כאָטש מיר האָבן נאָך נישט אויסגעשעפּט דעם גאַנצן "זאַפּאַס״ אַמעריקאַנער געוויקסן, וואָלטן מיר איצטער געוואָלט אַריבערגיין אויף אַ טעמע וואָס מיר האָבן דערמאָנט אינעם פֿריִערדיקן אַרטיקל, דעם מין קוקומיס, וואָס ער נעמט אַרײַן, למשל, אוגערקעס און דינקעס.
די אוגערקע האָט אַליין אַ טשיקאַווע געשיכטע. בײַם אַרומרעדן דעם קאַבאַק האָבן מיר שוין דערמאָנט, אַז אויף עבֿרית רופֿט מען די אוגערקע "מלפֿפֿון", כאָטש אין די תּנ״כישע צײַטן האָט זי גאָר געהייסן "קישוא". נאָר לאָמיר איבערלאָזן דעם בן-מלך און זיך אומקערן צו דער בת-מלכּה.
קודם-כּל, פֿון וואַנען נעמט זיך די אוגערקע? פֿון דרום־מיזרח־אַזיע, וווּ מע האָט געפֿונען רעשטלעך אוגערקע-קערעלעך וואָס שטאַמען פֿון קנאַפּע 10,000 יאָר צוריק. זי האָט זיך צעשפּרייט איבער דרום-אַזיע און נאָך דעם — איבער דרום־אייראָפּע. די אוגערקע איז די פֿרוכט פֿון אַ ווײַנשטאָק, אָבער האָט נישט דעם טעם פֿון אַ פֿרוכט — אין דער אמתן, האָט זי בכלל אַ שוואַכן טעם, ווײַל זי באַשטייט 90% פֿון וואַסער. חוץ דעם, האָט זי כּמעט נישט קיין וויטאַמינען. נעמט זי אָן דעם טעם פֿון מיט דעם, מיט וואָס מען פֿאַרפּראַוועט זי — אַ שטייגער: פֿונעם קנאָבל, קריפּ/קראָפּ (dill בלעז) און ראָסל בײַם זײַערן.
קיין אייראָפּע איז זי אָנגעקומען דורך וואַרעמע לענדער — גרעקנלאַנד און איטאַליע. בײַ די רוימער איז נישט קלאָר, צי זייער cucumis איז טײַטש אוגערקע, קערביס צי דינקע. אָבער ס׳איז אָנגענומען, אַז דאָס איז אַן אוגערקע.
פֿון וואַנען שטאַמען די ווערטער פֿאַר "אוגערקע"? פֿאַראַן פֿיר פֿאַרשיידענע מקורים: פֿון די אינדישע לשונות, פֿון גרעקיש, פֿון לאַטײַניש און פֿון די באַלקאַנען.
גלײַך פֿון אינדיע קיין איראַן, די אַראַבישע לענדער און טערקײַ איז די אוגערקע געקומען אין איינעם מיטן נאָמען: דאָס אינדישע "קהיראַ" איז אויף פּערסיש און אַראַביש געוואָרן "כיאַר" און אויף טערקיש hıyar. נאָר די אָ נעמען האָבן נישט אָנגעשפּאַרט קיין אייראָפּע. ס’רובֿ אייראָפּעיִשע טערמינען נעמען זיך פֿון גרעקיש — קענטיק, ווײַל דורך גרעקנלאַנד איז די אוגערקע דערגאַנגען צו זיי. נאָר גרעקישע טערמינען זענען דאָ צווייערליי.
דער ערשטער, angouri, נעמט זיך פֿון אַ וואָרט וואָס איז טײַטש 'נישט צײַטיק, גרין’ — אַ פּאַסיקער נאָמען פֿאַר דער אוגערקע. פֿון דעם וואַקסן אַרויס כּמעט אַלע מיזרח־אייראָפּעיִשע נעמען: פּויליש ogórek, טשעכיש okurka, סלאָוואַקיש uhorka, רוסיש ogurets, אוקראַיִניש ohirok, רײַסיש ahurok, אַפֿילו אונגעריש uborka. דאָס וואָס טשעכיש האָט k וווּ מע ריכט זיך אויף h, און אונגעריש b וווּ מע ריכט זיך אויף g, איז אַ סימן, אַז דאָס וואָרט קומט פֿון דער פֿרעמד. דאָס ייִדיש "אוגערקע" איז צום מיינסטן ענלעך צום סלאָוואַקישן uhorka, וואָס איז אַ מאָל געווען ugorka, ווײַל דער ערשטער קלאַנג איז /u/, נישט /o/, און ווײַל דער אַקצענט איז אויפֿן ערשטן טראַף. דאָס פּוילישע ogórek, פֿון דער אַנדערער זײַט, הייבט זיך דאָך אָן מיט /o/ און האָט דעם אַקצענט אויפֿן צווייטן טראַף.
