צוויי גרויסע ייִדישע מוזיק־פֿעסטיוואַלן
דער "ייִדיש־פֿעסט" אין מאָסקווע, 2012 |
אין פֿירט, דײַטשלאַנד, קומט פֿאָר איינער פֿון די גרעסטע קלעזמער־פֿעסטיוואַלן אין דער דײַטשער שטאָט פֿירט, פֿונעם 9טן מאַרץ ביזן 18טן מאַרץ. דאָס יאָר, וואָס איז דאָס 13טע פֿונעם פֿעסטיוואַל, וועלן 125 מוזיקער פֿון 15 לענדער זיך באַטייליקן אין 30 קאָנצערטן אינעם "אינטערנאַציאָנאַלן קלעזמער־פֿעסטיוואַל פֿירט". עס וועלן אויך פֿאָרקומען טאַנץ־ און מוזיק־וואַרשטאַטן און פֿילם־פּרעזענטאַציעס. גיט אַ קוק אויף דער וועבזײַט: http://www.klezmer-festival.de
דער "ייִדיש־פֿעסט" אין מאָסקווע איז געשאַפֿן געוואָרן פֿון אַנאַטאָלי פּינסקי אין 2005. אין "פֿאָרווערטס" האָבן מיר דעמאָלט אים אינטערוויויִרט. נאָך זײַן פֿרי־צײַטיקן טויט אין 2006, האָבן זײַנע צוויי טעכטער אַנאַ און זויאַ איבערגענומען די לייצעס און פֿירן הײַנט אָן מיטן פֿעסטיוואַל לכּבֿוד זײַן אָנדענק. פֿון אַנאַ פּינסקי האָבן מיר באַקומען דעם ווײַטערדיקן באַריכט.
"ייִדיש־פֿעסט איז דער ערשטער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדישער קלעזמער־פֿעסטיוואַל אין מאָסקווע, און דער גרעסטער אין רוסלאַנד. ׳ייִדיש־פֿעסט׳ האָט צוזאַמענגעבראַכט די בעסטע קלעזמאָרים פֿון דער וועלט, דאָס יאָר — פֿון בעלאַרוס, מאָלדאָווע, לעטלאַנד, פֿינלאַנד, ענגלאַנד, דײַטשלאַנד, עסטרײַך, ישׂראל, קאַנאַדע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די קאָנצערטן קומען פֿאָר אין די פּאָפּולערסטע זאַלן אין דער שטאָט ווי ׳דאָס מאָסקווער אינטערנאַציאָנאַלע הויז פֿון מוזיק׳, און די קלובן ׳איקראַ׳ און ׳מילק׳. די צאָל מענטשן אין עולם איז געוואַקסן פֿון 200 אין 2005 ביז 3,000 אין 2011.
"במשך פֿון די לעצטע זיבן יאָר איז ׳ייִדיש־פֿעסט׳ געוואָרן אַ וויכטיקע אונטערנעמונג אינעם קולטור־לעבן פֿון דער רוסישער קרוינשטאָט און טויזנטער מענטשן קוקן אַרויס אויף דעם. אין 2010 האָט מען אינעם קרעמלין באַצייכנט ׳ייִדיש־פֿעסט׳ ווי ׳די קולטור־אונטערנעמונג פֿונעם יאָר׳ און הײַנט איז ׳ייִדיש־פֿעסט׳ די גרעסטע ייִדישע קולטור־אונטערנעמונג אין רוסלאַנד!
"אין יאָר 2012 איז די טעמע פֿון ׳ייִדיש־פֿעסט׳ געווען דער יום־טובֿ פּורים. וועלט־באַקאַנטע מוזיקער האָבן זיך באַטייליקט ווי: דוד קראַקאַוער, ׳די קלעזמאַטיקס׳, דזשאַש דאָלגין, און פֿון ישׂראל "מאַרש דונדורמאַ"; בסך־הכּל 40 מוזיקער. בײַם סוף־קאָנצערט, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם זאַל ׳אַרענאַ מאָסקווע׳ זענען געקומען 4,000 מענטשן. מע קען באמת זאָגן, אַז דאָס יאָר איז געווען דאָס געראָטנסטע פֿונעם פֿעסטיוואַל און מיר האָפֿן ממשיך צו זײַן מיט דער שיינער טראַדיציע."
