גיתּאַי וועט פֿילמירן אַפּעלפֿעלדס "צילי" אויף ייִדיש
דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער פֿילם־רעזשיסאָר עמוס גיתּאַי וועט דעם האַרבסט אָנהייבן פֿילמירן אַהרן אַפּעלפֿעלדס דערציילונג "צילי", און האָט באַשלאָסן, אַז די ייִדישע כאַראַקטערן וועלן רעדן אויף ייִדיש. אַוודאי וואָלט דאָס נישט געדאַרפֿט זײַן קיין חידוש, אָבער דער אמת איז, אַז אין האָליוווּד־פֿילמען און אויך אין אייראָפּעיִשע פֿילמען וועגן די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן בעתן חורבן, רעדט מען רק אַנדערע שפּראַכן — פּויליש, דײַטש, ענגליש — אַבי נישט קיין ייִדיש.
עמוס גיתּאַי האָט שוין געשאַפֿן פֿערציק פֿילמען: טייל דאָקומענטאַר־פֿילמען, אָבער ס‘רובֿ דערציילערישע פֿילמען. אין אַ באַגעגעניש מיטן רעזשיסאָר אין ניו־יאָרק האָט ער דעם "פֿאָרווערטס" דערציילט, אַז ער זוכט נאָך אַן אַקטריסע צו שפּילן די הויפּט־ראָלע צילי, און דאָס וועט נישט זײַן אַזוי לײַכט.
דער שרײַבער פֿון "צילי", אַהרן אַפּעלפֿעלד, איז געבוירן געוואָרן אין 1932 לעבן טשערנעוויץ, רומעניע. די דײַטשן האָבן דערהרגעט זײַן מאַמע און ער האָט איבערגעלעבט טראַנסניסטריע בעתן חורבן. ער איז אָפּגעטיילט געוואָרן פֿון זײַן טאַטן און האָט זיך געפֿונען אַליין עטלעכע יאָר. אַזוי ווי דאָס 14־יאָריקע מיידל צילי, אין דער דערציילונג, האָט אַפּעלפֿעלד אויך, אַליין נאָך אַ קינד, געוואַנדערט איבער דעם בוקעווינער פּייסאַזש, בעטנדיק עסן בײַ די פּויערים. ער האָט עולה געווען קיין ישׂראל אין 1946. אין 1962 האָט ער געדרוקט זײַן ערשטע זאַמלונג דערציילונגען, און איז הײַנט פֿאַררעכנט ווי איינער פֿון די בעסטע העברעיִשע שרײַבער פֿון אונדזער צײַט.
"לידערליכט" בלאָג פֿון ייִדישע לידער וועגן מאַמעס
ד״ר שבֿע צוקער, עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין פֿון דער "ייִדיש־ליגע" און רעדאַקטאָרשע פֿונעם "אויפֿן שוועל", האָט לאַנצירט אַ "בלאָג" אויף דער אינטערנעץ לזכר איר מאַמען, מרים פּערלמאַן צוקער, וועלכע איז געשטאָרבן דעם 1טן שבֿט, דעם 25סטן יאַנואַר 2012. דער בלאָג הייסט "לידערליכט" און איז אָפּגעגעבן ייִדישע לידער וועגן מאַמעס. יעדע וואָך וועט ד״ר צוקער אַרויפֿגעבן אַן אַנדער ליד מיט דער ביאָגראַפֿיע פֿונעם פּאָעט, דאָס ליד אויף ייִדיש, און אין דער ענגלישער איבערזעצונג, ווי אויך געשריבן מיט ענגלישע אותיות.
מרים פּערלמאַן צוקער האָט גראַדויִרט פֿון דער י. ל. פּרץ־שול אין וויניפּעג, קאַנאַדע. זי איז לאַנגע יאָרן געבליבן אַקטיוו אין דער שול ווי אַ מאַמע. צוקער שרײַבט, "זי און מײַן טאַטע, מאיר צוקער ז״ל, האָבן ביידע ליב געהאַט די ייִדישע שפּראַך און קולטור בלבֿ־נפֿש און האָבן אײַנגעפֿלאַנצט די ליבשאַפֿט אין מיר און מײַן שוועסטער רעכל. איך האָב דעריבער געפֿילט, אַז דער בעסטער אופֿן אָפּצוגעבן כּבֿוד איר אָנדענק און איר שטייגער פֿון זײַן אַ ייִד, מוז זײַן פֿאַרבונדן מיט ייִדיש".
דערווײַל קען מען אויפֿן "לידערליכט"־בלאָג לייענען די לידער "פֿרום" און "פֿון מײַנע שלאַנקע גלידער; ווען" פֿון ראַשעל וועפּרינסקי, "ווי אַזוי ביסטו קלוג געוואָרן, מאַמע?" פֿון מלכּה חפֿץ־טוזמאַן, "מאַמע" און "מײַן קינד קלאַפּט" פֿון רייזל זשיכלינסקי, "מאַמע" פֿון גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, און די וואָך — "מײַן מאַמע" פֿון מאַני לייב.
