ייִדיש־וועלט

נאָך אַ לאַנגער הפֿסקה איז אַרויס דער נײַער נומער פֿונעם מינסקער אַקאַדעמישן יאָרבוך "צײַטשריפֿט". אַ סך האָט זיך געביטן אין משך פֿון די אַכציק יאָר, וואָס זײַנען פֿאַרבײַ צווישן דעם פֿינפֿטן (1931) און דעם איצטיקן זעקסטן (2011) נומער. אַנשטאָט דעם אַמאָליקן ייִדישן סעקטאָר בײַ דער ווײַסרוסישער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע, וואָס איז ליקווידירט געוואָרן אין די 1930ער יאָרן, איז דער אַרויסגעבער פֿון דער באַנײַטער "צײַטשריפֿט" דער צענטער פֿאַר געשיכטע און קולטור פֿונעם ווײַסרוסישן ייִדנטום בײַ דעם אייראָפּעיִשן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט, וואָס געפֿינט זיך, צוליב פּאָליטישע סיבות, ניט אין מינסק נאָר אין ווילנע.

אין דער ייִדישער הקדמה דערקלערן די רעדאַקטאָרן, אַז "די דאָזיקע אויסגאַבע האָט אין אַ געוויסער מאָס אויך געירשנט די טראַדיציעס, וואָס אַנדערע אונדזערע פֿאָרויסגייער האָבן געשאַפֿן — טראַדיציעס פֿון פּעריאָדישע זאַמלביכער 'ייִדן אין ווײַסרוסלאַנד׃ געשיכטע און קולטור’, וואָס זײַנען אַרויס אין די יאָרן 1997—2001". דאָס יאָרבוך איז כּולל אַרטיקלען אויף פֿיר שפּראַכן׃ רוסיש, ווײַסרוסיש, ייִדיש און ענגליש, און נעמט אויך אַרײַן זייער ניצלעכן ביבליאָגראַפֿישן אינדעקס פֿון אַלע אַרטיקלען אין די פֿריִערדיקע נומערן "צײַטשריפֿט" פֿאַר די יאָרן 1926—1931 (צונויפֿגעשטעלט פֿון אַלכּסנדראַ פּאָליאַן, מאָסקווע).

די רעדקאָלעגיע פֿון דער באַנײַטער "צײַטשריפֿט" באַשטייט פֿון באַקאַנטע פֿאָרשער פֿון ישׂראל, ליטע, אַמעריקע, רוסלאַנד און ווײַסרוסלאַנד. זייערע געמיינזאַמע אינטערעסן כאַפּן אַרום געשיכטע, אַנטראָפּאָלאָגיע, ליטעראַטור, פּאָליטיק און קונסט. דער ייִדישער טייל האָט בלויז איין אַרטיקל, באַטיטלט "'רק ריבי מאָי...’׃ מענדעלעס אַן אומפֿאַרשטאַנענער צוויי־שפּראַכיקער שפּאַס, צו דער פּראָבלעם פֿון די סלאַווישע לע״זים (גוייִשע לשונות — רעד.) אין דער ייִדישער ליטעראַטור" פֿון וועלוול טשערנין (ישׂראל). דער מחבר אַנטפּלעקט און אַנאַליזירט מענדעלעס וויציקן לינגוויסטישן שפּיל מיט פֿאַרשידענע דיאַלעקטן פֿון ייִדיש, רוסיש, העברעיִש און אוקראַיִניש, וואָס שאַפֿט אַ קאָמישן עפֿעקט פֿאַר די, וואָס זײַנען אים בכּוח צו כאַפּן. דער דאָזיקער בײַשפּיל, האַלט טשערנין, דינט ווי אַן אילוסטראַציע פֿון אַ ברייטערן פֿענאָמען פֿונעם ייִדישן פֿילשפּראַכיקן פֿאָלקלאָר, וואָס וואַרט נאָך אויף אַ געהעריקער פֿאָרשונג.

אַז מען קערט דאָס בוך איבער און מע נעמט זיך לייענען פֿון לינקס אויף רעכטס, געפֿינט מען דאָס רוסישע אַרטיקל פֿון משה גאָנטשאַראָק (ישׂראל) וועגן די באַציִונגען צווישן ייִדישקייט און אַנאַרכיזם. דער מחבר, וואָס איז איינער פֿון די גרעסטע מומחים אויפֿן געביט פֿון ייִדישן אַנאַרכיזם, באַווײַזט אַז אַנאַרכיסטישע סימפּאַטיעס זײַנען געווען אַ וויכטיקער באַשטאַנדטייל פֿונעם וועלטבאַנעם פֿון אייניקע באַקאַנטע רעליגיעזע דענקער, צווישן זיי — הרבֿ קוק און הרבֿ שמואל אַלעקסאַנדראָוו פֿון באָברוּיסק. דערבײַ זײַנען די אַנאַרכיסטישע אידעען געווען פּאָפּולער ניט בלויז בײַ די לינקע, נאָר אויך בײַ די רעכטע פּאָליטישע דענקער און אַקטיוויסטן.

