דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער

די ערשטע טייטלען האָבן זיך געפֿונען אינעם הײַנטיקן איראַק. זיי וואַקסן אַרום דעם מיטל-ים, איבערהויפּט אין אָאַזיסן אין מידבר, ווײַל כּדי צו ברענגען פֿרוכט מוזן די וואָרצלען פֿון דער טײַטלפּאַלמע זײַן אין וואַסער, אָבער דער בוים אַליין מוז זײַן אין טרוקענער לופֿט.
פֿונעם טייטלבוים איז דער וויסנשאַפֿטלעכער נאָמען PHOENIX dactylifera — גרעקיש-לאַטײַנישע ווערטער מיטן טײַטש, מסתּמא, ׳פֿעניקישער טייטל-טרעגער׳. די פֿעניקיער זענען דאָך געווען אַ סעמיטיש פֿאָלק בײַם מיטל-ים; פֿון זיי האָבן די גרעקן געקענט באַקומען דעם טייטלבוים. דאָס אַלט-גרעקישע וואָרט פֿאַרן טייטל, וואָס ס׳איז אויך דער אָבֿ פֿונעם רובֿ אייראָפּעיִשע טערמינען, איז daktylos — ׳פֿינגער; טייטל׳. (ביזן הײַנטיקן טאָג איז דאָס דאָס וואָרט פֿאַר ׳פֿינגער׳; וועגן הײַנטיקן גרעקישן וואָרט פֿאַר ׳טייטל׳ וועט באַלד קומען צו רייד.) פֿאַר וואָס ׳פֿינגער׳? אַ פּנים, וואָרן די פֿאָרעם פֿון אַ טייטל איז ענלעך צו אַ פֿינגער. דאָס הײַנטיקע ענגלישע וואָרט איז, פֿאַרשטייט זיך, date, נאָר מיט הונדערטער יאָרן צוריק האָט מען אויף ענגליש געזאָגט finger apple.
אַז אויף גרעקיש איז ׳נאַכט׳ — nikta און ׳אַכט׳ — okto, טאָ פֿאַר וואָס זשע זאָגט מען אויף ייִדיש נישט "דאַכטל", נאָר "טייטל"? צוליבן לינגוויסטישן פּרינציפּ, אַז קרובֿישע ווערטער, פֿון איין שטאַם, אַנטוויקלען זיך אויף אַן אַנדער אופֿן ווי נישט-קרובֿישע לײַווערטער. וואָלט דאָס ייִדישע וואָרט געוואָקסן פֿונעם זעלביקן מקור וואָס דאָס גרעקישע, וואָלט מען אפֿשר געזאָגט *דאַכטל אויף ייִדיש, Dachtel* אויף דײַטשיש. נאָר דווקא ווײַל ס׳איז אַ לײַוואָרט, זאָגט מען אויף דײַטשיש Dattel, כּמעט אידענטיש מיטן שפּאַנישן dátil, אַ שטייגער.
איז זאָגט מען אויף לאַטײַניש dactylus, פֿראַנצויזיש date, אונגעריש datolya, פּויליש dactyl, טשעכיש datle — דאָס לעצטע דורך דײַטשיש, אַזוי ווי mandle פֿון Mandel ‘מאַנדל’. דאָס וואָס אויף ייִדיש הייבט זיך אָן דאָס וואָרט מיט אַ טית איז נישט קיין חריפֿות — פֿאַראַן אויך ייִדיש "טונקל" אַקעגן דײַטשישן dunkel, ייִדיש "טאָפּל" אַקעגן דײַטשישן doppelt אאַז״וו. טאָ פֿאַר וואָס "טייטל" און נישט "טאַטל"? ביז אַהער האָב איך נישט קיין ענטפֿער. אַגבֿ, איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז ס׳רובֿ ייִדישע פֿאַמיליעס זענען גאָר דײַטשישע — אַז מע רעדט וועגן "באָטאַנישע" פֿאַמיליעס, האָבן מיר Kirschenbaum פֿאַר קאַרשנבוים, Birnbaum פֿאַר באַרנבוים; אָבער מיר איז נישט באַקאַנט קיין פֿאַמיליע Dattelbaum, נאָר בלויז Teitelbaum — אַ מאָדנער שעטנז, אַ פֿאַרדײַטשישט ייִדיש וואָרט מיט אַ דײַטשיש וואָרט ממש...
