- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווײַנטרויבן עסט דער מענטש שוין טויזנטער יאָרן; און ווײַן טרינקט ער אויך כּמעט אַזוי לאַנג. ווײַן מאַכט מען אין אַ היפּשן חלק אייראָפּע: פּאָרטוגאַל, שפּאַניע, איטאַליע, (דרום-)פֿראַנקרײַך, (דרום-)דײַטשלאַנד, גרעקנלאַנד, אונגערן, רומעניע, מאָלדאָווע, גרוזיע. אין די שייכדיקע לשונות זענען די ווערטער פֿיל-ווינציקער אידענטיש. נאָר דאָ איז דאָ אַ פּאַראַדאָקס פֿון דער לינגוויסטיק: אויב אין אַזוי פֿיל לשונות — ווי אויך דאָס לשון-קודשדיקע "יין" — זענען די ווערטער אידענטיש, וואָלט דעם הדיוט זיך געדאַכט, אַז דאָס איז אַ סימן קרובֿישאַפֿט צווישן די לשונות. דעם שפּראַך-היסטאָריקער, אָבער, פֿאַלט אײַן עפּעס אַנדערש — אַז דאָס איז גיכער אַ ראַיה, אַז די לשונות האָבן זייערע אַלע ווערטער אַנטליגן פֿונעם זעלבן מקור. פֿאַר וואָס? וואָרן אויב דאָס וואָלטן געווען קרובֿישע ווערטער, וואָס האָבן זיך אַנטוויקלט דורך הונדערטער צי טויזנטער יאָרן פֿון איין אָבֿ, וואָלטן זיי נישט געווען אידענטיש, נאָר בלויז ענלעך = אַ שטייגער, די ווערטער פֿאַר ׳ברודער׳ איבער דער אינדאָאייראָפּעיִשער משפּחה: דײַטשיש Bruder, ענגליש brother, לאַטײַניש frater, גרעקיש frater (׳מאָנאַך׳), רוסיש brat, סאַנסקריטיש bhratar אאַז״וו. די פֿאָרשערס רעכענען אַזוי: די ווערטער פֿאַר ׳ווײַן׳ נעמען זיך אַלע פֿון אַ לשון וואָס מע האָט גערעדט אין דרום-אייראָפּע מיט טויזנטער יאָרן צוריק, נאָך איידער אויפֿן קאָנטינענט האָבן זיך באַוויזן די אינדאָאייראָפּעער. דורך די רוימער האָט זיך דאָס וואָרט ווײַט צעשפּרייט, נאָך ווײַטער ווי די שטחים וווּ מע מאַכט ווײַן: פֿון איין זײַט ביז אירלאַנד און וויילס, פֿון דער אַנדערער — ביז רוסלאַנד, גרוזיע און ארץ-ישראל. (ס׳איז, אָבער, נישט דערגאַנגען ביז אינדיע און איראַן, אַ פּנים, ווײַל דאָרטן איז ווײַן נישט געווען קיין אָנגענומענער געטראַנק.) אָט זענען די ווערטער: (גערמאַניש) דײַטשיש Wein, ענגליש wine; (ראָמאַניש) פֿראַנצויזיש/רומעניש vin (מיט אַ פֿאַרשיידענעם אַרויסרעד), שפּאַניש/איטאַליעניש vino, פּאָרטוגאַליש vinho; (סלאַוויש) פּויליש wino, טשעכיש/סלאָוואַקיש víno, רוסיש vino, אוקראַיִניש vyno; (באַלטיש) ליטוויש vynas; (קעלטיש) וועלשיש gwin; אַלטגרעקיש oinos; לשון-קודש "יין״. אַפֿילו פֿיניש האָט viini; אונגעריש איז כּמעט דאָס איינציקע וואָס האָט אין גאַנצן אַן אַנדער וואָרט: bor, פֿון טורקישן אָפּשטאַם. נישט פֿון טערקישן! אויף טערקיש זאָגט מען şarap, פֿונעם אַראַבישן sharab ׳געטראַנק׳. (פֿ״גל דאָס טערקישע çorba און