- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿונעם טייטלבוים איז דער וויסנשאַפֿטלעכער נאָמען PHOENIX dactylifera — גרעקיש-לאַטײַנישע ווערטער מיטן טײַטש, מסתּמא, ׳פֿעניקישער טייטל-טרעגער׳. די פֿעניקיער זענען דאָך געווען אַ סעמיטיש פֿאָלק בײַם מיטל-ים; פֿון זיי האָבן די גרעקן געקענט באַקומען דעם טייטלבוים. דאָס אַלט-גרעקישע וואָרט פֿאַרן טייטל, וואָס ס׳איז אויך דער אָבֿ פֿונעם רובֿ אייראָפּעיִשע טערמינען, איז daktylos — ׳פֿינגער; טייטל׳. (ביזן הײַנטיקן טאָג איז דאָס דאָס וואָרט פֿאַר ׳פֿינגער׳; וועגן הײַנטיקן גרעקישן וואָרט פֿאַר ׳טייטל׳ וועט באַלד קומען צו רייד.) פֿאַר וואָס ׳פֿינגער׳? אַ פּנים, וואָרן די פֿאָרעם פֿון אַ טייטל איז ענלעך צו אַ פֿינגער. דאָס הײַנטיקע ענגלישע וואָרט איז, פֿאַרשטייט זיך, date, נאָר מיט הונדערטער יאָרן צוריק האָט מען אויף ענגליש געזאָגט finger apple. אַז אויף גרעקיש איז ׳נאַכט׳ — nikta און ׳אַכט׳ — okto, טאָ פֿאַר וואָס זשע זאָגט מען אויף ייִדיש נישט "דאַכטל", נאָר "טייטל"? צוליבן לינגוויסטישן פּרינציפּ, אַז קרובֿישע ווערטער, פֿון איין שטאַם, אַנטוויקלען זיך אויף אַן אַנדער אופֿן ווי נישט-קרובֿישע לײַווערטער. וואָלט דאָס ייִדישע וואָרט געוואָקסן פֿונעם זעלביקן מקור וואָס דאָס גרעקישע, וואָלט מען אפֿשר געזאָגט *דאַכטל אויף ייִדיש, Dachtel* אויף דײַטשיש. נאָר דווקא ווײַל ס׳איז אַ לײַוואָרט, זאָגט מען אויף דײַטשיש Dattel, כּמעט אידענטיש מיטן שפּאַנישן dátil, אַ שטייגער. אַזאַ אינטערנאַציאָנאַלע שׂימחת־תּורה איז אַ סימן פֿון אַן אַוניקאַלער אַטמאָספֿער, וועלכע האָט געהערשט אין איטאַליע במשך פֿון הונדערטער יאָר. די איטאַליענישע ייִדישע קהילה איז די איינציקע אין גאַנץ אייראָפּע, וואָס עקזיסטירט שוין במשך פֿון 2,200 יאָר אָן אַזעלכע גרויסע דראַמאַטישע און טראַגישע צרות, ווי ס׳איז געשען אין אַ צאָל אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, וווּ די ערשטע ייִדן האָבן זיך אויך באַזעצט נאָך פֿאַרן חורבן־בית־המיקדש. אַפֿילו בעניטאָ מוסאָליניס פֿאַשיסטישע רעגירונג האָט, צוערשט, באַשיצט די ייִדן פֿון טויט, נישט געקוקט אויף די בפֿירוש אַנטיסעמיטישע געזעצן; בלויז נאָך סעפּטעמבער 1943, ווען די נאַצי־כּוחות, בראָש מיט דײַשטלאַנד, האָבן אָקופּירט איטאַליע, האָבן די נאַציס אָנגעהויבן פֿאַרשיקן די אָרטיקע ייִדן אין די טויט־לאַגערן. בערך 7,500 איטאַליענישע ייִדן זענען אומגעקומען בעת דעם חורבן; אַ סך ייִדישע תּושבֿים פֿון איטאַליע האָט זיך אָבער אײַנגעגעבן איבערצולעבן דעם חורבן. דאָס מיינט נישט, אַז דאָס ייִדישע לעבן אין איטאַליע איז תּמיד געווען רויִק און גרינג. ערשטער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנקורס פֿון אָפּערע־זינגער 20 יאָר קומט אין קעשענעוו פֿאָר דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿון אָפּערע־קונסט "עס פֿאַרבעט מאַריאַ ביעשו". די וועלט־באַרימטע זינגערין איז נישט לאַנג צוריק געשטאָרבן (דער "פֿאָרווערטס" האָט וועגן דעם געשריבן), דעריבער איז דער הײַיאָריקער אָפּערע־פֿעסטיוואַל געווען געווידמעט דעם אָנדענק פֿון דער גרויסער זינגערין. קיין קעשענעוו זײַנען געקומען באַרימטע זינגער פֿון אַמעריקע, איטאַליע, דײַטשלאַנד, רוסלאַנד, אוקראַיִנע, גרוזיע, רומעניע, עסטרײַך. אויף דער בינע פֿונעם אָפּערע־טעאַטער האָט געקלונגען די מוזיק פֿון ווערדי, פּוטשיני, מאַסנע און אַנדערע קאָמפּאָזיטאָרן, וועמענס ווערק ס׳האָט געזונגען מאַריאַ ביעשו גופֿא. דער רופֿא און דער שוסטער אַמאָל האָבן אונטער איין דאַך געוווינט אַ רופֿא און אַ שוסטער. דער רופֿא האָט זיך געטאָן זײַן מלאָכה, און דער שוסטער זײַנע. דער רופֿא האָט געהיילט קראַנקע, און דער שוסטער האָט פֿאַרראָכטן שיך. אין דעם שטעטל האָבן די ייִדן אַ סך געקרענקט, און אַז מע קרענקט, רײַבט מען ווייניקער אויס די שיך, ווײַל מע ליגט אין בעט. פֿלעגט דער שוסטער זיצן אָן אַרבעט. האָט ער געטראַכט בײַ זיך: וואָס וועל איך זיצן, לאָמיך אַרײַנקומען צום רופֿא און קוקן ווי ער היילט די קראַנקע, וועל איך אויך ווערן אַ רופֿא און האָבן פּרנסה. ער האָט געקוקט, געקוקט, אָבער גאָרניט אין דעם ניט פֿאַרשטאַנען. מיט איין וואָרט — אַ שוסטער בלײַבט אַ שוסטער! אין אַ נײַעם באַנד וועגן דעם מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער — ״Modern Yiddish Stage״ — רעדאַקטירט פֿון די פּראָפֿעסאָרן יואל בערקאָוויץ און באַרבאַראַ הענרי קען מען אויך לייענען אַ סך אינטערעסאַנטע אַרבעטן וועגן ייִדישער מוזיק; בפֿרט, וואָס שייך מוזיק אויף דער בינע. אַלע עסעען אינעם באַנד זענען אינטערעסאַנט, אָבער מיר וועלן נאָר באַטראַכטן די אַרבעטן וואָס רירן אָן די טעמע פֿון אונדזער רובריק, מוזיק. די ייִדישע פֿאָלקס־פּאָעזיע פֿונעם 19טן יאָרהונדערט האָט מען אָפֿט געזונגען, און די לידער פֿון אליקום צונזער, אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, וועלוול זבאַרזשער, מיכל גאָרדאָן און יואל לינעצקי, צווישן אַנדערע, זענען פֿאַרשפּרייט געוואָרן דורך געזאַנג, כאָטש מע האָט געוויינטלעך נישט געוווּסט ווער ס׳איז דער מחבר פֿונעם ליד. אַליסאַ קווינט שרײַבט וועגן דעם טערמין "פֿאָלקס־פּאָעזיע" לגבי דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. זי דערמאָנט אונדז, אַז דער פֿרעפֿיקס "פֿאָלק" מיינט נישט, לאַוו־דווקא, אַז די פּאָעזיע איז פּשוט. די ביכער פֿון די דאָזיקע שרײַבער האָבן בפֿירוש געצילט אויף