עס קאָכט זיך אין גאַנץ אייראָפּע מיט קלעזמער־ און ייִדישע קולטור־אַקטיוויטעטן. אָבער, ביז לעצטנס, האָט מען אין גאַנצן נישט באַמערקט קיין שום אינסטיטוציעס אָדער אונטערנעמונגען, וועלכע האָבן געשטרעבט אויפֿצולעבן, אָדער אַפֿילו דערמאָנען, די ייִדישע קולטור אין רומעניע — דאָס באַזונגענע לאַנד פֿון אַהרן לעבעדיעוו, וואָס איז "שיין און פֿײַן", וווּ "מע טרינקט רומעניש ווײַן" און "מע עסט קאַרנאַצעלעך (וווּרשטן), מאַמעליגע, ברינדזע און קאַשקאַוואַל (ווייכע און האַרטע שאָפֿענע קעזן)."
ווי ווײַט ס'איז אָפּגעפֿרעמדט געוואָרן די הײַנטיקע רומענישע סבֿיבֿה פֿון אַזאַ אויפֿלעבונג, פֿאַרשטייט מען פֿונעם ווײַטערדיקן עפּיזאָד: ווען די ניו־יאָרקער מוזיקער דבֿורה שטראַוס, דזשעף וואַרשאַוער און בנימין פֿאָקס־ראָזען, האָבן אָנגעהויבן זייער קאָנצערט אין טראַנסילוואַניע אין 2009 מיטן פֿריִער דערמאָנטן באַקאַנטן "סעקאָנד־עוועניו" לעבעדיעוו־ליד "רומעניע, רומעניע", האָט "קיין איינער אינעם עולם נישט געקענט דאָס ליד", דערמאָנט זיך פֿאָקס־ראָזען.
אמת, לעבעדיעווס "רומעניע" איז געווען אַ "היט" אין אַמעריקע; צי די ייִדן, וועלכע זענען געבליבן אין רומעניע, האָבן דאָס אַמאָל געהערט איז אַ ספֿק. פֿון דעסטוועגן, שפּיגלט אָפּ די שטומע רעאַקציע אויף דעם ליד בײַ דעם קאָנצערט ווי ווייניק מע ווייסט הײַנט אין רומעניע וועגן דער רײַכער ייִדישער רומענישער קולטור־ירושה, און וועגן דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער דאָזיקער ירושה איבער דער וועלט. עס שפּיגלט אויך אָפּ דער אומחשק אין לאַנד אויסצופֿאָרשן די רעשטלעך פֿונעם אַמאָליקן עבֿר אין רומעניע.
|
אין אַ רומענישער שיל, טורדאַ, 2011, שפּילן די קלעזמאָרים (פֿון רעכטס): בנימין פֿאָקס־ראָזען, פּעטרו, אַדריאַן רעקעאַנו, דזשייק שולמאַן־מענט |
|
רומעניע האַלט מען ווי דאָס וויגעלע פֿונעם ייִדישן טעאַטער און פֿון דער קלעזמער־מוזיק; אַ לאַנד וווּ עס האָבן געלעבט און געשאַפֿן די וויכטיקע שרײַבער אליעזר שטיינבאַרג און איציק מאַנגער צווישן אַנדערע. די אַלע פֿאַקטן ווערן כּמעט נישט דערמאָנט דאָרטן הײַנט. פֿאַרן חורבן האָבן אין לאַנד געלעבט אַן ערך 750,000 ייִדן, און די צאָל האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט די צווייטע גרעסטע ייִדישע קהילה אין מיזרח־אייראָפּע (נאָך פּוילן). אָבער די פּראָפּאָרץ פֿון די ייִדן איז בלויז געווען 5% פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג — אַ סך ווייניקער ווי אין פּוילן, אונגערן, ליטע און לעטלאַנד.
מיטן אויסנאַם פֿון געוויסע אַסימילירטע קהילות אין טראַנסילוואַניע און בוקעווינע (ביידע טעריטאָריעס זענען געווען אַ טייל פֿון עסטרײַך־אונגערן ביז 1918), וווּ מע האָט גערעדט אונגעריש און דײַטש, האָבן די ייִדן גערעדט ייִדיש. לויט אַ צענזוס פֿון 1930, האָבן אַ דרײַ־פֿערטל פֿון די ייִדן אין רומעניע אָנגעגעבן ייִדיש ווי זייער מאַמע־לשון (די מער פּינקטלעכע סטאַטיסטיק איז מסתּמא העכער, ווײַל די רעגירונג האָט געוואָלט וואָס קלענער מאַכן די מינאָריטעטן אין לאַנד).
