- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווער וועט בלײַבן וואָס וועט בלײַבן? בלײַבן וועט אַ ווינט בלײַבן וועט די בלינדקייט פֿונעם בלינדן, וואָס פֿאַרשווינדט. בלײַבן וועט אַ סימן פֿונעם ים, אַ שנירל שוים. בלײַבן וועט אַ וואָלקנדל פֿאַרטשעפּעט אויף אַ בוים... זשעניע לאָפּאַטניק איז הײַנט אַ לערערין פֿון ייִדיש פֿאַר קינדער אין כאַרקאָוו, אוקראַיִנע, און איז צווישן אַ גרופּע מוזיקער, וועלכע איז ערשט באַקאַנט געוואָרן אין די מערבֿ־לענדער נאָך דעם ווי "קלעזפֿעסט־קיִעוו" און "קלעזפֿעסט־פּעטערבורג", און פֿעסטיוואַלן אין מאָסקווע האָבן צוזאַמענגעבראַכט יונגע טאַלאַנטן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד מיט די קלעזמאָרים און ייִדישע זינגער פֿון אַמעריקע און אייראָפּע אין די 1990ער און אָנהייב 2000ער יאָרן. לאָפּאַטניק איז געוואָרן די זינגערין פֿון דער "כאַרקאָווער קאַפּעליע" וואָס דער פֿידלער סטאַש רײַקאָ האָט געשאַפֿן; אַ גרופּע וואָס איז אָנערקענט ווי איינע פֿון די בעסטע אין מיזרח־אייראָפּע. אַ נײַער ייִדישער "אַפּ": דער תּנ״ך אויף ייִדיש אַן "אַפּ" איז אַן אַפּליקאַציע, אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, וואָס מע האָט געשאַפֿן בפֿירוש פֿאַר איינעם פֿון די מאָבילע "מאַקענטאַש"־קאָמפּיוטער־ פּראָדוקטן — "אײַ־פֿאָן", "אײַ־פּאַד" אָדער "אײַ־פּאַד־טאָטש". דער מאַראַנץ איז אַ געוויקס פֿונעם מין ציטרוס (Citrus). אין דעם מין גייען אויך אַרײַן, כּידוע, לימענעס, גרייפּפֿרוכט אד״גל. דער ערשטער מאַראַנץ וואָס איז אָנגעקומען קיין אייראָפּע איז דער ביטערער, וואָס מע רופֿט אים אויך "כושכאַש״ — אויף ענגליש bitter אָדער (sour orange Citrus aurantium). לויט איין מקור וואַקסט ער פֿון פּערסיע, לויט אַן אַנדערן — פֿון כינע. נאָר איינס איז קלאָר: כּמעט אַלע שייכדיקע ווערטער וואַקסן פֿון פּערסישן narang, וואָס זײַנע וואָרצלען שטעקן אינעם סאַנסקריטישן naranga. אין פֿיל-ווינציקער דער פֿאָרעם איז דאָס וואָרט אַרײַן אין איטאַליעניש (arancia), שפּאַניש (naranja), פּאָרטוגאַליש (laranja), אונגעריש (narancs) און אַראַביש (narandzh). אָנגעקומען קיין אייראָפּע האָט ער געקערט אינעם 14טן יאָרהונדערט. נאָר פֿראַנצייזיש איז זיך געגאַנגען אַן אַנדער וועג, וואָס האָט געהאַט אַ השפּעה אויף אַ סך אַנדערע לשונות. דאָס הײַנטיקע וואָרט איז טאַקע orange, אָבער ווען די פּרי האָט זיך באַוויזן מיט הונדערטער יאָרן צוריק האָט מען געזאָגט pomme d’orange ׳עפּל פֿון (דער שטאָט) אָראַנזש׳ — אַ שטאָט וואָס דורך איר פֿלעגט מען