וואַרשע: זומער־סעמינאַר פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור
צו די פֿריִערדיקע צוויי רשימות פֿון זומערדיקע ייִדישע שפּראַך־פּראָגראַמען דאַרף מען צוגעבן דעם "אינטערנאַציאָנאַלן זומער־סעמינאַר פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור", וואָס קומט פֿאָר פֿונעם 2טן ביזן 20סטן יולי 2012 אין וואַרשע. די פּראָגראַם ווערט אָרגאַניזירט פֿונעם "שלום־פֿונדאַציע־צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור".
אין דער פּראָגראַם וועט מען זיך קענען לערנען ייִדיש אין פֿאַרשיידענע שפּראַך־קורסן. די סטודענטן וועלן זיך אויך לערנען וועגן דער ייִדישער קולטור אין פּוילן פֿאַר און נאָכן חורבן, זיך באַקענען מיט געבוירענע ייִדיש־רעדערס, גיין אויף טורן איבער וואַרשע, הערן לעקציעס און זיך באַטייליקן אין פֿאַרשיידענע וואַרשטאַטן.
די לערערשאַפֿט וועט באַשטיין פֿון: פּראָפֿ׳ אַבֿרהם ליכטענבאַום, פּנינה מעלער, דניאל גלאַי, אַגאַטאַ קאָנדראַט, פּראָפֿ׳ אַדאַמטשיק־גאַרבאָווסקאַ, דזשעף וואַרשאַוער און דבֿורה שטראַוס. די פֿונדאַציע טיילט אויס סובסידיעס, ספּעציעל פֿאַר סטודענטן פֿון צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּע. דער טערמין אַרײַנצושיקן די אַפּליקאַציע אויף אַ סובסידיע איז דער 6טער מײַ.
צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע, שרײַבט jidysz@sholom.org.pl אָדער קלינגט: 38/37/36 30 620 22 אָדער גיט אַ קוק אויף דער וועבזײַט:www.jidyszland.pl
אַקטריסע חיהלע אַש־פֿורמאַן ניפֿטר געוואָרן
Credit: Bruce Forrester Photography c/o Jewish Music Festival |
צו דרײַ יאָר האָט חיהלע אַש שוין געשפּילט אויף דער בינע. במשך פֿון די ווינטערן האָט זי זיך געלערנט אין שול און געוווינט מיט אירע זיידע־באָבע אין קעשענעוו. ווען די סאָוועטן האָבן אָקופּירט בעסאַראַביע האָט מען געצוווּנגען איר משפּחה צו אַרבעטן אין די פֿעלדער. די מלחמה האָט זי איבערגעלעבט אין אוזבעקיסטאַן. ווען איר טאַטע איז געוואָרן קראַנק אַרבעטנדיק אין פֿעלד האָט מען אים דערשאָסן. דאָרטן האָט חיהלע זיך באַקענט מיטן פּויליש־ייִדישן אַקטיאָר פּסח זיסקינד און זיי האָבן שפּעטער חתונה געהאַט.
זי און איר מאַן און מאַמע האָבן זיך באַזעצט אין פּוילן נאָך דער מלחמה, און געוואָלט עולה זײַן קיין ישׂראל. אָבער דאָס איז זיי נישט אָנגעקומען אַזוי לײַכט. קודם, האָבן זיי געגנבֿעט צו פֿוס די גרענעץ קיין עסטרײַך. אין די שארית־הפּליטה־לאַגערן פֿון דײַטשלאַנד און עסטרײַך האָבן זיי פֿאָרגעשטעלט דעם ייִדישן טעאַטער.
