איך ווייס ניט, צי הײַיאָר וועט מען אָפּמערקן (איך האָף אַז כ׳וועל ניט פֿאַרגעסן און וועגן דעם שרײַבן בײַצײַטנס, סוף זומער) דעם יובֿל פֿון דעם ייִדישן קולטור-קאָנגרעס, וואָס איז צונויפֿגערופֿן געוואָרן אין 1937 אין פּאַריז. ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז מע וועט וועגן דער דאָזיקער וויכטיקער געשעעניש מאַכן אַ שווײַג, אַפֿילו אין פּאַריז. די צונויפֿקומעניש האָט דאָך "געשמעקט" מיט סימפּאַטיעס, הייסע צי זייער פֿאָרזיכטיקע, צום סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, און די הײַנטיקע ייִדישע וועלט, קולטורעלע בתוכם, רוקט זיך אַלץ רעכטער און רעכטער.
מיט עטלעכע טעג צוריק האָב איך געשמועסט מיט אַ יונגן ייִדישן ליטעראַטור-היסטאָריקער, וועלכער האָט זיך געקלאָגט, אַז אַפֿילו אין זײַן געביט איז געוואָרן שווער אויסצוגעפֿינען אַ פּאַרעווע, ניט קיין פּאַראַנאָיִש רעכטע, צײַטשריפֿט. וואָס ווילט איר נאָך, אויב אַ באַקאַנטער זשורנאַליסט האָט מיר מיט אַ צײַט צוריק ערנסט געזאָגט, אַז דער ענגלישער "פֿאָרווערטס" געפֿינט זיך הײַנט אין די הענט פֿון קאָמוניסטן. "קאָמוניסטיש" איז דער ייִדישער "פֿאָרווערטס" געווען אין די אויגן פֿון סאַטמאַרער אידעאָלאָגן, וועלכע האָבן געפֿירט מלחמה קעגן דער צײַטונג אין די 1960ער יאָרן. (איך האָב וועגן אָט דער ייִדישער מלחמה לעצטנס געשריבן.) אין דער אמתן, האָט דער "פֿאָרווערטס" בויקאָטירט דעם פּאַריזער קאָנגרעס, טאַקע צוליב זײַן פּראָ-סאָוועטישקייט.
אַזוי צי אַזוי, אָבער דווקא אין 1937, בעת דעם פּאַריזער קאָנגרעס, האָט דער אַמעריקאַנער ייִדישער שרײַבער יוסף אָפּאַטאָשו, וואָס האָט ביז אויגוסט 1939 געפֿירט אַ פּלאַטאָנישע ליבע מיטן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, גערעדט וועגן "ייִדישלאַנד". הײַנט נוצט מען דעם באַגריף די גאַנצע צײַט, וווּ מע דאַרף און מע דאַרף ניט. אָבער דעמאָלט איז עס נאָך געווען פֿריש-אויסגעפֿאַרבט, מע האָט אים שוין גענוצט, אָבער אויך פֿאַר אים געזוכט אַ טײַטש. און אָפּאַטאָשו, וואָס איז באַקאַנט געווען ווי שיִער ניט דער סאַמע געבילדעטער ייִדישער שרײַבער, האָט אַזאַ טײַטש געגעבן. ער האָט דערקלערט, אַז עס האָט זיך פֿאַרענדיקט, צי געהאַלטן בײַם פֿאַרענדיקן, די תּקופֿה פֿון אַשכּנז, דאָס הייסט — פֿון די טעריטאָריעלע אַנקלאַוון, וווּ די באַפֿעלקערונג האָט גערעדט ייִדיש. אַנשטאָט אַשכּנז האָט זיך באַוויזן "ייִדישלאַנד", אָן קלאָר דעפֿינירטע טעריטאָריעלע גרענעצן און באַפֿעלקערט דורך מענטשן, וועלכע זײַנען געטרײַ געבליבן ייִדיש צוליב אידעאָלאָגישע סיבות.
דרײַסיק יאָר זײַנען אַדורך זינט יענע טעג אין פּאַריז, וואָס האָט זיך סוף 1930ער יאָרן געשניטן אויף דער הויפּטשטאָט פֿון ייִדישלאַנד. אין דער זעלבער שטאָט איז פֿאַר אַן עולם טעאָרעטיקער פֿון אַרכיטעקטור אין מאַרץ 1967 אַרויסגעטראָטן דער פֿילאָסאָף און היסטאָריקער מישעל פֿוקאָ. גערעדט האָט ער דעמאָלט וועגן זײַן נײַער טעאָריע פֿון העטעראָטאָפּיע, וואָס האָט באַשריבן אַזאַ מין רוים, וואָס איז ניט אוטאָפּיש, אָבער האָט אין זיך אַן עלעמענט פֿון אוטאָפּיע. דאָס איז אַ רוים פֿון סתּירה, פֿון פֿאַרמעסט, אַ רוים וואָס סימולירט אַ נאָרמאַל באַפֿעלקערט אָרט און פֿרעגט דערמיט, צי די "נאָרמאַלע" ערטער זײַנען באמת נאָרמאַל.
