דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער
פֿון הערשל גלעזער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איינע פֿון די סאַמע אינטערעסאַנטע משפּחות זענען די פּלוצערנדיקע (אויף לאַטײַניש Cucurbitaceae), וואָס זיי נעמען אַרײַן סײַ דעם מין קוקומיס (Cucumis: אוגערקעס, דינקע אאַז״וו, פֿון דער אַלטער וועלט), סײַ פּלוצערן (Cucurbita: קאַבאַק, דיניע אאַז״וו, פֿון דער נײַער וועלט). וועגן דעם לעצטן וועלן הײַנט זײַן די רייד.
מיט אַ יאָר פֿופֿציק צוריק האָט אוריאל ווײַנרײַך ע״ה אָפּגעדרוקט אַן אַרבעט Is a structural dialectology possible?. וואָס האָט ער דערמיט געוואָלט אַרויסברענגען? אַז ס׳איז נישט גענוג בלויז אָנצוּווײַזן, אַז אין ליטווישן ייִדיש זאָגט מען, למשל, אויף bottom "דעק", אין פּוילישן ייִדיש "באָדעם" און אין אוקראַיִנישן ייִדיש — "דנאָ". מע מוז אויך וויסן, אַז אין די אַנדערע דיאַלעקטן איז יאָ דאָ אַ וואָרט "דעק", אָבער ס׳איז דווקא טײַטש cover — דאָס הייסט, דאָס אייבערשטע, נישט דאָס אונטערשטע. און אַז דאָס פּויליש-ייִדישע "באָדעם" קערט זיך עטימאָלאָגיש אָן מיטן וואָרט "בוידעם" — וואָס ס׳מיינט דאָס אייבערשטע, נישט דאָס אונטערשטע — דאַרף מען אויך האָבן אין זינען. מיט איין וואָרט, מע מוז זען דאָס וואָרט ווי אַ טייל פֿון אַ סטרוקטור, נישט ווי אַן איינציק וואָרט. ווייסן מיר, אַז טייל ייִדיש-רעדערס זאָגן אויף pumpkin "דיניע" און אַנדערע, ווידער, זאָגן "קאַבאַק". טאָרן מיר מיט דעם זיך נישט באַנוגענען, נאָר מיר מוזן ווײַטער פֿרעגן, אַז דאָרטן וווּ "דיניע" איז pumpkin, וואָס זשע איז דער טײַטש "קאַבאַק"? און פֿון דער אַנדערער זײַט, דאָרטן וווּ "קאַבאַק" איז טײַטש pumpkin, וואָס זשע איז דער טײַטש "דיניע"?
עס איז נישט קיין גרינגער ענין. אין פֿאַרשיידענע ראַיאָנען איז די טערמינאָלאָגיע אַן אַנדערע — צום באַדויערן האָב איך נישט די פּינקטלעכע געאָגראַפֿישע ידיעות, אָבער ס׳רעדט זיך כּמעט נאָר וועגן דרום-מיזרח-ייִדיש (אוקראַיִנע, באַסאַראַביע, רומעניע), ווײַל בלויז דאָרטן וואַקסן די שײַכותדיקע געוויקסן. איז דער טערמין פֿאַר pumpkin אָדער "דיניע", אָדער "קאַבאַק", אָדער אַפֿילו "טיקווע". (אויב מע זאָגט דאָס ערשטע אָדער דאָס צווייטע האַלט מען, אַז דאָס לעצטע, "טיקווע", איז רוסיש — און ס׳איז אמת, אַז דאָס איז דאָס רוסישע וואָרט פֿאַר pumpkin.) איז לאָמיר שוין שטעלן די אויבנדיקע פֿראַגע: דאָרטן וווּ pumpkin איז "דיניע", וואָס זשע איז "קאַבאַק" (אָדער "קאַבאַקל")? Squash. דאָרטן וווּ pumpkin איז "קאַבאַק", וואָס זשע איז "דיניע"? Cantaloupe. נאָר לאָמיר לאָזן די מעלאָנען אין אַ זײַט, וואָרן דער מין קוקומיס פֿאַרדינט זײַנס אַן אייגענעם אַרטיקל.