בעתן חורבן זענען די ייִדישע קהילות צעשטערט געוואָרן. פֿון צפֿון־טראַנסילוואַניע האָבן די דײַטשן און די אונגערן, וועלכע האָבן קאָלאַבאָרירט מיט זיי, פֿאַרשיקט די ייִדן קיין אוישוויץ אין 1944. אַנטאָנעסקוס אַנטיסעמיטישע פּאָליטיק האָט פֿאַרטריבן די ייִדן איבערן לאַנד און אַ סך פֿאַרצאַמט אין אַרבעט־לאַגערן. די רומענישע אַרמיי האָט פֿאַרשיקט די קהילות פֿון בוקעווינע און צפֿון־מיזרח מאָלדאָווע קיין טראַנסניסטריע אין 1941, וווּ הונדערטער טויזנטער זענען אומגעקומען פֿון הונגער, קעלט און קרענק.
|
קלעזמאָרים פֿון אַמעריקע מיט מיטגלידער פֿונעם ייִדישן כאָר און אָרטיקע קינדער, נאָך דעם ווי מע האָט אָפּגעשפּילט אַ "ייִדישע חתונה", סיגעט 2009 |
|
נישט געקוקט אויף דעם, האָבן 400,000 ייִדן, אַ העלפֿט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין רומעניע, איבערגעלעבט די מלחמה; אַ גרעסערער פּראָצענט אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע לענדער פֿון אייראָפּע.
די קליינע ייִדישע באַפֿעלקערונג הײַנט פֿון 6,000 נפֿשות איז אַ רעזולטאַט, צום טייל, פֿון דער קאָנטראָווערסאַלער רעגירונג־פּאָליטיק, וואָס האָט במשך פֿון די 1950ער און 1960ער יאָרן, ממש פֿאַרקויפֿט אירע ייִדישע בירגער צו מדינת־ישׂראל און צוריקבאַקומען מזומן־געלט און פּראָדוקטן.
די הײַנטיקע יוגנט אין רומעניע ווייסט נאָר פֿון איין אַלגעמיינער רומענישער געשיכטע און קולטור, און גאָרנישט פֿון די פֿאַרשיידענע עטנישע קולטורן אין לאַנד פֿאַר דער מלחמה, צווישן זיי: די דײַטשע, אונגערישע, ייִדישע, פּוילישע, ראָמאַ (ציגײַנער), און אוקראַיִנישע. דער קלעזמער־פֿידלער דזשייק שולמאַן־מענט האָט פֿאַרבראַכט דאָס יאָר 2010—2011 אין רומעניע, אַ דאַנק אַ "פֿולברײַט"־סטיפּענדיע, אינעם שטעטל באָטאָשאַן, וואָס האָט אַמאָל געהאַט 50 שילן און קלויזן. הײַנט איז דאָרט געבליבן איין שיל מיט אַ מנין, און אויף די ווענט זעט מען שיינע, אַלטע פֿאָלקלאָרישע וואַנט־מאָלערײַען. אויף די ווענט פֿון אַן אַנדער, אַמאָליקער, שיל וואָס ווערט איצט גענוצט ווי אַ טישלערײַ־וואַרשטאַט, זענען געבליבן וואַנט־מאָלערײַען פֿון קלעזמערישע אינסטרומענטן. שולמאַן־מענט דערציילט, אַז "ס'רובֿ גימנאַזיום־סטודענטן האָבן נישט קיין השׂגה, אַז אַ העלפֿט פֿונעם שטעטל איז אַמאָל באַשטאַנען פֿון ייִדן". ווען ער האָט גערעדט פֿאַרן גימנאַזיום, האָט "קיינער אַפֿילו נישט געהערט פֿון ייִדיש, כאָטש ווען זייערע טאַטע־מאַמעס זענען געווען קינדער האָט מען נאָך אָפֿט געהערט ייִדיש אין גאַס".