דורך די אַלפּן־בערג זענען זיי, אומלעגאַל, אָנגעקומען קיין איטאַליע, כּדי צו פֿאָרן אויף אַ שיף קיין ישׂראל. אין ישׂראל האָבן זיך אָנגעהויבן נײַע צרות צוליב איר איבערגעגעבנקייט צום ייִדישן טעאַטער. נאָך דעם ווי זי האָט געשאַפֿן אַ טרופּע אין חיפֿה, האָט מען זי אַרעסטירט, ווײַל זי האָט געשפּילט אויף ייִדיש. די אַקטיאָרן האָבן גיך געשאַפֿן אַ יוניאָן און דערלאַנגט אַן אָנקלאָג אין דער ישׂראל־רעגירונג. זיי האָבן געוווּנען דעם פּראָצעס. אין די 1950ער יאָרן איז זי אַרומגעפֿאָרן און פֿאָרגעשטעלט טעאַטער אין אַלע ייִדיש־רעדנדיקע קהילות איבער דער וועלט — דרום־אַפֿריקע, דרום־אַמעריקע, אייראָפּע — און זיך סוף־כּל־סוף זיך באַזעצט, אין 1962, אין פֿילאַדעלפֿיע, די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
אין פֿילאַדעלפֿיע האָט זי זיך געגט מיט זיסקינד און חתונה געהאַט מיטן אַקטיאָר אַרי פֿורמאַן. דאָס פּאָרל האָט אָרגאַניזירט אין דער שטאָט אַ ייִדישן "פֿאָלקס־טעאַטער". אַש איז געפֿאָרן אויף לאַנדישע טורן פֿאַרן "פֿאַרבאַנד" און "אַרבעטער־ריגנ" און געוואָרן אַ קוואַל פֿון ייִדיש־וויסן און בינע־קונסט אין פֿילאַדעלפֿיע. זי איז אויך אויפֿגעטראָטן אין סינאַגאָגעס, ייִדישע קהילה־צענטערס און פֿאַר ייִדיש־קרײַזן. אין 1984 האָט זיך דאָס פּאָרל געגט.
אין 1998 האָט זי זיך באַזעצט אין צפֿון־קאַליפֿאָרניע צו זײַן לעבן איר טאָכטער און אייניקלעך. דאָרטן איז זי ווײַטער אויפֿגעטראָטן און געלערנט ייִדיש מיט אַנדערע, ווי אויך גערעדט וועגן אירע חורבן־איבערלעבונגען פֿאַר די שול־תּלמידים. איר העלדישקייט, ייִדישיזם און ליבשאַפֿט צו ייִדיש האָט אינספּירירט אַנדערע. איינעם אַ זשורנאַליסט האָט זי דערציילט: "איך האָב געשפּילט איבער דער גאַנצער וועלט און די זאַלן זענען געווען געפּאַקט מיט ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן. אויב מיר האָבן פֿאַרלוירן די ייִדישע קולטור צוליב היטלערן, האָט ער געוווּנען די מלחמה. מיר האָבן איבערגעלעבט, אָבער צוליב וואָס? צו מאַכן געלט? עס טוט מיר זייער וויי, ווען איך טרעף אַ ייִד וואָס זאָגט מיט שטאָלץ — ׳איך קען נישט קיין ייִדיש׳. וואָלט אַ פֿראַנצויז געווען שטאָלץ צו זאָגן ׳איך קען ניט קיין פֿראַנצויזיש?׳ וואָס שטאָלצירט איר זיך אַזוי?"
איר צערטל־נאָמען "חיהלע" איז געווען גוט צוגעפּאַסט פֿאַר איר, ווײַל מיט גרויס ליבשאַפֿט האָט מען זיך באַצויגן צו איר. זי האָט געהאַלטן פֿאַר אַ חובֿ צו פֿאַרשפּרייטן ייִדיש און די ייִדישע קולטור, און נישט צו פֿאַרגעסן דאָס עשירות פֿון ייִדיש. לטובֿות דעם אידעאַל האָט זי געשטרעבט איר גאַנץ לעבן. זי האָט ליב געהאַט ייִדיש נישט אויף אַ פּאַסיוון אופֿן, נאָר אַקטיוו געלערנט און געמוטיקט אַנדערע.
זי האָט פֿאַראָבֿלט צוויי קינדער, חנה־פֿייגל אין קאַליפֿאָרניע, און משה זיסקינד אין ישׂראל און זייערע משפּחות. כּבֿוד איר אָנדענק!