פֿון וואַנען נעמען זיך די דאָזיקע טערמינען? קודם-כּל דאַרף מען האָבן אין זינען, אַז פֿון די פּלוצערנדיקע איז דאָ, חוץ פּלוצערן (Cucurbita) און קוקומיס אויך אַ דריטער מין, אַן אייראַזישער — Lagenaria אויף לאַטײַניש, אויף ענגליש gourd און אויף ייִדיש — "קערביס". (אויף דײַטשיש, ווידער, איז Kürbis דאָס וואָרט סײַ פֿאַר קערביס gourd, סײַ פֿאַר דיניע pumpkin, סײַ פֿאַר קאַבאַק squash, און פֿון דײַטשיש איז "קירבעס" אויך אַריבער צו טייל ייִדיש-רעדערס.)
אין ייִדיש איז "קאַבאַק" אַרײַן פֿון רוסיש אָדער אוקראַיִניש; צו יענע איז דאָס וואָרט געקומען אָדער פֿון טערקיש אָדער פֿון אַן אַנדער לשון פֿון דער טורקישער משפּחה — קאַזאַכיש, אוזבעקיש, טורקמעניש, טאָטעריש אאַז״וו. דאָס וואָרט האָט פֿריִער געדאַרפֿט זײַן טײַטש gourd און דערנאָכדעם האָט מען עס אַריבערגעטראָגן אויף די אימפּאָרטירטע pumpkin און squash. ווײַזט אויס, אַז ווען די ערשטע אייראָפּעער זענען אָנגעקומען קיין אַמעריקע און דערזען די דיניע מיטן קאַבאַק, האָבן זיי קודם געמיינט, אַז דאָס איז אַ מעלאָן — וואָס ס׳איז דאָך פֿון אַן אַנדער מין, אָבער פֿאָרט פֿון דער זעלביקער משפּחה — און שפּעטער אים פֿאַרגלײַכט מיטן קערביס (gourd), אויך פֿון אַן אַנדער מין, אָבער אויך פֿון דער זעלביקער משפּחה.
הייסט עס, אַז אויף pumpkin (לאַטײַניש Cucurbita pepo) — אַ גרויסע, אָראַנזשענע פֿרוכט מיט אַ גראָב שאָלעכץ — רעקאָמענדירט שעכטער, אין זײַן באָטאַנישער טערמינאָלאָגיע, "דיניע". אויף קלענערע זאָגט מען אויף ענגליש squash — לאַטײַניש וואַריעטעטן פֿון Cucurbita pepo, פֿון כּלערליי פֿאָרמען, קאָלירן אאַז״וו; אויף ייִדיש — צום אָפֿטסטן "קאַבאַקל", ווי אויך "אַרביזיקל" (פֿ״גל "אַרבוז" watermelon, פֿון פּערסיש דורך טערקיש און רוסיש אָדער אוקראַיִניש) און "באַסטאָניקל". דאָס לעצטע — פֿון רומענישן bostan (אויך פֿון פּערסיש דורך טערקיש; פֿ״גל דאָס לשון-קודשדיקע "בוסתּן" ׳גאָרטן׳). "קאַבאַקל" דערמאָנט אונדז, פֿאַרשטייט זיך, אינעם רוסישן און אוקראַיִנישן kabachok, אַ דימינוטיוו פֿון kabak; דאָס טשיקאַווע דערבײַ איז דאָס, וואָס אין יענע לשונות זאָגט מען בדרך-כּלל נישט kabak אויף קיין געוויקס — אינעם הײַנטיקן לשון איז עס, אַ פּנים, טײַטש ׳קרעטשמע׳, אַ וואָרט אויך פֿון דער טורקישער משפּחה, אָבער נישט פֿאַרבונדן מיטן באָטאַנישן טערמין. די עטימאָלאָגיע פֿון pumpkin איז דאָס גרעקישע וואָרט pepo(n), אַזוי ווי אין pepo (Cucurbita) — אויף גרעקיש איז דאָס וואָרט טײַטש ׳צײַטיק׳ און איז פֿון דער זעלביקער עטימאָלאָגיע וואָס דאָס ייִדישע "קאָכן"! און squash? אַ קירצונג פֿון אַן אינדיאַנער וואָרט, פֿונעם לשון פֿון שבֿט נאַראַגאַנסעט (שטאַט ראָד-אײַלאַנד), asquutasquash, וואָס ס׳איז, אַ פּנים, טײַטש אַן ערך ׳רויע פֿרוכט׳. נאָר בלויז אין אַמעריקע זאָגט מען squash; אין ענגלאַנד זאָגט מען (vegetable) marrow, אַזוי ווי ׳מאַרך׳. פֿאַר וואָס? אפֿשר ווײַל אַ קאַבאַקל איז האַרט פֿון דרויסן, אָבער זייער ווייך אינעווייניק, אַזוי ווי אַ ביין מיט זײַן מאַרך.