אויף ייִדיש איז דאָ נאָך אַ גרופּקעלע ווערטער וואָס דערמאָנט אונדז שטאַרק אין "טייטל" — "טײַטן/טײַטלען" (מיט די פֿינגער), וואָס דאָס איז שייך צום וואָרט "באַטײַטן", ווי אויך צום דײַטשישן וואָרט deutlich — וואָס מע באַגעגנט אַ מאָל אויף ייִדיש אויך ("קלאָר און דײַטלעך") און bedeuten. לויט די מקורים איז deutlich גאָר פֿון דער זעלביקער עטימאָלאָגיע וואָס דאָס וואָרט Deutsch, פֿון אַן אַלט גערמאַניש וואָרט פֿאַר ׳פֿאָלק׳. נאָר וואָס וואָלט איך נישט אַוועקגעגעבן, סע זאָל זיך אַרויסווײַזן, אַז "טײַטלען" נעמט זיך דווקא פֿון daktylos ׳פֿינגער׳?
אַז מע גייט ווײַטער אויף מיזרח, טרעפֿט מען נאָך פֿאַרשיידענע ווערטער. די טשעכישע און פּוילישע ווערטער האָבן מיר שוין געזען. אויף רוסיש זאָגט מען finik, פֿונעם גרעקישן phoenix ׳פּאַלמענבוים׳. אָבער אינעם הײַנטיקן גרעקיש זאָגט מען גאָר khourmas, וואָס דאָס איז אַ לײַוואָרט פֿון פּערסישן khorma דורכן טערקישן hurma. אויך אויף רומעניש טרעפֿט מען עפּעס ענלעכס: curmală. אויף רוסיש איז, אָבער, דאָ נאָך אַ פּרי, אין גאַנצן אַן אַנדערע, וואָס מע רופֿט khurma, אויף ייִדיש "כורמע", אויף רומעניש hurma, אויף פּערסיש khormala, אויף ענגליש — persimmon. מערקט דעם פּלאָנטער: אויף פּערסיש איז khorma ‘טייטל’, khormala ‘כורמע’; אויף רומעניש איז פֿאַרקערט — curmală ‘טייטל’, hurma ‘כורמע’. פֿאַר וואָס די צוויי טערמינען האָבן זיך אויסגעמישט איז נישט קלאָר, נאָר טשיקאַווע איז עס.
אויף אַראַביש, אַגבֿ, זענען דאָ עטלעכע טערמינען: דער טייטלבוים הייסט nakhl, אָבער זײַן פֿרוכט רופֿט מען tamr, אַזוי ווי דאָס לשון־קודשע "תמר" — וואָס ס׳איז אויך אַ פֿרויען־נאָמען, אַרויסגערעדט אויף ייִדיש /טאָמער/.
פֿון דעם נעמט זיך אַ ייִדיש חכמהלע: ווען איינער זאָגט "טאָמער אַזוי, טאָמער פֿאַרקערט..." קען מען אים אָפּענטפֿערן, "תּמר [טאָמער] איז אַ ייִדענע!"
פֿונעם אַראַבישן tamr נעמט זיך איינער פּאָרטוגאַלישער טערמין, tâmara — דער צווייטער איז datil. לויט איין מקור האָבן די גרעקן גענומען זייער daktylos פֿונעם אַראַבישן daqal — וואָס מײַן אַראַביש ווערטערביכל דעפֿינירט ‘(טונעזישער דיאַלעקט) אַ מין טייטל’, נאָר דאָס לייגט זיך מיר נישט אויפֿן שׂכל; איידער אַ וואָרט פֿאַר ‘טייטל’ זאָל מען אַריבערטראָגן אויף ‘פֿינגער’ וועט מען גיכער אַ וואָרט פֿאַר ‘פֿינגער’ אַריבערטראָגן אויף ‘טייטל’.