַרף מען אויך האָבן אין זינען. מיט איין וואָרט, מע מוז זען דאָס וואָרט ווי אַ טייל פֿון אַ סטרוקטור, נישט ווי אַן איינציק וואָרט. ווייסן מיר, אַז טייל ייִדיש-רעדערס זאָגן אויף pumpkin "דיניע" און אַנדערע, ווידער, זאָגן "קאַבאַק". טאָרן מיר מיט דעם זיך נישט באַנוגענען, נאָר מיר מוזן ווײַטער פֿרעגן, אַז דאָרטן וווּ "דיניע" איז pumpkin, וואָס זשע איז דער טײַטש "קאַבאַק"? און פֿון דער אַנדערער זײַט, דאָרטן וווּ "קאַבאַק" איז טײַטש pumpkin, וואָס זשע איז דער טײַטש "דיניע"? יעדע עטלעכע וואָכן, זעץ איך זיך אַוועק מיט מײַן מאַמע, די דיכטערין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, און מיר גיבן אַ קוק, צי עמעצער דערמאָנט זי, אָדער שרײַבט אַ קריטיק פֿון איר, צי אַ רעצענזיע. גאָר גיך האָבן מיר געזען, אַז נישט נאָר מען שרײַבט, נאָר זינגערס און קאַפּעליעס זינגען אירע לידער, רעקאָרדירן אירע לידער, און מיר ווייסן גאָרנישט דערפֿון. אונדזער גרעסטער סורפּריז איז פֿאָרגעקומען, ווען מיר האָבן געפֿונען אויף "יו־טוב", אַז איינער וואָס רופֿט זיך "מײַן זיידי", האָט גענומען דער מאַמעס זינגליד, וואָס זי האָט געשאַפֿן די ווערטער און מוזיק, וועגן דעם חורבן פֿונעם בוקעווינער שטעטל זוויניעטשקע — "געווען אַ מאָל איז אַ שטעטל" — און האָט צוגעפּאַסט פֿאָטאָגראַפֿיעס און צייכענונגען צו באַגלייטן די רעקאָרדירונג פֿונעם קאָמפּאַקטל "אויף די גאַסן פֿון דער שטאָט", אין וועלכער עס זינגט לאָרין סקלאַמבערג פֿון די "קלעזמאַטיקס". די מגילה פֿון י. גויכבערג אַ מאָל איז געווען אַ קעניג אַ נאַר, נאָכן עסן זענען די רביצין און איך אַרויס אויף אַ שפּאַציר און ווען איך האָב באַמערקט וואָס פֿאַר אַ נס עס איז וואָס דער חב״ד קען אויסהאַלטן אַזוי פֿיל שליחות־הײַזער איבער דער וועלט, האָט זי געלאַכט און געענטפֿערט "הלוואי! יעדעס פּאָרפֿאָלק וואָס ווערט געשיקט אָנהייבן אַ חב״ד־הויז, דאַרף אַליין געפֿינען די פֿאָנדן זיך אויפֿצוהאַלטן. ברוך־השם, מיר האָבן זיך באַקענט מיט עטלעכע ברייטהאַרציקע ייִדן דאָ, אָבער קיין גרינגע אַרבעט איז עס נישט..." ערשט דעמאָלט האָב איך פֿאַרשטאַנען ווי שווער עס איז די אַרבעט נישט בלויז פֿון די חב״ד־שליחים, נאָר אויך פֿאַר זייערע פֿרויען. די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז אין ניו־יאָרק פֿאָרגעקומען די יערלעכע קאָנפֿערענץ לכּבֿוד אָט די פֿרויען. כּמעט 3,000 שלוחותטעס פֿון 84 לענדער פֿון דער וועלט, אַרײַנגערעכנט פֿאַרוואָרפֿענע ווינקלען ווי טאַסמאַניע, וויעטנאַם און קינשאַסאַ, האָבן זיך באַטייליקט אינעם זעקס־טאָגיקן צוזאַמענפֿאָר, וואָס איז אויסגעקומען, ווי יעדעס יאָר, נאָענט צום יאָרצײַט פֿון דער רביצין חיה־מושקע שניאורסאָן, די פֿרוי פֿונעם לעצטן ליובאַוויטישער רבין, מנחם־מענדל שניאורסאָן. במשך פֿון דער וואָך האָבן רבנים, שול־דירעקטאָרן און גײַסטיקע רעדנער אָנגעפֿירט מיט פֿאַרשידענע קלאַסן און וואַרשטאַטן, כּדי צו געבן די שלוחותטעס חיזוק פֿאַר זייער אַרבעט, און מ׳איז אויך געפֿאָרן צום רבינס אוהל און דער רביצינס קבֿר. דערצו האָבן די שלוחותטעס געהאַט פֿאַרשידענע געלעגנהייטן זיך צו פֿאַרבינדן מיט אַנדערע דעלעגאַטינס איבער דער וועלט, און זיך צו זען מיט אַלטע גוטע פֿרײַנדינעס. די קאָנפֿערענץ איז דורכגעפֿירט געוואָרן אונטער דער אויפֿזיכט פֿונעם בילדונג־אָפּטייל פֿון חב״ד־ליובאַוויטש, "מרכּז לעניני חינוך". |