דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער

אין אַ פֿריִערדיקן אַרטיקל האָבן מיר שוין געשריבן וועגן דעם, וויפֿל באַקאַנטע פֿרוכטן ס׳גייען אַרײַן אינעם מין Prunus: פֿלוימען, פֿערישקעס, קאַרשן, ווײַנשל, אַפּריקאָסן, אַפֿילו מאַנדלען. וועלן מיר זיך איצט נעמען צום געוויקס, וואָס דערפֿון קומט דער נאָמען פֿונעם מין: די פֿלוים — פּינקטלעכער געזאָגט, דער פֿלוימענבוים. בײַ שעכטערן אין דער באָטאַנישער טערמינאָלאָגיע זענען דאָ נײַן זגאַלן פֿלוימען:
Prunus domestica — (סתּם) פֿלוימענבוים; P. cerasifera — מיראָבאַלאַן; P. intermedia — אייערפֿלוים; P. insititia — טערנעסליפֿקע; P. maritima — באָרטנפֿלוים; P. nigra — שוואַרצפֿלוים; P. salicina — יאַפּאַנישע פֿלוים; P. spinosa — דאָרנדיקע פֿלוים; P. ursina — בערנפֿלוים. חוץ דעם געפֿינט מען אין אַנדערע מקורים אויך P. americana, אַ זגאַל וואָס שטאַמט, פֿאַרשטייט זיך, פֿון דעם קאָנטינענט און וואָס איז דאָ געווען באַקאַנט נאָך פֿאַרן אָנקום פֿון אייראָפּעער, ווי אויך P. damascene — פֿון דמשׂק, סיריע, הייסט עס. די דאָרנדיקע פֿלוים איז אַ ביטערע, וואָס מע עסט נישט, נאָר וואָס דערפֿון מאַכט מען יאָ דזשין — sloe gin אויף ענגליש. די באָרטנפֿלוים איז אַ זגאַל וואָס וואַקסט נאָר בײַם ברעג ים — אויב מע פּרוּווט זי האָדעווען אַנדערש וווּ קריגט מען נישט קיין פֿרוכט! די יאַפּאַנישע פֿלוים קומט גיכער פֿון כינע ווי פֿון יאַפּאַן, אָבער איז זייער פֿרי אַריבער צו די יאַפּאַנער, וואָס האָבן זי געמאַכט פֿאַר אַן אייגענער.
דאָס ייִדישע וואָרט "פֿלוים" איז פֿאַרבונדן מיטן נײַ־הויכדײַטשישן Pflaume און מיטן מיטל־הויכדײַטשישן phlûme. טשיקאַווע צו באַמערקן, אַז חוץ דעם, וואָס וווּ אויף דײַטשיש איז דאָ pf וואָרט־אײַן איז אויף ייִדיש אַלע מאָל דאָ בלויז פֿ־, זענען דאָ גאַנץ ווייניק אַזעלעכע ווערטער אויף דײַטש — און כּמעט אַלע זענען לײַווערטער פֿון לאַטײַניש. הייסט עס, אַז אַזאַ קלאַנג, וואָס איז אַזוי דײַטש, אַז מער דײַטש קען עס שוין נישט זײַן, איז גאָר אַ סימן פֿון אַ לײַוואָרט.
דאָס וואָרט "פֿלוים" איז אַרײַן אין ייִדיש, דײַטשיש, ענגליש אאַז״וו פֿון לאַטײַניש — דאָרטן איז דאָס וואָרט פֿאַרן בוים געווען prunus (אַזוי ווי דער וויסנשאַפֿטלעכער טערמין), פֿאַר דער פֿרוכט — prunum. פֿון דעם וואָרט איז דער לשון־רבים געווען pruna, און איז פֿון פּלוראַל געוואָרן לשון־נקבֿה, וואָס דערפֿון וואַקסט דאָס פֿראַנצויזישע prune, דאָס איטאַליענישע prugna און דאָס רומענישע prună. דאָס וואָרט איז אַרײַן אין לאַטײַן פֿון אַ פֿאָלק וואָס האָט געוווינט בײַם מיטל־ים נאָך פֿאַר די רוימער; אפֿשר אין קליין־אַזיע (דאָס הײַנטיקע טערקײַ). פֿלוימען זענען אויפֿגעוויזן אין בבֿל נאָך מיט טויזנטער יאָרן צוריק, און זיי זענען אָנגעקומען קיין אייראָפּע דורך סיריע. ערשט מיט אַ צוויי טויזנט יאָר צוריק האָט זיך באַוויזן דער סתּם פֿלוימענבוים — אַ געמיש, אַ פּנים, פֿונעם מיראָבאַלאַן מיט דער דאָרנדיקער פֿלוים. פֿאַר וואָס פֿונעם לאַטײַנישן pruna איז אַרויסגעוואַקסן plum אאַז״וו — פֿון r איז געוואָרן אַ l און פֿון n איז געוואָרן אַ m — איז נישט קלאָר. פֿון דער היסטאָרישער פֿאָנאָלאָגיע ווייסט מען, אַז אַזאַ זאַך טרעפֿט זיך, נאָר קיין בעסערע דערקלערונג איז נישטאָ. דאָס ענגלישע prune, ווידער, איז אַ לײַוואָרט פֿון פֿראַנצויזיש (בײַ די פֿראַנצויזן איז prune ‘פֿלוים’, pruneau ‘געטריקנטע פֿלוים’ און prunelle — ‘דאָרנדיקע פֿלוים’). דאָס ענגלישע prune ‘(אַרומ)שנײַדן’, אַגבֿ, קער זיך מיט דער פֿלוים נישט אָן.