אימפּאָרטירן דעם מאַראַנץ. (ווי מיר ווייסן, גיט מען זייער אָפֿט אַ נאָמען אַ נײַ-אָנגעקומענער פּרי אָדער גרינוואַרג מיטן וואָרט ׳עפּל׳, אַזוי ווי, למשל, דאָס פֿראַנצויזישע pomme de terre מיטן עבֿריתּישן "תּפּוח-אדמה״ ׳קאַרטאָפֿל׳.) דאָס קלעזמער־לשון איז אויך אַרײַנגעדרונגען אין דער ייִדישער שפּראַך און אין דעם שפּריכוואָרט מיט אַזעלכע דוגמאָות ווי בערעגאָווסקי גיט אָן אין זײַן אַרבעט "ייִדישע אינסטרומענטאַלע פֿאָלקס־מוזיק": "וואָס פֿאַר אַ קלעזמער — אַזאַ חתונה", "אַז מען ציילט ספֿירה קומט אויף די קלעזמער אַ פּגירה", "אַ לוויה אָן געוויין איז ווי אַ חתונה אָן קלעזמער". אין דעם ייִדישן פֿאָלקס־ און פּאָפּולערן ליד איז דער קלעזמער היפּשלעך פֿאַרטראָטן. למשל, אין דעם ליד "די מיזינקע אויסגעגעבן" פֿון מאַרק וואַרשאַווסקי, זינגט דער טאַטע:: "איציק, שפּיציק, וואָס שווײַגסטו מיטן שמיציק? אויף די קלעזמער גיב אַ געשריי, צי שפּילן זיי, צי שלאָפֿן זיי? רײַסט די סטרונעס אויף צוויי". אין דעם פֿאַרשפּרייטן ייִדישן פֿאָלקסליד "צען ברידער זענען מיר געווען" זינגט זיך וועגן "שמערל מיטן פֿידל, טבֿיה מיטן באַס, שפּילט זשע מיר אַ לידל, אויפֿן מיטן גאַס". די זינגערין און אַקאָרדעאָן־שפּילערין, נשמה לעוויצקי, שטאַמט פֿון צפֿון־קאַליפֿאָרניע, אָבער האָט אַרומגעוואַנדערט, און האָט אין ניו־יאָרק געוווינט עטלעכע יאָר. אפֿשר האָט איר זי געהערט זינגען ייִדישע לידער אין אַן אונטערבאַן־סטאַנציע? אין ניו־יאָרק האָט זי געזונגען אין דער גרופּע "מאַקס און מינקאַ", און אַראַנזשירט מוזיק פֿאַרן קינדער־קאָמפּאַקטל "פֿלי, מײַן פֿלישלאַנג". בסך־הכּל האָט זי אַרויסגעלאָזט זיבן קאָמפּאַקטלעך מיט פֿאַרשיידענע גרופּעס. אויף איר נײַער רעקאָרדירונג "די גנבֿים" (אויף ענגליש The gonifs), הערט מען, אַז לעוויצקי האָט ליב צו זינגען לידער מיט אינטערעסאַנטע ווערטער, און נישט סתּם פּאָפּולערע לידער. איר אופֿן פֿון פֿאָרשטעלן אַ ליד, וואָלט איך באַצייכנט ווי אַ קאַבערע־סטיל — אַ ביסל דראַמאַטישקייט, און אַ ביסל ראָמאַנטישקייט. מע קען זיך לײַכט פֿאָרשטעלן ווי זי זינגט די לידער אין אַ קאַפֿע אָדער קאַבערע. זעט אויס, אַז אַ קאַבערע־סטיל און קאַבערע־לידער זענען אין דער מאָדע: מיר האָבן אָקאָרשט רעצענזירט נאָך אַ נײַע קאַבערע־רעקאָרדירונג פֿון "מאַפּאַמונדי" — וואַרשעווער ייִדישע קאַבערע־לידער. הלוואַי וואָלט געווען כאָטש איין קאַבערע אין דער גרויסער ניו־יאָרק, וווּ מע וואָלט געקענט רעגולער הערן די ייִדישע לידער! אין 1921, ווען די אַמעריקאַנער ייִדישע סאָציאַליסטישע באַוועגונג