דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער

פֿאַר וואָס פֿײַגן מיט לעבערס, וואָס אין פֿלוג דאַכט זיך, אַז ס׳איז קאַשע מיט מאָן? וועט איר באַלד זען.
די פֿײַג איז אַ טשיקאַווע פֿרוכט. דער מין איז Ficus, דאָס לאַטײַנישע וואָרט פֿאַר ‘פֿײַג’, אויף ייִדיש "פֿיקוס"; דער פֿײַגנבוים, וואָס פֿון אים נעמט זיך די פֿרוכט וואָס מע עסט, איז אויף לאַטײַניש Ficus carica. לויט די מקורים נעמט זיך Ficus פֿונעם לשון-קודשדיקן "פג" ׳נישט-צײַטיקע פֿײַג׳. Carica, ווידער, נעמט זיך פֿון Caria, אַ רוימישע פּראָווינץ וואָס איז איצט אַ טייל פֿון טערקײַ.
אויף ענגליש איז דער פּינקטלעכער אַדעקוואַט common fig. פֿון לאַטײַניש נעמען זיך ס׳רובֿ אייראָפּעיִשע טערמינען: ענגליש fig, פֿראַנצויזיש figue, פּאָרטוגאַליש ‏figo, שפּאַניש higo, איטאַליעניש fico, דײַטשיש Feige, פּויליש און סלאָוואַקיש figa, טשעכיש fík. אויף רוסיש זאָגט מען inzhyr, וואָס איז אַן אַנטלײַ פֿון טערקישן incir. אין לשון־קודש זאָגט מען "תּאנה", פֿון סעמיטישן אָפּשטאַם; דער פֿײַגנבוים שטאַמט דאָך פֿונעם מיטעלן מיזרח, איז נישט קיין חידוש, וואָס ער ווערט דערמאָנט נאָך אין ספֿר בראשית: ווען אָדם הראשון און די מוטער חוה האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז זיי זענען נאַקעט (כ׳בעט איבער אײַער כּבֿוד!) און דאַרפֿן זיך שעמען דערמיט, האָבן זיי זיך דאָך צוגעדעקט מיט פֿײַגנבלעטער.
אויך אין דער ייִדישער אידיאָמאַטיק איז פֿאַרטראָטן די פֿײַג. אָט זאָגט מען דאָך "האָבן/קריגן/געבן אַ פֿײַג׳, וווּ ס׳איז טײַטש ׳גאָרנישט׳. אויף ענגליש און אַנדערע לשונות איז דאָ עפּעס ענלעכס:  I don’t give a fig ׳מיך אַרט עס אין גאַנצן נישט׳; פּויליש figa z makiem ׳אַ פֿײַג מיט מאָן, דאָס הייסט, גאָרנישט מיט נישט׳. הײַנט דער גראָבער זשעסט, וואָס ס׳הייסט "(אַרויס)שטעלן/ווײַזן אַ פֿײַג״, וואָס האָט עקוויוואַלענטן אין פֿראַנצויזיש, פּאָרטוגאַליש, פּויליש אאַז״וו, און וואָס וואַקסט, אַ פּנים, פֿון איטאַליעניש.
אויף גרעקיש זאָגט מען syko. דאָ הייבט זיך אָן דאָס אמתע טשיקאַווע. קודם-כּל, וואַקסט פֿון syko דאָס (ענגלישע אאַז״וו) וואָרט sycophant, וואָס האָט אין די אַלטע צײַטן געהייסן ׳מסור, דער וואָס מסרט גנבֿים פֿון פֿײַגן׳; הײַנט איז עס גאָר דער טײַטש ׳חונף׳.
און איצט מוזן מיר זיך פֿאַרקוקן אויף דער לעבער, וואָס די עטימאָלאָגיע פֿון דעם וואָרט איז נישט קלאָר — אפֿשר פֿאַרבונדן מיט "לעבן", אפֿשר מיטן גרעקיש lipos ‘פֿעט(ס)’. ס׳רובֿ שייכדיקע ווערטער אין סלאַוויש — למשל, פּויליש wątroba — זענען פֿאַרבונדן מיט אַ שורש וואָס איז טײַטש ׳אינגעווייד׳.