מײַן מאַמע איז אַ שיינע און אַ בלײַכע
און אַ ווײַסע ווי אַ טויב;
די האָר ווי שניי — צוויי דינע פּאַסמעס
פֿאַלן פֿון איר הויב.
און שבתדיק, אין זײַד אין שוואַרצן
גייט זי שטענדיק אָנגעטאָן;
אויף אַ גאָלדן קייטל אויף איר האַרצן
איר כּלה־מעדאַליאָן.
און אויגן האָט מײַן מאַמע, גרינע אויגן,
גראָז און זון וואָס רוט;
און אַז זי קוקט אַ מענטשן אין די אויגן
ווערט יענעם מענטשן גוט.
דער אַדרעס פֿונעם בלאָג:
http://shevazucker.com/blog/
מאָנטרעאָלער "דאָראַ וואַסערמאַן־ייִדיש־טעאַטער":
ייִדיש־אַקטיוויטעטן אַ גאַנץ קײַלעכדיק יאָר
דעם סוף־וואָך, שבת דעם 31סטן מאַרץ, און זונטיק, דעם 1טן אַפּריל, וועט פֿאָרקומען דער ערשטער "איך האָב ליב ייִדיש"־סוף־וואָך בײַם "דאָראַ וואַסערמאַן־ייִדיש־טעאַטער" אין מאָנטרעאַל. שבת־צו־נאַכטס, 9:00 אין אָוונט, וועט מען זינגען ייִדישע לידער בציבור. אַהרן גאָנשאָר וועט זײַן דער "גאַסטגעבער", און עס וועלן אָנטיילנעמען די זינגערס דזשייסאָן און אַבי ראָזענבלאַט, אָנרי אָפּענהײַם, מישעל הײַסלער און חזנטע העטער באַטשעלאָר. זונטיק, 2:00 בײַ טאָג, וועט מען פֿאָרלייענען שלום־עליכמס פּיעסע "שווער צו זײַן אַ ייִד". עס וועלן אָנטיילנעמען אין דער פֿאָרלייענונג: פּינחס בליט, שׂרה זאַמעק, מאַיאַ קופּער, דזשאַש גאָנשאָר, דן גאָלדשטיין, סעם שטיין, פֿיליפּ בוך, בוירני ליבערמאַן און אַנדערע. זונטיק, אין אָוונט, וועט מען ווײַזן דעם פֿילם "זײַן ווײַבס ליובאָווניק", רעזשיסירט פֿון סידני גאָלדין מיטן אַקטיאָר לודוויג זאַץ.
פֿינקלשטיין איז אויפֿגעוואַקסן מיט דאָראַ וואַסערמאַן און איר טעאַטער. איר מאַמע איז געווען אַן אַקטריסע אין דער טרופּע, און ייִדיש קען זי סײַ פֿון דער היים, סײַ פֿון דער בינע, סײַ פֿון דער שול. זי האָט זיך געלערנט אין די פּרץ־ און ביאַליק־שולן אין מאָנטרעאָל, וווּ ייִדיש איז אַ טייל פֿון דער לערן־פּראָגראַם. יאָרן לאַנג האָט זי געשפּילט אין דער טרופּע, און אַזוי ווי זי האָט אַנטוויקלט אַן אינטערעס צום טעאַטער ווי אַ קאַריערע, איז געווען נאַטירלעך, אַז מען זאָל זי באַטראַכטן פֿאַר דער פּאָזיציע.
זי וויל, אַז די ייִדיש־רעדנדיקע קהילה אין מאָנטרעאָל זאָל געניסן פֿון אַ פֿולן קאַלענדאַר פֿון ייִדיש־אַקטיוויטעטן בײַם "וואַסערמאַן־טעאַטער", און דער איצטיקער ייִדיש־סוף־וואָך איז נאָר דער אָנהייב פֿונעם פּלאַן. אין יאַנואַר, אין דער פּראָגראַם "באַבאַ יאַיאַ", האָבן חנה און אַהרן גאָנשאָר געלערנט קינדערלידער און גראַמען מיט נײַע טאַטע־מאַמעס און זיידע־באָבעס. אויף דער הויפּט־בינע פֿונעם "דאָראַ וואַסערמאַן ייִדיש־טעאַטער" וועלן ברײַנע וואַסערמאַן און אָדרי פֿינקלשטיין צוזאַמען רעזשיסירן די פֿאָרשטעלונג "אויף סעקאָנד־עוועניו" פֿון משה ראָזענפֿעלד און זלמן מלאָטעק. די עפֿענונג וועט פֿאָרקומען דעם 10טן יוני 2012.
נײַער סעזאָן בײַ דער "פֿאָלקסבינע"
"דער נאַציאָנאַלער ייִדישער טעאַטער — פֿאָלקסבינע" האָט מודיע געווען די פֿאָרשטעלונגען פֿאַרן פֿרילינג־סעזאָן 2012.
