נישט איין מאָל האָט מען דעם שרײַבער פֿון די שורות געפֿרעגט ווי מע זאָגט אויף ייִדיש watermelon. "אַרבוז״, זאָג איך. "עט, דאָס איז אַ רוסיש וואָרט״, ענטפֿערט מען מיר. וואָס זשע טענה איך צוריק? יאָ, אין ייִדיש איז דאָס וואָרט טאַקע אַרײַן פֿון רוסיש. אָבער דאָס איז דאָך בלויז איין שטאַפּל. צו די רוסן איז דאָס וואָרט אַרײַן פֿון טערקיש אָדער אַ קרובֿיש לשון ווי, למשל, טאָטעריש; אין טערקיש — פֿון פּערסיש; אין פּערסיש — אפֿשר פֿון נאָך ווײַטער אויף מיזרח, ווײַל ס׳איז פֿאַראַן אַזש אין מאָנגאָליש. (אַגבֿ, איז דאָס פּערסישע kharbuz טײַטש ׳דינקע׳, נישט ׳אַרבוז׳; ס׳איז אין דער אמתן אַ צונויפֿהעפֿט טײַטש ׳אייזל-אוגערקע׳!) חוץ דעם רוסישן arbuz זענען פֿאַראַן אויך דאָס טערקישע און דאָס בולגאַרישע karpuz, דאָס גרעקישע karpuzi, דאָס הינדישע tarbuz, דאָס מאָנגאָלישע tarbas און — דאָס אוקראַיִנישע harbuz. אַזוי ווי מיר שרײַבן די שורות אום פּסח ווילט זיך פֿרעגן: מה נשתּנה? מיט וואָס איז דאָס אוקראַיִנישע וואָרט אַנדערש פֿון די פֿריִערדיקע? דערמיט וואָס ס׳איז גאָר טײַטש ׳דיניע; pumpkin׳.
די וואָס לייענען פֿון פֿריִער אונדזער רובריק געדענקען דעם פּלאָנטער "דיניע" און "קאַבאַק"; דאָ חזרט זיך דער פּלאָנטער איבער. ווי געזאָגט, איז דאָס רוסישע (און פּוילישע) arbuz ׳אַרבוז׳, בשעת דאָס אוקראַיִנישע harbuz איז ׳דיניע׳; דאָס רומענישע harbuz, ווידער, איז ׳אַרבוז׳. דאָס רוסישע וואָרט פֿאַר ׳דיניע׳ איז tykva, בשעת דאָס אוקראַיִנישע וואָרט פֿאַר ׳אַרבוז׳ איז גאָר kavun. (צום גליק זאָגט מען אויף ביידע לשונות dynya פֿאַר ׳דינקע; cantaloupe׳.)
און אויף ייִדיש? אין צפֿונדיקן טייל ייִדיש-לאַנד איז דאָס געוויקס געווען ווייניק באַקאַנט. אין דרום איז דער פֿאַרשפּרייטסטער טערמין "אַרבוז"; פֿאַראַן אויך "האַרבוז" (אַרויסגערעדט harbiz) אין דער בוקעווינע, דאָס הייסט, מיטן אוקראַיִניש-רומעניש-שטאַמיקן אַרויסרעד, אָבער מיטן רוסיש-רומעניש-שטאַמיקן טײַטש; און אין אוקראַיִנישן ייִדיש — "קאַוון" און "קאַווענע" (אַרויסגערעדט סײַ kav(e)n(e), סײַ kov(e)n(e)) — פֿון אוקראַיִניש. (ווען איך האָב בשעתּו אַ פֿרעג געטאָן מײַן באָבע, פֿון גראָדנער געגנט, ווי מע זאָגט עס אויף ייִדיש, האָט זי געענטפֿערט, אַז "וואַסער-מעלאָן", נאָר ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דאָס האָט זי באַגעגנט ערשט דאָ, אין אַמעריקע. דער זיידע, אַ פּאָדאָליער, האָט עס יאָ געקענט פֿון דער היים: /kovene/.)
נו, און "קאַווענע" איז אַ ייִדיש וואָרט? אויך דאָס האָט מען בשעתּו אָפּגעוואָרפֿן: "עט, דאָס איז אוקראַיִניש". ווידער די זעלביקע מעשׂה: אין ייִדיש פֿון אוקראַיִניש, אין אוקראַיִניש פֿון טערקיש — וווּ ס׳איז, אָבער, טײַטש ׳דינקע׳ — און אין טערקיש פֿון אַראַבישן qawun.