האָט זיך געשפּאָלטן אויף די מער (צי גאָר) סימפּאַטישע צו די באָלשעוויקעס און די ווייניקער (צי גאָר ניט) סימפּאַטישע צו זיי גרופּעס, האָט דער הויפּטשטראָם פֿון "פֿאָרווערטס" זיך אַפֿיליִיִרט מיט דעם ייִדישן סאָציאַליסטישן פֿאַרבאַנד, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין יענעם יאָר און פֿאַראייניקט די ווייניקער (צי גאָר ניט) סימפּאַטישע. און אַזוי איז עס שוין פֿאַרבליבן אויף לאַנגע יאָרן — דער "פֿאַרבאַנד" און די רעדאַקציע זײַנען געווען זייער ענג פֿאַרבונדן, ניט געקוקט אויף די רײַבונגען וואָס פֿלעגן זיך צו מאָל מאַכן צווישן די שותּפֿים. דאָס הייסט ניט, אַז אַנדערע ייִדישע סאָציאַליסטן האָבן זיך אין גאַנצן אָפּגעפֿרעמדט פֿון דער צײַטונג. אין דעם "פֿאַרבאַנד" זײַנען געווען ניט ווייניק בונדיסטן פֿון אַ מאָל און פֿון הײַנט. אייניקע פֿון זיי האָבן זיך מיט דער צײַט באַטראַכט און זיך אָפּגעזאָגט פֿון זייערע "אַלט-היימישע" בונדיסטישע פּרינציפּן, געוואָרן מער אַמעריקאַנישע סאָציאַליסטן. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען, אַז אין משך פֿון 15 יאָר האָט מיטן "פֿאַרבאַנד" אָנגעפֿירט נחום כאַנין, וועלכער איז געווען אַן אָנגעזעענער בונדיסט אין דער אַלטער היים, און אַז אַקטיוו אין דעם "פֿאַרבאַנד" איז געווען ברוך וולאַדעק, דער הויפּט-פֿאַרוואַלטער פֿון "פֿאָרווערטס" — אַ מענטש מיט אַ לעגענדאַרן נאָמען אין די בונדיסטישע קרײַזן. דער פּאַטלעזשאַן איז אַ גליד פֿון דער משפּחה Solanaceae — אויף ייִדיש — "נאַכטשאָטנדיקע". ר׳איז אַ קרובֿ נישט נאָר פֿונעם נאַכטשאָטן, נאָר אויך פֿונעם קאַרטאָפֿל און פֿונעם פּאָמידאָר; אויך גלידער פֿון דער משפּחה. אָבער דער פּאַטלעזשאַן איז נישט געבוירן געוואָרן אין אַמעריקע, נאָר אין אינדיע. טשיקאַווע, וואָס אַזוי ווי אַ פּאָמידאָר, האַלט מען דעם פּאַטלעזשאַן פֿאַר אַ מין גרינוואַרג. אָבער לויט דער באָטאַניק איז ער גאָר אַ פֿרוכט, פּינקטלעכער — אַ יאַגדע! די קערעלעך האָבן אַ ביטערן טעם וואָס איז ענלעך צו טאַביק, אויך אַ גליד פֿון די נאַכטשאָטנדיקע. פֿון וואַנען נעמט זיך דער נאָמען "פּאַטלעזשאַן"? לויט די לינגוויסטישע מקורים איז דער אָבֿי-אָבֿות פֿונעם וואָרט דאָס סאַנסקריטישע vatinganah, וואָס דאָס שטאַמט פֿון אַ שורש טײַטש ׳בינדן׳. דאָס דאָזיקע וואָרט איז אַרײַן אין פּערסיש און געוואָרן badengan. פֿון פּערסיש איז ס׳וואָרט אַריבער צו די שכנישע אַראַבער, וואָס רעדן עס אַרויס badendzhan — אין אַראַביש, חוץ אין צפֿון-מיצרישן דיאַלעקט, איז נישטאָ קיין קלאַנג g. נאָך דעם האָבן