לעצטנס, האָבן די אָרגאַניזאַציעס סײַ פֿון מחוץ רומעניע, סײַ אינעם לאַנד זיך געכאַפּט ווי שוואַך ס'איז די דערציִונג, אין שײַכות מיט דער רומענישער ייִדישער קולטור און געשיכטע, און ווי ווייניק דערציִערישע מאַטעריאַלן זענען פֿאַראַן. פֿאַרשיידענע איניציאַטיוון האָט מען אָקאָרשט לאַנצירט אַ דאַנק די באַגײַסטערטע יחידים און אָרטיקע שטאָטישע רעגירונגען, מיטן טראָפּ אויף דער רומענישער ייִדישער געשיכטע. אַמאָל קומט די שטיצע פֿון נישט־ייִדישע קוואַלן, ווי למשל, די גרעסטע אונטערנעמונג פֿון דעם מין — דער בוקאַרעשטער קלעזמער־פֿעסטיוואַל.
|
די פֿידלערין דבֿורה שטראַוס מיטן גיטאַריסט דזשעף וואַרשאַור לערנען מיט קינדער בײַם ייִדישן קהילה־צענטער אין אָרעדעאָ, רומעניע |
|
קאַרין סערווענקאַ פֿון עסטרײַך וווינט אין בוקאַרעשט שוין דרײַ יאָר, וווּ זי האַלט אָן די פּאָזיציע פֿון דער דירעקטאָרין פֿונעם "עסטרײַכישן קולטור־פֿאָרום". דער ציל פֿונעם "פֿאָרום" איז צו אַנטוויקלען אַ קולטור־נעץ צווישן עסטרײַך און רומעניע, מיט אַ פֿאָקוס אויף דער הײַנטיקער קונסט. אין 2009 האָט דער "פֿאָרום" אָרגאַניזירט דעם ערשטן קלעזמער־פֿעסטיוואַל אין רומעניע "דזשעז און קלעזמער" און אַלע זעקס קאָנצערטן האָט מען אויספֿאַרקויפֿט. דעם זומער האָט מען אָפּגעהאַלטן, מיט גרויס הצלחה, דעם צווייטן קלעזמער־פֿעסטיוואַל אין רומעניע און געבראַכט קאַפּעליעס פֿון פּוילן, רוסלאַנד, עסטרײַך, מאָלדאָווע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
פֿאַר וואָס האָט דער "פֿאָרום" אײַנגעפֿירט דעם פֿעסטיוואַל, גיט סערווענקאַ צו פֿאַרשטיין, אַז "די אַזוי־גערופֿענע קלעזמער־אויפֿלעבונג האָט נאָך נישט דערגרייכט רומעניע, אַ לאַנד מיט אַ גרויסער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿאַר דער מלחמה", און זי האָט געוואָלט צוריקברענגען די מוזיק צום לאַנד, וווּ זי האָט אַמאָל געבליט. נאָך אַ סטימול פֿאַרן פֿעסטיוואַל, האַלט זי, איז וואָס "די ייִדישע ירושה בכלל ווערט מער נישט באַטראַכט בײַ די רומעניער ווי וויכטיק".
באָב כּהן, מוזיקער, פֿאָלקלאָריסט און שרײַבער, וועלכער וווינט אין בודאַפּעשט, איז געקומען צום ערשטן מאָל קיין רומעניע אין 1973 און איז צוריקגעפֿאָרן צענדליקער מאָל צו פֿאָרשן פֿאָלקמוזיק און צו שפּילן מיט זײַן גרופּע "די נײַע קאַפּעליע". די גרופּע איז אויפֿגעטראָטן בײַם פֿעסטיוואַל אין 2009 און ווערט אָפֿט פֿאַרבעטן צו שפּילן אויף קאָנצערטן אין טראַנסילוואַניע. לויט כּהן, שטאַמט דער וואַקסנדיקער אינטערעס צו ייִדישער מוזיק און קולטור אין רומעניע פֿון דעם, וואָס "מער מענטשן דערגרייכן דעם מיטלקלאַס און קענען זיך פֿאַרגינען אַן אינטערעס צו קולטור וואָס איז נישט בלויז נאַציאָנאַליסטיש־געשטימט." "זיי פֿאַרשטייען", האַלט ער, "אַז די אַנדערע עטנישע און נאַציאָנאַלע עדות שטעלן נישט רומעניע אין קיין סכּנה און מע מעג אַרויסווײַזן אַן אינטערעס צו זיי אויך".