ווײַטער: אויף לשון-קודש זאָגט מען "אַבֿטיח", וואָס מע טרעפֿט עס אין תּנ״ך בלויז איין מאָל — אויף אַזאַ וואָרט איז דאָס אַ חנעוודיקער גרעקישער טערמין, hapax legomenon — און וואָס איז, לויטן שייכדיקן עטימאָלאָגישן ווערטערבוך, דער מקור פֿונעם אַראַבישן batikh. פֿונעם אַראַבישן וואַקסט דאָס פֿראַנצויזישע pastèque, כאָטש דער עטימאָלאָגישער גאַנג דערפֿון איז נישט קלאָר.
אויף דײַטשיש זאָגט מען, אַזוי ווי אויף ענגליש, Wassermelone; אויף אונגעריש görögdinnye ׳גרעקישער מעלאָן׳, אַוודאי ווײַל צו די אונגערן איז עס אָנגעקומען פֿון גרעקנלאַנד. (אויף אונגעריש איז dinnye דער דאַכטערמין פֿאַר אַלע געוויקסן וואָס מיר רעדן דאָ אַרום.) דאָס רומענישע pepene שטאַמט פֿונעם גרעקישן peponi ׳מעלאָן׳; אויף רומעניש איז, ווי געזאָגט, אויך דאָ harbuz. דאָס שפּאַנישע sandía איז, אַ פּנים, דאָס איינציקע וואָרט, וואָס ווײַזט אָן אויפֿן ראַיאָן פֿון וואַנען די פֿרוכט שטאַמט: פֿון סינד, אינעם הײַנטיקן פּאַקיסטאַן.
די אונטערשטע שורה: אויב רוסיש און אוקראַיִניש און פֿראַנצויזיש און אַלע אַנדערע לשונות מעגן נעמען פֿון דער פֿרעמד, מעג אויך ייִדיש אַזוי טאָן!
ווײַטער איז דאָ די דינקע- cantaloupe, וואָס איז אַ ווײַטער קרובֿ פֿונעם אַרבוז — זיי זענען צוויי אַנדערע מינים, Citrullus (vulgaris) אַקעגן Cucumis (melo cantalupensis), אָבער פֿון דער זעלביקער משפּחה, פּלוצערנדיקע, וואָס נעמט אויך אַרײַן אוגערקעס, קאַבאַקן, דיניעס אד״גל. אויף ייִדיש זאָגט מען טייל מאָל אויך "דיניע״, לכל-הפּחות דאָרטן, וווּ דאָס לעצטע איז נישט טײַטש pumpkin. "דיניע״ פֿאַר cantaloupe דעקט זיך מיטן רוסישן און אוקראַיִנישן באַניץ, ווי מיר האָבן שוין געזען.
די ווערטער איבער אייראָפּע פֿאַר דער דינקע זענען ס׳רובֿ וואַריאַנטן פֿון melon: דאָס פֿראַנצויזישע melon, דאָס דײַטשישע Melone, דאָס איטאַליענישע melone, דאָס פּאָרטוגאַלישע melão אאַז״וו. דאָס רומענישע pepene galben און דאָס אונגערישע sárgadinnye זענען ביידע ׳געלער מעלאָן׳. גראָד דאָס גרעקישע peponaki דערמאָנט אונדז אינעם ייִדישן: ס׳איז אַ דימינוטיוו פֿון peponi, אַזוי ווי "דינקע" פֿון "דיניע".
זעט איר, בײַם אַרבוז איז פֿאַראַן אַ סך מער שפּראַכיקע וואַריאַציעס ווי בײַ דער דינקע. בײַ דער דינקע נעמען זיך כּמעט אַלע טערמינען אָדער פֿונעם גרעקישן pepo אָדער פֿונעם גרעקישן melo, בשעת בײַם אַרבוז האָט מען פֿאַר עטימאָנען kharbuz, qawun, melo, pepo און נאָך. פֿאַר וואָס? מע קאָן זיך משער זײַן, אַז דער אַרבוז איז אַרײַן קודם קיין דרום-אייראָפּע, און שפּעטער אין צפֿון-אייראָפּע, דורך פֿאַרשיידענע לענדער — גרעקנלאַנד, טערקײַ, איראַן — בשעת די דינקע אפֿשר בלויז דורך גרעקנלאַנד. קען אויך זײַן, אַז חוץ די דרומדיקע געגנטן וווּ זיי וואַקסן איז דער אַרבוז מער פֿאַרשפּרייט, מער באַקאַנט, אים עסט מען אָפֿטער. אויב די לייענערס קענען צו דעם וואָס צוגעבן, אַדרבא, טוט עס.