אינטערעסאַנט, אַז דאָס שפּאַנישע calabaza האָט קודם געמיינט ׳קערביס׳, אָבער דערנאָך האָט מען עס אַריבערגעטראָגן אויף ׳דיניע׳. שטייט אין וויקיפּעדיע, מע זאָל, חלילה, נישט פּלאָנטערן calabash (קערביס) מיט calabaza (דיניע), כאָטש זיי האָבן (געהאַט) דעם זעלביקן טײַטש און די זעלביקע עטימאָלאָגיע — מסתּמא וואַקסן זיי פֿונעם פּערסישן kharbuz, וואָס דערפֿון וואַקסט דאָך דאָס ייִדישע "אַרבוז" און "אַרביזיקל"...
און אין עבֿרית איז דאָ דער אמתער פּלאָנטער. אויב מע קען בלויז דאָס הײַנטיקע עבֿרית ווייסט מען, אַז דיניע איז ׳דלעת׳ און קאַבאַקל איז ׳קישוא׳. נאָר וואָס דען, אין תּנ״ך איז דאָך נישט געווען באַוווּסט נישט קיין דיניע און נישט קיין קאַבאַקל — דאָרטן האָט "קישוא" געהייסן ׳אוגערקע׳. ערשט שפּעטער האָט זיך אָנגענומען "מלפּפּון" (פֿון גרעקישן melopepon ׳צײַטיקער מעלאָן׳) מיטן טײַטש ׳אוגערקע׳ און צו "קישוא" האָט זיך צוגעקלעפּט דער טײַטש ׳קאַבאַקל׳. נאָר ווי דאָס קרענקט די העברעיִשע לעקסיקאָגראַפֿן! נישט קיין אַנדערער ווי אבֿן-שושן שרײַבט אין זײַנע ווערטערביכער, אַז "קישוא" דאַרף (נישט "וואָלט געדאַרפֿט"!) זײַן טײַטש ׳אוגערקע׳, בשעת "מלפּפּון" דאַרף גאָר זײַן טײַטש ׳דינקע׳ (cantaloupe). פֿאַרפֿאַלן.

אינעם פֿריִערדיקן אַרטיקל האָבן מיר אויסגעלאָזט אַ פּאַראַגראַף וועגן אָט וואָס: אין מיזרח- און צענטראַל-אייראָפּע, ווייסן מיר, נעמען זיך די ווערטער פֿאַר ׳פֿאַסאָליעס׳ פֿונעם גרעקישן. אַזוי אויך בדרך-כּלל אין מערבֿ-אייראָפּע, והאָ-ראַיה: איטאַלעניש fagioli, פּאָרטוגאַליש feijão, אַפֿילו שפּאַניש frijoles, מיט אַ היסטאָריש אומבאַרעכטיקטן r. הייסט עס, אַז די שפּאַנישע און פּאָרטוגאַלישע "קאָנקיסטאַדאָרעס", וואָס זיי האָבן מיט די אייגענע אויגן געזען פֿאַסאָליעס "אין דער היים" (in situ) און מיט די אייגענע אויערן געהערט די אַלטע אינדיאַנער טערמינען, האָבן זיי (די טערמינען) נישט מיטגעברענגט צוריק קיין אייראָפּע. דאָס מעקסיקאַנער וואָרט, פֿונעם לשון נאַהואַטל — ayacotl — האָט זיך אָנגענומען בלויז אין פֿראַנצויזיש, אָבער אויך נישט אין גאַנצן. דאָס נײַע וואָרט, וואָס איז אָנגעקומען דורך די שפּאַניער, האָט דערמאָנט די פֿראַנצויזן אינעם עלטערן וואָרט haricot ׳געדעמפּט שעפּסנפֿלייש׳, בפֿרט, אַז מע האָט אָנגעהויבן אַרײַנמישן פֿאַסאָליעס אינעם געקאָכטן פֿלייש. האָט מען זיי קודם גערופֿן fèves de haricot ׳באָב צו געדעמפּט פֿלייש׳ און סוף-כּל-סוף בלויז haricots אַליין, דאָס הײַנטיקע וואָרט פֿאַר אַלע וואַריעטעטן פֿאַסאָליעס. אַן איראָניע, וואָס דאָס נאַהואַטל-וואָרט איז אין שפּאַניש אונטערגעגאַנגען און אין פֿראַנצויזיש געבליבן.