אין די ייִדישע דיאַלעקטן געפֿינט מען, חוץ FLOyM (אין ליטווישן ייִדיש) אויך FLOM (אין אוקראַיִנישן ייִדיש), FLOUM (אין פּוילישן ייִדיש), FUOYM (אין ביאַליסטאָקער ראַיאָן), FUOM (אין מערבֿ־פּוילן) און נאָך. מאָדנע, וואָס די ווערטער וואָס גראַמען זיך מיט "פֿלוים" — "שוים", "קוים", "גערוים", "צוים", "פֿאַרזוימען", "אײַנרוימען" רעדט מען אַרויס אין ליטווישן ייִדיש מיט /A/ — ShAM, KAM, GRAM, TsAM, FARZAMEN, AYNRAMEN — און מע שרײַבט זיי אויך אַ מאָל מיט "אַ", נאָר קיין FLAM פֿאַר "פֿלוים" איז נישטאָ. אפֿשר ווײַל "פֿלאַם" מיינט דאָך ‘פֿײַער’ — אָבער האָמינימען אויף ייִדיש זענען דאָך פֿאָרט דאָ אַ סך.
פֿלוימענזאַפֿט טרינקט מען, פֿלוימעניויך מאַכט מען פֿון געקאָכטע פֿלוימען, פֿלוימען־צימעס עסט מען. דאָס ענגלישע plum pudding, אָבער, מאַכט מען נישט פֿון קיין פֿלוימען — דאָ איז דער טײַטש פֿון plum גאָר ‘ראָזשינקע’.
חוץ די נײַן זגאַלן פֿלוימען ברענגט שעכטער אויך איבער הונדערט וואַריעטעטן פֿלוימען אין זײַן רשימה וואַריעטעטן, וואָס איז נישט אַרײַן אין דער געדרוקטער טערמינאָלאָגיע, אָבער וואָס וועט אַ מאָל נאָך געדרוקט ווערן. פֿון די סאַמע באַקאַנטע זענען אונגערישע פֿלוימען/אונגערפֿלוימען (אַרויסגערעדט בפֿירוש /INGERIShE/), וואָס אויף ענגליש רופֿט מען זיי גיכער Italian.
בײַ די סלאַוון איז דאָס וואָרט sliva (רוסיש), slíva (טשעכיש), slivka (סלאָוואַקיש), śliwka (פּויליש). פֿון דעם וואָרט איז דער אָפּשטאַם נישט קלאָר, נאָר ס׳איז אפֿשר פֿאַרבונדן מיט אַ שורש וואָס איז טײַטש ‘בלאָ’ — אויב אַזוי וואָלט עס געווען אַ קאָגנאַט פֿונעם לאַטײַנישן livere ‘זײַן בלאָ’ און פֿונעם ענגלישן sloe, דײַטשישן Schlehe. אויף טשעכיש איז זיך פֿאַרלאָפֿן אַ בײַט: slíva מיינט הײַנט דווקא אַ פֿלוים פֿון אַ קליינער וואַריעטעט — סתּם פֿלוים איז švestka, פֿון לאַטײַנישן pruna sebestica ‘אַראַבישע פֿלוים’, וואָס דאָס איז פֿון טשעכיש אויך אַרײַן אין דײַטשיש — Zwetschge.
אַחרון אַחרון — דאָס עבֿריתּישע "שזיף". אין תּנ״ך איז עס נישטאָ; אין די יאָרהונדערטער נאָכן תּנ״ך איז עס גאָר געווען טײַטש ‘יוּיובע’ — Zizyphus אויף לאַטײַניש, וואָס דאָס איז אַ לײַוואָרט פֿון לשון־קודשדיקן "שזיף" דורך גרעקיש. (אין מײַנע קינדער־יאָרן האָט jujube געהייסן אַ צוקערקע פֿון זשעלאַטין, נאָר ס׳איז אין דער אמתן אַ געוויקס מיט אַ פֿרוכט וואָס איז ענלעך צו אַ פֿלוים.) אין הײַנטיקן עבֿרית איז "שזיף" — פֿלוים, אַ פּנים, ווײַל אַ פֿלוים איז טונקל און "שזיף" דערמאָנט אינעם שורש "שזף", וואָס איז טײַטש ‘ווערן טונקל’ ("להשתזף" ‘ברוינען זיך אויף דער זון’). לאַנג לעבן זאָלן די פֿאָלקס־עטימאָלאָגיעס!