- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צוויי גרויסע ייִדישע מוזיק־פֿעסטיוואַלן
אין פֿירט, דײַטשלאַנד, קומט פֿאָר איינער פֿון די גרעסטע קלעזמער־פֿעסטיוואַלן אין דער דײַטשער שטאָט פֿירט, פֿונעם 9טן מאַרץ ביזן 18טן מאַרץ. דאָס יאָר, וואָס איז דאָס 13טע פֿונעם פֿעסטיוואַל, וועלן 125 מוזיקער פֿון 15 לענדער זיך באַטייליקן אין 30 קאָנצערטן אינעם "אינטערנאַציאָנאַלן קלעזמער־פֿעסטיוואַל פֿירט". עס וועלן אויך פֿאָרקומען טאַנץ־ און מוזיק־וואַרשטאַטן און פֿילם־פּרעזענטאַציעס. גיט אַ קוק אויף דער וועבזײַט: http://www.klezmer-festival.de וואַרשע: זומער־סעמינאַר פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור צו די פֿריִערדיקע צוויי רשימות פֿון זומערדיקע ייִדישע שפּראַך־פּראָגראַמען דאַרף מען צוגעבן דעם "אינטערנאַציאָנאַלן זומער־סעמינאַר פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור", וואָס קומט פֿאָר פֿונעם 2טן ביזן 20סטן יולי 2012 אין וואַרשע. די פּראָגראַם ווערט אָרגאַניזירט פֿונעם "שלום־פֿונדאַציע־צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור". אַקטריסע חיהלע אַש־פֿורמאַן ניפֿטר געוואָרן
צו דרײַ יאָר האָט חיהלע אַש שוין געשפּילט אויף דער בינע. במשך פֿון די ווינטערן האָט זי זיך געלערנט אין שול און געוווינט מיט אירע זיידע־באָבע אין קעשענעוו. ווען די סאָוועטן האָבן אָקופּירט בעסאַראַביע האָט מען געצוווּנגען איר משפּחה צו אַרבעטן אין די פֿעלדער. די מלחמה האָט זי איבערגעלעבט אין אוזבעקיסטאַן. ווען איר טאַטע איז געוואָרן קראַנק אַרבעטנדיק אין פֿעלד האָט מען אים דערשאָסן. דאָרטן האָט חיהלע זיך באַקענט מיטן פּויליש־ייִדישן אַקטיאָר פּסח זיסקינד און זיי האָבן שפּעטער חתונה געהאַט. זי און איר מאַן און מאַמע האָבן זיך באַזעצט אין פּוילן נאָך דער מלחמה, און געוואָלט עולה זײַן קיין ישׂראל. אָבער דאָס איז זיי נישט אָנגעקומען אַזוי לײַכט. קודם, האָבן זיי געגנבֿעט צו פֿוס די גרענעץ קיין עסטרײַך. אין די שארית־הפּליטה־לאַגערן פֿון דײַטשלאַנד און עסטרײַך האָבן זיי פֿאָרגעשטעלט דעם ייִדישן טעאַטער. דורך די אַלפּן־בערג זענען זיי, אומלעגאַל, אָנגעקומען קיין איטאַליע, כּדי צו פֿאָרן אויף אַ שיף קיין ישׂראל. אין ישׂראל האָבן זיך אָנגעהויבן נײַע צרות צוליב איר איבערגעגעבנקייט צום ייִדישן טעאַטער. נאָך דעם ווי זי האָט געשאַפֿן אַ טרופּע אין חיפֿה, האָט מען זי אַרעסטירט, ווײַל זי האָט געשפּילט אויף ייִדיש. די אַקטיאָרן האָבן גיך געשאַפֿן אַ יוניאָן און דערלאַנגט אַן אָנקלאָג אין דער ישׂראל־רעגירונג. זיי האָבן געוווּנען דעם פּראָצעס. אין די 1950ער יאָרן איז זי אַרומגעפֿאָרן און פֿאָרגעשטעלט טעאַטער אין אַלע ייִדיש־רעדנדיקע קהילות איבער דער וועלט — דרום־אַפֿריקע, דרום־אַמעריקע, אייראָפּע — און זיך סוף־כּל־סוף זיך באַזעצט, אין 1962, אין פֿילאַדעלפֿיע, די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין פֿילאַדעלפֿיע האָט זי זיך געגט מיט זיסקינד און חתונה געהאַט מיטן אַקטיאָר אַרי פֿורמאַן. דאָס פּאָרל האָט אָרגאַניזירט אין דער שטאָט אַ ייִדישן "פֿאָלקס־טעאַטער". אַש איז געפֿאָרן אויף לאַנדישע טורן פֿאַרן "פֿאַרבאַנד" און "אַרבעטער־ריגנ" און געוואָרן אַ קוואַל פֿון ייִדיש־וויסן און בינע־קונסט אין פֿילאַדעלפֿיע. זי איז אויך אויפֿגעטראָטן אין סינאַגאָגעס, ייִדישע קהילה־צענטערס און פֿאַר ייִדיש־קרײַזן. אין 1984 האָט זיך דאָס פּאָרל געגט. אין 1998 האָט זי זיך באַזעצט אין צפֿון־קאַליפֿאָרניע צו זײַן לעבן איר טאָכטער און אייניקלעך. דאָרטן איז זי ווײַטער אויפֿגעטראָטן און געלערנט ייִדיש מיט אַנדערע, ווי אויך גערעדט וועגן אירע חורבן־איבערלעבונגען פֿאַר די שול־תּלמידים. איר העלדישקייט, ייִדישיזם און ליבשאַפֿט צו ייִדיש האָט אינספּירירט אַנדערע. איינעם אַ זשורנאַליסט האָט זי דערציילט: "איך האָב געשפּילט איבער דער גאַנצער וועלט און די זאַלן זענען געווען געפּאַקט מיט ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן. אויב מיר האָבן פֿאַרלוירן די ייִדישע קולטור צוליב היטלערן, האָט ער געוווּנען די מלחמה. מיר האָבן איבערגעלעבט, אָבער צוליב וואָס? צו מאַכן געלט? עס טוט מיר זייער וויי, ווען איך טרעף אַ ייִד וואָס זאָגט מיט שטאָלץ — ׳איך קען נישט קיין ייִדיש׳. וואָלט אַ פֿראַנצויז געווען שטאָלץ צו זאָגן ׳איך קען ניט קיין פֿראַנצויזיש?׳ וואָס שטאָלצירט איר זיך אַזוי?" איר צערטל־נאָמען "חיהלע" איז געווען גוט צוגעפּאַסט פֿאַר איר, ווײַל מיט גרויס ליבשאַפֿט האָט מען זיך באַצויגן צו איר. זי האָט געהאַלטן פֿאַר אַ חובֿ צו פֿאַרשפּרייטן ייִדיש און די ייִדישע קולטור, און נישט צו פֿאַרגעסן דאָס עשירות פֿון ייִדיש. לטובֿות דעם אידעאַל האָט זי געשטרעבט איר גאַנץ לעבן. זי האָט ליב געהאַט ייִדיש נישט אויף אַ פּאַסיוון אופֿן, נאָר אַקטיוו געלערנט און געמוטיקט אַנדערע. זי האָט פֿאַראָבֿלט צוויי קינדער, חנה־פֿייגל אין קאַליפֿאָרניע, און משה זיסקינד אין ישׂראל און זייערע משפּחות. כּבֿוד איר אָנדענק! |