טשיקאַווע, וואָס פֿון סלאַוויש איז דאָס וואָרט אויך אַרײַן אין דײַטשיש, מיט אַן אָפּגעהאַקטן ערשטן קלאַנג: Gurke (נישט Ogurke); אַזוי אויך אין פֿיניש (kurkku) און אַפֿילו אין ענגליש — gherkin, וואָס דאָס איז אָדער אַ קליינע אוגערקע אויף צו זײַערן אָדער אַ זויערע אוגערקע, בפֿרט אין ענגלאַנד (אין אַמעריקע זאָגט מען pickle, פֿאַרשטייט זיך). קען מען אָננעמען, אַז צו די צפֿון־אייראָפּעער איז די אוגערקע איבערגענומען געוואָרן פֿון די סלאַוון, האָבנדיק אין זינען, אַז די אוגערקע וואַקסט נישט נאַטירלעכערהייט אינעם קאַלטן צפֿון־אייראָפּעיִשן קלימאַט.
דאָס צווייטע גרעקישע וואָרט איז pepo, וואָס מיר האָבן שוין געזען זײַן אָפּשלאָג אין עבֿרית ("מלפֿפֿון") און וואָס ס׳איז דער מקור פֿונעם שפּאַנישן און פּאָרטוגאַלישן pepino. נאָר הערט אַ מעשׂה: דאָס דאָזיקע גרעקישע וואָרט איז דאָך טײַטש 'צײַטיק’! איז די אוגערקע מיט איין מאָל סײַ אומצײַטיק, סײַ צײַטיק...
און דאָס לאַטײַנישע? cucumis, וואָס איז אויך דער וויסנשאַפֿטלעכער טערמין פֿונעם מין, איז, אַ פּנים, אַרײַן אין לאַטײַניש פֿון אַ לשון וואָס מע האָט גערעדט אין איטאַליע איידער ס’זענען אַהין אָנגעקומען די אינדאָ־אייראָפּעער. (פֿאַראַן אַ צאָל אַזעלכע "פֿאַראינדאָ־אייראָפּעיִשע" ווערטער, וואָס ס’וועט נאָך אויסקומען זיי אַרומצורעדן, למשל — "ווײַן".) דער גאַנצער וויסנשאַפֿטלעכער נאָמען איז cucumis sativus, וווּ דאָס צווייטע וואָרט, וואָס מע געפֿינט אין אַ סך וויסנשאַפֿטלעכע נעמען פֿון געוויקסן, איז טײַטש 'קולטיווירט’. פֿון "קוקומיס" נעמט זיך דאָס פֿראַנצויזישע concombre און פֿון דעם — דאָס ענגלישע cucumber. לויט די מקורים זענען דאָ ענגלישע דיאַלעקטן וווּ מע רופֿט דאָס געוויקס cowcumber 'בהמה־אוגערקע’, אפֿשר ווײַל מע האָט אַ מאָל געהאַלטן, אַז דאָס פּאַסט נישט פֿאַר קיין מענטשן, און אַז עסן דאַרף עס נאָר אַ בהמה, אָדער ווײַל מע האָט געזוכט פֿאַר אַ נײַ, אומבאַקאַנט וואָרט, אַן אָנשפּאַר אין אַ באַקאַנט וואָרט. (דאָס צווייטע איז אויך נישט איין מאָל פֿאָרגעקומען, והאָ־ראַיה: דאָס פּשוט־פֿאָלקישע sparrowgrass פֿאַר asparagus.)
אין דער באַלקאַנישער קאַטעגאָריע פֿאַלט אַרײַן דאָס רומענישע castravete, וואָס קערט זיך אָן מיטן בולגאַרישן krastavica און מיט ענלעכע ווערטער אין סערבאָ־קראָאַטיש און אַפֿילו אַלבאַניש.
בלײַבט, אָבער, איין נישט-פֿאַרענטפֿערטע שאלה: פֿאַר וואָס זשע הייסט דער געשמאַקער פּוילישער אוגערקע-סאַלאַט, פֿאַרפּראַוועט מיט סמעטענע און צוקער, גאָר mizeria? אַזאַ סאַלאַט איז, חלילה, נישט קיין אומגליק, נאָר אַ גליק...