דאָס ייִדישלאַנד געהערט הײַנט כּמעט אין גאַנצן צו דער העטעראָטאָפּישער דימענסיע פֿון דער וועלט. איך האָב עס צום ערשטן מאָל דערפֿילט, נאָך ניט וויסנדיק וועגן פֿוקאָס טעאָריע, ווען מיר איז אויסגעקומען צו אַרבעטן אין דער רעדאַקציע פֿון דעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". די טיר פֿון דער רעדאַקציע האָט גלײַך ווי אָפּגעטיילט די "אמתע וועלט" פֿון דער "צווישן-וועלט", וווּ עס האָבן געהערשט אי אַן אַנדער לשון אי אַנדערע קולטור-היסטאָרישע ווערטן. מיט אַ פֿערטל יאָרהונדערט צוריק האָב איך באַקומען אַ פּראַוואָזשיטעלסטווע אין דער ייִדישער העטעראָטאָפּיע — מיט אירע רעדאַקציעס, זומער-קורסן, קאָנפֿערענצן וכ׳. ס׳איז געוואָרן די וועלט, וווּ איך פֿיל זיך באַקוועם, געמיטלעך, כאָטש מײַן פּראַוואָזשיטעלסטווע שטערט מיר ניט צו פֿילן זיך באַקוועם און געמיטלעך אויך מחוץ דעם ייִדישלאַנד.
עס זײַנען דאָ דרײַ מינים תּושבֿים אין ייִדישלאַנד: ערשטנס, די וואָס זײַנען אַהין געקומען פֿון פֿאַרשיידענע רעשטלעך פֿון אַשכּנז. דאָס איז געווען מײַן פֿאַל, ווײַל מײַן משפּחה האָט געהערט צו אַזעלכע רעשטלעך. צווייטנס, קומען אַהין מענטשן פֿון כּלערליי אַנדערע ווינקלעך פֿון דעם עולם-הזה, פֿילנדיק אַ פּנים, אַז דאָס ייִדישלאַנד איז גלײַך ווי צוגעמאָסטן פֿאַר זיי קולטורעל, סאָציאַל און אידעאָלאָגיש. און, דריטנס, איז דאָ אַ קליינער חלק תּושבֿים, וועלכע זײַנען אויסגעוואַקסן אין דעם ייִדישלאַנד, אין די משפּחות, וועלכע האָדעווען אויס זייערע קינדער לויט די תּקנות פֿון אָט דעם העטעראָטאָפּישן וועלטל.
אויף וויפֿל שטאַרק איז דאָס ייִדישלאַנד? וויפֿל ענערגיע פֿאַרמאָגט עס? ווי שעפֿעריש איז עס? אָט האָט מען צוגעטראַכט אַ נײַע פֿאָרעם — אַן אָרגאַנישע ייִדישע פֿאַרעם, וווּ מע וועט אַקערן און זייען, רעדנדיק און זינגענדיק אויף ייִדיש. אָט זײַנען אַרויס נײַע ביכער פֿון באָריס סאַנדלערן. מע שפּילט נײַע ספּעקטאַקלען. מע זעט סימנים פֿון קאָנטאַקטן, וועלכע קומען פֿאָר צווישן דער חרדישער וועלט און דעם ייִדישלאַנד...
און דאָך פֿאַרלאָזט מיך ניט דאָס געפֿיל, אַז דאָס אַלץ איז גאָר ניט גענוג פֿאַרן קיום פֿון ייִדישלאַנד, וואָס — ניט געקוקט אויף אַלע באַמיִונגען — ווערט אַלץ מער אָפּגעריסן פֿון דעם ייִדישן הויפּטשטראָם. עס ווערט אָפּגעשוואַכט דער הויפּט-עלעמענט, וועגן וועלכן עס האָט געטראַכט, למשל, יוסף אָפּאַטאָשו, דהײַנו: דער צעמענטירנדיקער עלעמענט פֿון הויכער קולטור. צו פֿיל איז די דאָזיקע קולטור פֿאַרבונדן מיט דעם 20סטן און 19טן יאָרהונדערטער, צו ווייניק — מיטן הײַנט. איך זע עס ווי אַ גוואַלדיק גרויסע פּראָבלעם, וועגן וועלכער מע קען אָדער זיך מאַכן ניט וויסנדיק, אָדער (אַ סך בעסער) רעדן ערנסט, אויפֿריכטיק און ניט אַזוי העטעראָטאָפּיש, ווי פּראַקטיש.