דאָס רומענישע ciorba, ביידע טײַטש ׳זופּ׳, פֿון אַן אַנדער אַראַביש וואָרט פֿונעם זעלביקן שורש: shurba ׳געטראַנק׳.) הײַנט די ווערטער פֿאַר ׳ווײַנטרויבן׳: ס׳רובֿ זענען איצט אָדער זענען כאָטש אַ מאָל געווען אַ צונויפֿהעפֿט פֿון ׳ווײַן׳ מיט עפּעס וואָס איז טײַטש אָדער ׳בינטל׳, ׳הענגל׳ אָדער ׳יאַגדע׳: על-כּולם "ווײַנטרויבן״. "ווײַן״ איז מקדמונים געווען טײַטש נישט בלויז פֿון דעם געטראַנק, נאָר אויך פֿון דער פֿרוכט וואָס דערפֿון מאַכט מען ווײַן. "טרויב״, ווידער, איז נישט דאָס סלאַוויש-שטאַמיקע וואָרט פֿאַר tube (אַזוי ווי "טרײַבל״ telephone receiver), נאָר אַן אַלט דײַטשיש-קאָמפּאָנענטיש וואָרט מיטן טײַטש ׳הענגל׳. איז אַ ווײַנטרויב גאָר אַ ׳הענגל ווײַנ(טרויבן)׳. אַגבֿ, איז דאָס סלאַוויש-שטאַמיקע "טרויב״ לכתּחילה אַרײַן פֿון דײַטשיש און האָט אַ שײַכות מיט Trompete ׳טרומייט׳ און אַפֿילו Trommel ׳פּויק׳. דאָס דײַטשישע, ווידער, שטאַמט מסתּם פֿון פֿראַנצויזיש. ווײַטער: דאָס ענגלישע grape נעמט זיך פֿון אַן אַלט-פֿראַנצויזיש וואָרט פֿאַר ׳הענגל׳ (אין הײַנטיקן פֿראַנצויזיש: grappe). דאָס פֿראַנצויזישע, ווידער, איז אַרײַן גאָר אַ מאָל פֿון דײַטשישן krappa ׳האָקן, נאָגל׳. פֿון דעם וואַקסט דאָס הײַנטיקע דײַטשישע Krapfen ׳פּאָנטשקע׳ — ווײַזט אויס, ווײַל דער מאכל איז אַ מאָל געווען נישט קײַלעכדיק, נאָר אין דער פֿאָרעם פֿון אַ האָקן. וואָס דאַרפֿט איר מער? דאָס איז אויך דער אָבֿ פֿון "קרעפּל״! אָבער נישט דאָס זענען מיר אויסן... איידער ס׳האָט זיך אין ענגליש פֿאַרפֿעסטיקט grape האָט מען געזאָגט wingrape, וואָס איז אין גאַנצן געגליכן צו "ווײַנטרויב״; און נאָך פֿריִער — winberie ׳ווײַניאַגדע׳. אַזוי אויך דאָס פּוילישע winogrona — grono ׳הענגל׳. דאָס רוסישע vinograd איז אין תּוך אַרײַן טײַטש ׳ווײַנגאָרטן׳. דאַכט זיך, אַז רוסיש און אוקראַיִניש האָבן קאַלקירט דאָס וואָרט פֿון דײַטשישן Weingarten — דאָס רוסישע grad איז פֿון אַ שורש וואָס איז טײַטש ׳שלאָס; שטאָט; גאָרטן׳ — אָבער ס׳איז פֿאַרלוירן געגאַנגען דער טײַטש פֿון דער צווייטער העלפֿט וואָרט. * * * ווערטער היותSubmitted by Refoyl on Tue, 2012-04-24 21:11.
ווערטער היות אַז דער אַרטיקל האַנדלט זיך מיט ווערטער, מוז איך שטעלן פֿראַגעס איבער ווערטער. (1) "פֿיניש"? אפֿשר "פֿינלענדיש" (ווי "אירלענדיש") (2) "טורקיש"? אפֿשר "טערקיש"? (3) מיר האָבן דאָ "ערטערנעמען". וואָס איז מערצאָל פֿון "שטאָטנאָמען"? "שטעטנעמען"? (4) פֿראַנצויזיש? איך האָב געמיינט אַז דער מענטש איז אַ "פֿראַנצויז", און זײַן שפּראַך הייסט "פֿראַנצייזיש". |