אין די ראָמאַנישע לשונות איז דער אָפּשטאַם פֿונעם וואָרט פֿאַר ׳לעבער׳ — פֿון ׳פֿײַג׳! ווי אַזוי? נאָך בײַ די אַלטע גרעקן איז געווען אַ דעליקאַטעס גענדזענע לעבער, וואָס איז ביז הײַנט פֿאַרשפּרייט, אַ שטייגער, אין פֿראַנקרײַך אונטערן נאָמען foie gras ׳פֿעטע לעבער׳. נאָך אין די אַלטע צײַטן, און צום טייל ביז הײַנט, שטאָפּט מען אָן די גענדז, די לעבער זאָל ווערן פֿעט איבער דער מאָס און האָבן נאָך אַ פֿעטערן טעם ווי געוויינטלעך. בײַ די גרעקן פֿלעגט מען געבן די גענדז צו עסן — פֿײַגן. האָט מען אַזאַ פֿעטע לעבער נישט גערופֿן ׳פֿעטע לעבער׳, נאָר ׳באַפֿײַגטע לעבער׳ — hepar sykoton (דאָס וואָרט hepar איז באַקאַנט פֿון "העפּאַטיט" ׳לעבער-אָנצינדונג׳). דעם מינהג האָבן איבערגענומען די רוימער, ווי אויך דעם טערמין, אויף זייער לשון jecur ficatum. איז מיט דער צײַט אַרויס פֿון באַניץ דאָס ערשטע וואָרט, jecur, און געבליבן איז בלויז דאָס צווייטע, ficatum. דערפֿון נעמט זיך דאָס פֿראַנצויזישע foie, דאָס פּאָרטוגאַלישע fígado, דאָס איטאַליענישע fegato, דאָס שפּאַנישע hígado און דאָס רומענישע ficat. פֿון jecur איז קיין זכר נישט געבליבן. אַפֿילו די גרעקן האָבן זיך מיט דעם "אָנגענומען": אויך בײַ זיי איז hepar געבליבן בלויז אין דער וויסנשאַפֿט, אין טאָג-טעגלעכן לעבן איז ׳לעבער׳ — sykoti. אַזאַ פֿאַל וווּ איין וואָרט שטופּט אַרויס אַ צווייטס איבער אַ גאַנצער שפּראַך-משפּחה צוליב אַ מינהג וואָס איז, אין פֿלוג, נישט קיין צענטראַלער איז אַ זעלטענע זאַך.
אַקעגן די פּאָר אידיאָמען אונדזערע מיט "פֿײַג" זענען דאָ אַ ים מיט "לעבער":
קודם-כּל, דער "לעבער-ים", אַ פֿאַרגליווערטער ים באַקאַנט אין ייִדישן פֿאָלקלאָר (אַגבֿ, קען אויך זײַן, אַז "לעבער" קערט זיך אָן מיט "גליווער");
"קאַלטער לונג-און-לעבער" — איינער וואָס ווײַזט נישט אַרויס קיין עמאָציע; "אָנהענגען אַ לונג-און-לעבער אויף/אונטער דער נאָז" — אָפּנאַרן;
"קליין ווי אַ לונג-און-לעבער פֿון אַ פֿלוי" — זייער קליין;
"נעמען די לעבער״ — דערלאַנגען אין דער זיבעטער ריפּ;
"אויסעסן זיך די לעבער" — אויפֿעסן זיך (אַ לעבעדיקן/לעבעדיקער);
"קאַשע מיט לעבער" — קאַשע מיט מאָן/באָרשט (צוויי זאַכן וואָס פּאָרן זיך נישט);
"לעבער-בלימל", אַ געוויקס וואָס הייסט אויף לאַטײַניש און ענגליש hepatica;
"לעבערל" — גרויסער געבוירן-צייכן;
"ברוין ווי לעבער״;
"הינטישע לעבער״ — זידלוואָרט אויף אַ מענטשן;
"אַ פֿײַער אין זײַן לעבער, אַ געשוויר/מכּה אים אין דער לעבער" — קללות).
און נאָך און נאָך.