אַ מער סאָפֿיסטיצירטן עולם, נישט דאָס "פּראָסטע" פֿאָלק. אין איר פֿאָרמולירונג, האָבן זיי געשאַפֿן פֿאַרן סאַלאָן און נישט דער קרעטשמע. ניט לאַנג בין איך געווען אויף אַ לעקציע, וועלכע ס׳האָט געלייענט אַ מער־ווייניק יונגער דאָקטער אין געביט פֿון ייִדיש. מײַנע אַ באַקאַנטע, אַ ייִדישע פֿרוי פֿון קעשענעוו, וואָס איז אויך געווען אויף דער לעקציע, האָט מיר געזאָגט בײַם אַרויסגאַנג: "כ׳פֿאַרשטיי, אַז דער לעקטאָר רעדט אַ שיינעם ייִדיש, אָבער כ׳האָב כּמעט גאָרנישט ניט פֿאַרשטאַנען". ווי אַזוי האָט זי מיט איר בעסאַראַבער "טאָטע־מאָמע"־לשון געקאָנט פֿאַרשטיין דעם הויכן אַקאַדעמישן ייִדיש? דעם ייִדיש, ווען מע רעדט אַרויס יעדער אות פֿונעם וואָרט, מיט אַן אַקצענט, וועלכער האָט קיין מאָל ניט עקזיסטירט בײַ די ייִדן פֿון פֿאַרשיידענע שטעט און שטעטלעך. וואָס זשע איז נעבעך שולדיק דער דאָקטער, אַז זײַנע לערער האָבן אים אַזוי געלערנט, אַז אויך פֿאַר זײַנע פּראָפֿעסאָרן איז ייִדיש געווען ניט קיין מאַמע־לשון. ס׳וואַקסט שוין אויס אַ צווייטער דור, וואָס רעדט אויף דעם אַקאַדעמישן, גראַמאַטיש־ריכטיקן, ווײַנרײַך־ייִדיש. פֿאָרמעל איז דאָס פֿאַר זיי מאַמע־לשון, ווײַל זייערע מאַמעס רעדן אויפֿן ייִדיש, אויסגעלערנט אין די אוניווערסיטעטן. דאָס אַמאָליקע מאַמע־לשון ווערט הײַנט פֿאַרביטן אויף ״alma mater־לשון״... שוין 15 יאָר קומט אין דײַטשלאַנד פֿאָר אַ יערלעכער סימפּאָזיום (לסירוגין, טריר, דיסעלדאָרף), וווּ עס זאַמלען זיך צונויף כּלערליי מומחים אינעם געביט פֿון ייִדיש. כּדי נישט צו מאַכן קיין קאָמפּראָמיסן און אָנהאַלטן דעם הויכן ניוואָ פֿון די רעפֿעראַטן, האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן — פּראָפֿעסאָר מאַריאָן אַפּרוט פֿון דיסעלדאָרף און פּראָפֿעסאָר שמעון נויבערג פֿון טריר — אײַנגעפֿירט אַ כּלל, אַז די באַטייליקטע זאָלן האַלטן זייערע רעדעס אָדער אויף דײַטש, אָדער אויף ייִדיש. אויף אַזאַ אופֿן באַקומט מען אַן אייגנאַרטיקע אייראָפּעיִשע סבֿיבֿה, אַנטקעגן די מער דאָמינירנדיקע אַקאַדעמישע צענטערס פֿון ייִדישע לימודים, און קודם-כּל, אין דער ענגליש־שפּראַכיקער צפֿון-אַמעריקע. אַזוי צי אַזוי, איז הײַיאָר דער סימפּאָזיום פֿאָרגעקומען אינעם הענריך הײַנע־אוניווערסיטעט אין דיסעלדאָרף, פֿונעם 3טן ביזן 5טן סעפּטעמבער. כּדי צוצוגעבן אַ פֿאַקטישן באַווײַז לגבי דער גרויסער ראָלע וואָס ייִדיש, ווי אַ גערעדטע שפּראַך, שפּילט אויף דעם סימפּאָזיום, דאַרף מען בלויז אָנווײַזן, אַז פֿון די סך-הכּל זעקס־און־צוואַנציק רעפֿעראַטן, זענען נײַן פֿון זיי (35%!) געהאַלטן געוואָרן אויף ייִדיש. דאָס איז נישט קיין קליינער אויפֿטו. עס איז אַ סימן, אַז ייִדיש לעבט נאָך אין די אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן און צווישן די סעקולערע שיכטן. מיט פֿופֿציק יאָר צוריק, דעם 23סטן סעפּטעמבער 1962, האָט די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" אָפּגעמערקט מיט אַ נעקראָלאָג די פּטירה, אין עלטער פֿון 49 יאָר, פֿון דעם סאָוועטישן שרײַבער עמנואל קאַזאַקעוויטש. לייענען מיר אין דעם נעקראָלאָג, אַז קאַזאַקעוויטש איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע, אָבער האָט אָפּגעלעבט אַ סך יאָרן אין ביראָבידזשאַן, וווּ ער האָט געאַרבעט און contributed articles״ some of them in Yiddish, to a ״Communist youth newspaper ("געשריבן אַרטיקלען, אייניקע פֿון זיי אויף ייִדיש, פֿאַר אַ קאָמוניסטישער יוגנט-צײַטונג"). דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט ריכטיק (דער נעקראָלאָג איז כּולל נאָך אַ צאָל נאַרישקייטן), ווײַל קאַזאַקעוויטש איז קודם-כּל געווען אַ ייִדישער דיכטער, איינער פֿון די סאַמע הצלחהדיקע צווישן די יונגע סאָוועטישע ייִדישע פּען-מענטשן. זײַנע ווערק האָבן זיך געדרוקט ניט נאָר אין צײַטונגען, אָבער אויך אַרויס ווי ביכער. דער ביראָבידזשאַנער ייִדישער טעאַטער האָט אויך אויפֿגעפֿירט זײַן פּיעסע "מילך און האָניק". אין זײַן ליד "די ערד, וווּ איך בין גליקלעך" האָט ער געשריבן, אַז אין ביראָבידזשאַן האָט ער געזען ווי ישׂראל צינבערג זייער אינטערעסאַנט איז מיר אויך געווען צינבערג. צינבערג האָט אָנגעהויבן פֿון יענער תּקופֿה, וואָס איך האָב שוין פֿריִער פֿאַר [איר] געהאַט אַ האַרציקע באַציִונג: די גאָלדענע תּקופֿה ([ווי] מע האָט דעמאָלט גערופֿן) אין שפּאַניע, פֿון גבֿירול, פֿון יהודה הלוי מיט נאָך אַנדערע. ער האָט געהאַלטן די לעקציעס טאַקע אויף רוסיש, אָבער די טעקסטן פֿון די דאָזיקע אַלע לידער אָדער אַ סך ציטאַטן פֿון פֿאַרשיידענע ביכער פֿלעגט ער געבן אויף העברעיִש. ער פֿלעגט גלײַך איבערזעצן, אָדער ער פֿלעגט אַ מאָל בעטן עמעצן אַן אַנדערן פֿון די תּלמידים, וואָס ער האָט געוווּסט, אַז זיי פֿאַרשטייען, איבערצוזעצן. חוץ דעם האָט זיך מיט צינבערג אײַנגעשטעלט זייער אַ האַרציקע, נאָענטע פֿאַרבינדונג צוליב דעם, וואָס צינבערג האָט געוווינט אַן אָנדערטהאַלבן בלאָק אומגעפֿער פֿון דעם אָרט וווּ מיר האָבן געוווינט. אין דער צײַט, אין אָוונט, ווען ס׳איז ניט געווען וווּ צו גיין, אויך ניט צו גיין מיט אַ מיידל, אויך ניט צו גיין אין טעאַטער (אין טעאַטער בין איך דעמאָלט אַ סך געגאַנגען, דער עיקר נאָך דער רעוואָלוציע, פֿאַר דער רעוואָלוציע), פֿלעג איך זיך אַרײַנכאַפּן צו אים. צינבערג האָט עס ליב געהאַט, דאָס איז געווען פֿאַר אים אַ מין אָפּרו. נײַער נומער "מעלבורנער בלעטער" לכּבֿוד 100 יאָר "קדימה" אין אויסטראַליע איז אַרויס אַ נײַער צוויי־שפּראַכיקער נומער "מעלבורנער בלעטער/Melbourne Chronicle". דער רעדאַקטאָר פֿונעם ייִדישן טייל איז משה אײַזענבוד. דאָס איז דער נומער 72 פֿונעם זשורנאַל — די איינציקע אויסגאַבע אויף ייִדיש אויף דעם אויסטראַליער קאָנטינענט. זי ווערט אַרויסגעגעבן דורך דער "קדימה" אין מעלבורן. Prunus domestica — (סתּם) פֿלוימענבוים; P. cerasifera — מיראָבאַלאַן; P. intermedia — אייערפֿלוים; P. insititia — טערנעסליפֿקע; P. maritima — באָרטנפֿלוים; P. nigra — שוואַרצפֿלוים; P. salicina — יאַפּאַנישע פֿלוים; P. spinosa — דאָרנדיקע פֿלוים; P. ursina — בערנפֿלוים. חוץ דעם געפֿינט מען אין אַנדערע מקורים אויך P. americana, אַ זגאַל וואָס שטאַמט, פֿאַרשטייט זיך, פֿון דעם קאָנטינענט און וואָס איז דאָ געווען באַקאַנט נאָך פֿאַרן אָנקום פֿון אייראָפּעער, ווי אויך P. damascene — פֿון דמשׂק, סיריע, הייסט עס. די דאָרנדיקע פֿלוים איז אַ ביטערע, וואָס מע עסט נישט, נאָר וואָס דערפֿון מאַכט מען יאָ דזשין — sloe gin אויף ענגליש. די באָרטנפֿלוים איז אַ זגאַל וואָס וואַקסט נאָר בײַם ברעג ים — אויב מע פּרוּווט זי האָדעווען אַנדערש וווּ קריגט מען נישט קיין פֿרוכט! די יאַפּאַנישע פֿלוים קומט גיכער פֿון כינע ווי פֿון יאַפּאַן, אָבער איז זייער פֿרי אַריבער צו די יאַפּאַנער, וואָס האָבן זי געמאַכט פֿאַר אַן אייגענער. דאָס ייִדישע וואָרט "פֿלוים" איז פֿאַרבונדן מיטן נײַ־הויכדײַטשישן Pflaume און מיטן מיטל־הויכדײַטשישן phlûme. טשיקאַווע צו באַמערקן, אַז חוץ דעם, וואָס וווּ אויף דײַטשיש איז דאָ pf וואָרט־אײַן איז אויף ייִדיש אַלע מאָל דאָ בלויז פֿ־, זענען דאָ גאַנץ ווייניק אַזעלעכע ווערטער אויף דײַטש — און כּמעט אַלע זענען לײַווערטער פֿון לאַטײַניש. הייסט עס, אַז אַזאַ קלאַנג, וואָס איז אַזוי דײַטש, אַז מער דײַטש קען עס שוין נישט זײַן, איז גאָר אַ סימן פֿון אַ לײַוואָרט. דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך האָבן איבער 150 יונגע לײַט און משפּחות באַזוכט "ייִדיש־פֿאַרם" אין גושן, נ״י, אַ שטעטל אין די קעטסקיל־בערג, כּדי צו פֿײַערן דעם שלוס פֿון איר ערשטער פֿולשטענדיקער זומער־פּראָגראַם. די אונטערנעמונג האָט מען אָנגערופֿן מיטן האַלב־הומאָריסטישן נאָמען, "גלות־פֿעסטיוואַל". אַ טייל פֿון די געסט האָבן פֿאַרבראַכט דאָרט אַ גאַנצן סוף־וואָך, און גענעכטיקט אין געצעלטן. ס׳רובֿ זענען אָבער געקומען זונטיק נאָך מיטאָג. מ׳האָט זיי געפֿירט אויף אַ טור פֿון דער רחבֿותדיקער פֿאַרם, זיי האָבן געהאָדעוועט די ציגעלעך, גענאַשט פֿונעם שניט, געהערט ווי קלעזמער און חסידישע מוזיקער שפּילן ייִדישע לידער, און אַפֿילו אַהיימגענומען רויע מילעך. |