די איראַנער דאָס וואָרט צוריק איבערגענומען פֿון אַראַביש, שוין מיטן אַרויסרעד badendzhan. (ערטערווײַז איז דאָס וואָרט אויך טײַטש ׳פּאָמידאָר׳.) צוריק צו חיים גראַדע ווען חיים גראַדע איז געשטאָרבן אין 1982, האָט מען בכּבֿודיק אויפֿגעהאַלטן זײַן שאַפֿונג אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אָבער פֿאַרן לייענער אויף ענגליש איז ער געווען ווייניקער באַקאַנט. נאָר געציילטע פֿון זײַנע ווערק האָט מען איבערגעזעצט, און זײַן פּאָעזיע האָט מען כּמעט ווי נישט געקאָנט איבערזעצן אויף ענגליש. זײַן וועלט־באַקאַנטער מיטצײַטלער יצחק באַשעוויס, וועלכער האָט געוווּנען דעם נאָבעל־פּריז אין 1978, האָט אים פֿאַרשטעלט מיט זײַן שם. איך קלײַב זיך דאָ ניט געבן קיין באַריכט פֿון אָט די אַלע אינטערעסאַנטע קאָנפֿערענצן. כ׳וועל נאָר באַמערקן, און דאַכט זיך ניט צום ערשטן מאָל באַמערק איך עס, אַז אַזעלכע פֿאָרומס מאַכן אינטענסיווער דעם בלוט-דרוק (צי חכמה-דרוק) אין דער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה, פֿאָדערן פֿון דיר אַ טראַכט טאָן, און אַ שרײַב טאָן, וועגן אַזעלכע זאַכן, וועלכע אַנדערש וואָלסטו אפֿשר וועגן זיי קיין מאָל ניט געטראַכט און ניט געשריבן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס דו הערסט פֿרישע רעזולטאַטן פֿון דעם וואָס דײַנע קאָלעגן טוען, און דאָס איז אויך געוואַלדיק וויכטיק. און פּשוט טרעפֿן זיך, און באַקענען זיך, מיט קאָלעגן איז תּמיד אַ ממשותדיקער טייל פֿון דעם קאָנפֿערענץ-"געשעפֿט". נישט איין מאָל האָט מען דעם שרײַבער פֿון די שורות געפֿרעגט ווי מע זאָגט אויף ייִדיש watermelon. "אַרבוז״, זאָג איך. "עט, דאָס איז אַ רוסיש וואָרט״, ענטפֿערט מען מיר. וואָס זשע טענה איך צוריק? יאָ, אין ייִדיש איז דאָס וואָרט טאַקע אַרײַן פֿון רוסיש. אָבער דאָס איז דאָך בלויז איין שטאַפּל. צו די רוסן איז דאָס וואָרט אַרײַן פֿון טערקיש אָדער אַ קרובֿיש לשון ווי, למשל, טאָטעריש; אין טערקיש — פֿון פּערסיש; אין פּערסיש — אפֿשר פֿון נאָך ווײַטער אויף מיזרח, ווײַל ס׳איז פֿאַראַן אַזש אין מאָנגאָליש. (אַגבֿ, איז דאָס פּערסישע kharbuz טײַטש ׳דינקע׳, נישט ׳אַרבוז׳; ס׳איז אין דער אמתן אַ צונויפֿהעפֿט טײַטש ׳אייזל-אוגערקע׳!) חוץ דעם רוסישן arbuz זענען פֿאַראַן אויך דאָס טערקישע און דאָס בולגאַרישע karpuz, דאָס גרעקישע karpuzi, דאָס הינדישע tarbuz, דאָס מאָנגאָלישע tarbas און — דאָס אוקראַיִנישע harbuz. אַזוי ווי מיר שרײַבן די שורות אום פּסח ווילט זיך פֿרעגן: מה נשתּנה? מיט וואָס איז דאָס אוקראַיִנישע וואָרט אַנדערש פֿון די פֿריִערדיקע? דערמיט וואָס ס׳איז גאָר טײַטש ׳דיניע; pumpkin׳. איך ווייס ניט, צי הײַיאָר וועט מען אָפּמערקן (איך האָף אַז כ׳וועל ניט פֿאַרגעסן און וועגן דעם שרײַבן בײַצײַטנס, סוף זומער) דעם יובֿל פֿון דעם ייִדישן קולטור-קאָנגרעס, וואָס איז צונויפֿגערופֿן געוואָרן אין 1937 אין פּאַריז. ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז מע וועט וועגן דער דאָזיקער וויכטיקער געשעעניש מאַכן אַ שווײַג, אַפֿילו אין פּאַריז. די צונויפֿקומעניש האָט דאָך "געשמעקט" מיט סימפּאַטיעס, הייסע צי זייער פֿאָרזיכטיקע, צום סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, און די הײַנטיקע ייִדישע וועלט, קולטורעלע בתוכם, רוקט זיך אַלץ רעכטער און רעכטער. מיט עטלעכע טעג צוריק האָב איך געשמועסט מיט אַ יונגן ייִדישן ליטעראַטור-היסטאָריקער, וועלכער האָט זיך געקלאָגט, אַז אַפֿילו אין זײַן געביט איז געוואָרן שווער אויסצוגעפֿינען אַ פּאַרעווע, ניט קיין פּאַראַנאָיִש רעכטע, צײַטשריפֿט. וואָס ווילט איר נאָך, אויב אַ באַקאַנטער זשורנאַליסט האָט מיר מיט אַ צײַט צוריק ערנסט געזאָגט, אַז דער ענגלישער "פֿאָרווערטס" געפֿינט זיך הײַנט אין די הענט פֿון קאָמוניסטן. "קאָמוניסטיש" איז דער ייִדישער "פֿאָרווערטס" געווען אין די אויגן פֿון סאַטמאַרער אידעאָלאָגן, וועלכע האָבן געפֿירט מלחמה קעגן דער צײַטונג אין די 1960ער יאָרן. (איך האָב וועגן אָט דער ייִדישער מלחמה לעצטנס געשריבן.) אין דער אמתן, האָט דער "פֿאָרווערטס" בויקאָטירט דעם פּאַריזער קאָנגרעס, טאַקע צוליב זײַן פּראָ-סאָוועטישקייט. צוערשט איז דער "נעגער" געווען סתּם אַן עקזאָטישע באַשעפֿעניש, אַ מאָדנער בן־אָדם מיט אַ מאָדנעם אויסזען. אָבער בהדרגה, ווען די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן זיך אַלץ טיפֿער אײַנגעלעבט אין דער נײַער געזעלשאַפֿט מיט אירע השׂגות און הלכות, האָט די נעגערישע געשטאַלט באַקומען קלאָרערע צורות. עס לאָזן זיך אויסצייכענען דרײַ אָדער פֿיר עיקרדיקע אַספּעקטן פֿון אָט דער געשטאַלט׃ אַ פּאָליטישער, אַ קולטורעל־רעליגיעזער, און אַן עראָטישער. ייִדן, אַזוי ווי אַלע אַנדערע מענטשן, האָבן זייערע אייגענע קלישעען ווען עס קומט צו די "גויים", און דער סטערעאָטיפּיש־״ייִדישער״ קוק אויף די שוואַרצע אין די ערשטע יאָרן פֿון דער מאַסן־אימיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּע האָט געהאַט צוויי צדדים. היות ווי אַ סך ייִדישע אינטעליגענטן זײַנען געווען סאָציאַליסטיש געשטימט, האָבן זיי געהאַט אַ סך מיטלײַד צו די שוואַרצע קרבנות פֿון ראַסן–דיסקרימינאַציע. |