צווישן דער יוגנט פֿון רומעניע וואַקסט אויך די נײַגעריקייט צו פֿאַרשטיין צום ערשטן מאָל פֿאַר דעם דור, די פֿילזײַטיקע געשיכטע פֿונעם לאַנד, וואָס איז שטאַרק באַגרענעצט געוואָרן די אַלע יאָרן אונטערן קאָמוניסטישן רעזשים. באָגלאַרקאַ נאַגי, אַ יונגע רומענערין פֿון אונגערישן אָפּשטאַם, אָרגאַניזירט אונטערנעמונגען אין קלוזש (קלויזענבורג) און דערציילט, אַז "אַן אינטערעס צו ייִדיש קען מען געפֿינען אומעטום, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די יוגנט האָט באַקומען איר דערציִונג פֿון אַ דור, וואָס האָט קיין שום אַחריות נישט געוואָלט טראָגן פֿאַרן חורבן." זי האַלט, אַז כּדי די באַציִונגען צווישן פֿעלקער אין רומעניע זאָלן זיך בײַטן, "דאַרף מען האָבן אַ דירעקטן קאָנטאַקט איינער מיטן אַנדערן", און אַזוינע קולטור־אונטערנעמונגען דערפֿירן צו אַזאַ קאָנטאַקט.
אין די אויגן פֿון די אָרגאַניזירער, ווי אויך בײַ די מער געבילדעטע רומענישע יונגע־לײַט, דאַרפֿן די ייִדישע קולטור־אונטערנעמונגען, קודם־כּל, דינען ווי מיטלען צו דערציִען און מאַכן שלום מיטן עבֿר. סערוואַנקאַ באַמערקט, אַז "רומעניע, להיפּוך צו דײַטשלאַנד, האָט זיך נאָך נישט אָפּגעגעבן קיין דין־וחשבון בנוגע איר מיטהילף בײַם פֿאַרשיקן און אומברענגען אירע ייִדישע בירגער".
אפֿשר דערפֿאַר, האָט דער עולם בײַ די קלעזמער־אונטערנעמונגען אין לאַנד נישט קיין חשק זיך צו באַטייליקן, נאָר צו קוקן פֿון דער ווײַטנס אין זאַל. בײַ אַזוינע אונטערנעמונגען אין אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, האָט מען במשך פֿון די יאָרן אַנטוויקלט וואַרשטאַטן פֿאַר זינגער, טענצער, מוזיקער; יעדער זאָל זיך קענען באַטייליקן, ווי בײַ דעם "קראָקעווער ייִדישן פֿעסטיוואַל" אָדער בײַם "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר". אין אַנדערע ערטער האָבן די אוניווערסיטעטן געגעבן די מעגלעכקייט זיך צו לערנען ייִדיש, ווי בײַ דער זומער־פּראָגראַם אין ווילנע, וואָס האַלט שוין בײַ דעם 13טן יאָר פֿונעם קורס. אַנדערע פּראָגראַמען קען מען געפֿינען אין גאַנץ אייראָפּע, אין דײַטשלאַנד, פּוילן, פֿראַנקרײַך, אוקראַיִנע. איצט, אַז רומעניע האָט שוין אַ סטאַבילן קלעזמער־פֿעסטיוואַל, אַ ייִדישע שטודיעס־אָפּטייל אין דרײַ אוניווערסיטעטן, נײַע פּראָיעקטן פֿון אָרטיקע אַקטיאָרן מיט אַ שײַכות צו ייִדיש, איז געקומען די צײַט צו פֿאַרברייטערן די פּראָגראַמען און צו מוטיקן די יחידים אינעם עולם ווײַטער צו לערנען ייִדיש און שאַפֿן ווײַטער, נאָך דעם ווי די קאָנצערטן ענדיקן זיך און די אויסשטעלונגען שליסן זיך. אַזוי אַרום וועט די באַפֿעלקערונג ווײַטער קענען אויספֿאָרשן די ייִדישע קולטור־ירושה פֿון רומעניע.