די סאַמע אינטערעסאַנטסטע מאַטעריאַלן, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ ווײַסרוסישער פּובליקאַציע, האָבן צו טאָן מיט דער ייִדישער געשיכטע און קולטור אין ווײַסרוסלאַנד און ליטע. אינאַ סאָרקינאַ (גראָדנער אוניווערסיטעט) גיט אַ פּרטימדיקע באַשרײַבונג פֿונעם צענטראַלן פּלאַץ אין גראָדנע, וואָס איז געווען דאָס סאַמע האַרץ פֿונעם שטאָטישן לעבן. דאָס אַרטיקל ענדיקט זיך אויף אַ מעלאַנכאָלישער נאָטע׃ "לויט דער פֿאָלקס־ציילונג פֿון 2009 האָט גראָדנע 327,540 תּושבֿים, צווישן זיי 354 ייִדן. דאָס האַרץ פֿון דער שטאָט, איר היסטאָרישער הויפּטפּלאַץ, האָט געביטן זײַן היסטאָרישן כאַראַקטער און פּנים, און איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ פֿאַרזעעניש, וואָס האָט ניט קיין נשמה".

אפֿשר דער סאַמע וואָגיקער אַרטיקל איז פֿון אָלגאַ סאָבאָלעווסקאַיאַ (גראָדנער אוניווערסיטעט). זי האָט גענומען פֿאַר איר מוסטער די פֿאָרשונגען פֿון משה ראָסמאַן וועגן ייִדן אויף די מאַיאָנטקעס פֿון דער פּוילישער מאַגנאַגן־משפּחה טשאַרטאָריסקי–סעניאַווסקי אין פּאָדאָליע, און האָט געמאַכט אַן ענלעכע שטודיע פֿאַר די ליטווישע און ווײַסרוסישע מאַיאָנטקעס פֿון דער משפּחה ראַדזיוויל. אויפֿן סמך פֿון רײַכע אַרכיוואַלע מקורים פֿונעם וואַרשעווער אַרכיוו פֿון אַלטע אַקטן האָט די פֿאָרשערין אַנאַליזירט די פֿילזײַטיקע עקאָנאָמישע טעטיקייט פֿון ייִדישע מעקלער, אַגענטן, פֿאַקטאָרן און אַרענדאַרן אין דער תּקופֿה פֿון די צעטיילונגען פֿון פּוילן.

ספּעציעל אינטערעסאַנט איז איר באַהאַנדלונג פֿון די "ייִשובֿניקעס", ייִדישע קרעטשמער און אַרענדאַרן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין די דערפֿער צווישן די פּויערים און האָבן דערפֿאַר באַקומען דעם שם פֿון גראָבע יונגען. די הויפּט־מעלה פֿונעם דאָזיקן אַרטיקל איז דער רײַכער פֿאַקטישער מאַטעריאַל, וואָס אילוסטרירט אַלע פּרטים פֿונעם עקאָנאָמאָשן משׂא־ומתּן צווישן ייִדן און פּוילישע מאַגנאַטן אין דער צײַט פֿון דער היסטאָרישער שקיעה פֿון אַלטן פּוילן און דעם אויפֿקום פֿון דער רוסישער שליטה.

די ווײַסרוסישע טעמע ווערט געשלאָסן מיט צוויי אַרטיקלען אויף דער מלחמה־טעמע. זינאַ גימפּעלעוויטש (אוניווערסיטעט וואַטערלו, קאַנאַדע) אַנאַליזירט ייִדישע פּערסאָנאַזשן אין די ווערק פֿון וואַסיל ביקאָוו, דעם גרעסטן ווײַסרוסישן שרײַבער פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה. אַלכּסנדר פֿרידמאַן (הײַדעלבערג, דײַטשלאַנד) שרײַבט וועגן דער רעאַקציע פֿון דער ווײַסרוסישער באַפֿעלקערונג אויף די דײַטשישע אַנטיסעמיטישע פּראָפּאַגאַנדע־פֿילמען, "דער ייִד זיוס" און "די ראָטשילדס", וואָס די נאַציסטישע מאַכט האָט געוויזן אין די אָקופּירטע סאָוועטישע שטחים אין 1943. די ליטווישע טעמע ווערט פֿאָרגעשטעלט דורך דעם אַרטיקל פֿון גראַדינסקײַטע (ווילנע), וואָס מאַכט אַ היסטאָרישן איבערזיכט פֿון זעקס פּרוּוון צו שאַפֿן אַ ייִדישן מוזיי אין ווילנע, צווישן דעם 19טן און דעם 21סטן יאָרהונדערט.

ווי עס קומט אָפֿטמאָל פֿאָר מיט די נײַע אַקאַדעמישע אויסגאַבעס, וואָס באַווײַזן זיך אין פֿאַרשידענע טיילן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז דער אַקאַדעמישער ניוואָ פֿון די אַרטיקלען ניט קיין גלײַכווערטיקער. ווען מען נעמט זיך פֿאַר "גרויסע" טעמעס, וואָס באַדאַרפֿן אַ קאָנצעפּטועלן צוגאַנג, קומט עס צומאָל אַרויס שוואַך און ניט אָריגינעל. די הויפּט־מעלה פֿון אַזאַ מין פּובליקאַציעס באַשטייט אין דעם לאַנדקענטעניש, און דאָס דאָזיקע זאַמלבוך איז ניט קיין אויסנאַם. דאָס וויכטיקסטע דאָ זײַנען די צוויי פֿאָרשונגען פֿון דעם גראָדנער אוניווערסיטעט, וועלכע ברענגען אַרײַן נײַע מקורים און פֿרישע אָבסערוואַציעס. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז די באַנײַטע "צײַטשריפֿט" וועט טאַקע ממשיך זײַן די טראַדיציע פֿון איר פֿאָרגייער, און מען וועט ניט דאַרפֿן וואַרטן נאָך אַכציק יאָר אויף דעם קומענדיקן, זיבעטן נומער.