די פֿאָרשטעלונג Traveling the Yiddishland — "מיר פֿאָרן אַרום ייִדישלאַנד" — מיטן מוזיקער זיסל־יוסף סלעפּאָוויטש און זײַן קאַפּעליע "ליטוואַקעס" האָט ערשט פֿאַרענדיקט אַ טור איבער די שטאָטישע קאַלעדזשעס אין ניו־יאָרק. מיישקע אַלפּערט האָט אָנטיילגענומען ווי אַ גאַסטזינגער אין דער אויפֿפֿירונג וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט זעלטענע פֿאָלקסלידער פֿון דער ליטע, געזאַמלט פֿון סלעפּאָוויטש אַליין און אַנדערע פֿאָלקלאָריסטן.
"נשמה צו נשמה: ייִדישע און אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער מוזיקאַלישע קולטורן" |
דעם 4טן אַפּריל, אין דער "קאָלדען־אוידיטאָריע" בײַם קווינס־קאַלעדזש אין ניו־יאָרק, וועט מען אויפֿפֿירן Soul to Soul, "נשמה צו נשמה: ייִדישע און אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער מוזיקאַלישע קולטורן" מיט די זינגערס ליסאַ פֿישמאַן, עלמאָר דזשיימס און טאָני פּערי. די פֿאָרשטעלונג הייבט אַרויס די ענלעכקייטן אין די לידער צווישן די צוויי קולטורן. זלמן מלאָטעק, דער קינסטלערישער רעזשיסאָר פֿון דער "פֿאָלקסבינע" באַגלייט זיי בײַ דער פּיאַנע.
לזכּרון דעם חורבן וועט מען אויפֿפֿירן די קאָנצערט־פּראָגראַם "געטאָ־טאַנגאָ" דינסטיק, דעם 17טן אַפּריל, 7:00 אין אָוונט, אין "באַרוך־קאַלעדזש", 55 לעקסינגטאָן עוועניו, מאַנהעטן. דאָס יאָר איז דער קאָנצערט געווידמעט דעם אָנדענק פֿון דער זינגערין אַדריאַן קופּער, איינע פֿון די שאַפֿערס פֿון "געטאָ־טאַנגאָ".
אַבֿי האָפֿמאַן וועט אויפֿטרעטן אין דער דראַמע אויף ייִדיש "Reflections of a Lost Poet" וועגן איציק מאַנגער, געשריבן פֿון מרים האָפֿמאַן. דאָס וועט פֿאָרקומען נאָר דרײַ מאָל — שבת, דעם 12טן מײַ, 9:00 אין אָוונט, און זונטיק, דעם 13 מײַ 2:00 בײַ טאָג, און 6:00 אין אָוונט. עס וועלן זײַן ענגלישע טיטלען פֿאַר די וואָס פֿאַרשטייען נישט קיין ייִדיש.
אַבֿי האָפֿמאַן אין "Reflections of a Lost Poet" |
מענדי כּהנא פֿון "יונג־ייִדיש" אין ישׂראל וועט אויפֿטרעטן אויך דרײַ מאָל אין אַ פּראָגראַם וואָס הייסט "אַ ייִדישער בוקעט". די פֿאָרשטעלונג וועט אַרײַננעמען געזאַנג און רעציטאַציע. כּהנא וועט אויפֿטרעטן שבת, דעם 19טן מײַ, 9:00 אין אָוונט; זונטיק, דעם 20סטן מײַ, 2:00 בײַ טאָג און 6:00 אָוונט.
בילעטן קאָסטן 35$ פֿאַר איין פֿאָרשטעלונג; 50$ פֿאַר ביידע. זיי קומען פֿאָר אין "באַרוק־קאַלעדזש", 55 לעקסינגטאָן עוועניו, אין מאַנהעטן.
קלינגט: 5073־312־646 צו קויפֿן בילעטן.
די "פֿאָלקסבינע" וועט אויך דורכפֿירן עטלעכע פֿאָרלייענונגען פֿון קלאַסישע איין־אַקטערס אויף ייִדיש: "ראָמעאָ און דזשוליעט" "מאָטל פּייסי אין אַמעריקע" און "נישטאָ יאָסל". דאָנערשטיק, דעם 3טן מײַ, אין "לעהמאַן־קאַלעדזש", מיטוואָך, דעם 9טן מײַ, 7:00 אין אָוונט, אין "באַרוך־קאַלעדזש", דאָנערשטיק, דעם 10טן מײַ, 12:30 בײַ טאָג אין ברוקלין־קאַלעדזש און דאָנערשטיק, דעם 17טן מײַ, 7:00 אין אָוונט, אין קווינס־קאַלעדזש.
דאָס יאָר וועט דער גאַלאַ־בענעפֿיט־קאָנצערט אָפּגעבן כּבֿוד דעם פּאַפּ־זינגער ניל סאַדאַקאַ, דער מוזיקאָלאָגין חנה מלאָטעק און דאָקטער דזשיי וויסניקי. דאָס וועט פֿאָרקומען אינעם ניו־יאָרק "טאַון־האָל", דינסטיק, דעם 12טן יוני 2012.
קלינגט אין "פֿאָלקסבינע" צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע 2120־213־212.