דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער

פּונקט ווי ציבעלע, איז קנאָבל אַ גליד פֿונעם מין Allium — ציבעלע-געוויקסן״, און פֿון דער משפּחה Liliaceae (ליליקע). ער שטאַמט פֿון מיטל-אַזיע און איז שוין לאַנג באַוווּסט סײַ אין אייראָפּע, סײַ אין מיטעלן מיזרח. דער געוויינטלעכער קנאָבל טראָגט דעם וויסנשאַפֿטלעכן נאָמען Allium sativum — ׳[אַן ערך] היימישער׳; פֿאַראַן נאָך עטלעכע, ווייניקער באַקאַנטע, זגאַלן אויך.
די טערמינען וואָס האָבן אַ שײַכות מיט קנאָבל זענען זייער אינטערעסאַנטע. דאָס ייִדישע "קנאָבל״ איז, אַפּנים, אַ קירצונג פֿונעם דײַטשישן Knoblauch — אַזעלעכע קירצונגען געפֿינט מען אויך אין דײַטשישע דיאַלעקטן. Knoblauch אַליין שטאַמט פֿון אַן עלטער וואָרט klobelauch, אַ צונויפֿהעפֿט פֿון צוויי ווערטער וואָס זענען טײַטש ׳געשפּאָלטן׳ און ׳ציבעלע׳ — דער קנאָבל לאָזט זיך דאָך צעטיילן אויף חלקים, וואָס אויף ייִדיש רופֿט מען זיי "ציינדלעך״. דאָס ענגלישע garlic איז אויך אַ צונויפֿהעפֿט, פֿון gar ׳שפּיז׳ און lic ׳ציבעלע׳ — פֿ״גל דאָס ענגלישע leek און דאָס דײַטשישע Lauch ׳פּאָרע-ציבעלע׳.
אין דער ראָמאַנישער שפּראַך-משפּחה געפֿינט מען ס׳רוב אָפּשלאָגן פֿונעם לאַטײַנישן allium: פֿראַנצויזיש ail, פּאָרטוגאַליש alho, איטאַליעניש aglio, שפּאַניש ajo. בלויז רומעניש האָט דאָ אַרויסגעוויזן "שאַפֿערישקייט״: דאָרטן איז דאָס וואָרט usturoi, פֿון אַ לאַטײַנישן ווערב ustulare ׳(פֿאַר)ברענען׳ — ס׳איז קלאָר פֿאַר וואָס.
די סלאַווישע טערמינען: פּויליש czosnek, טשעכיש česnek, רוסיש chesnok אאַז״וו — זענען פֿאַרבונדן מיט אַן אַלטן ווערב וואָס איז אויך טײַטש — ׳שפּאַלטן׳, און אפֿשר אויך מיטן ווערב פֿאַר ׳קעמען׳. (מיטן וואָרט פֿאַר ׳טייל׳ — פּויליש część אד״גל — איז עס נישט קיין קרובֿ, נישט-געקוקט אויף די האָפֿענונגען פֿונעם שרײַבער פֿון די שורות...)
דאָס אונגערישע וואָרט, fokhagyma, איז, אַ פּנים, אַ צוננויפֿהעפֿט פֿון hagyma ׳ציבעלע׳ מיט fok, אַ וואַריאַנט פֿונעם וואָרט fog ׳צאָן׳. דאָס דאַרף אונדז נישט חידושן: אָט זאָגט מען דאָך אויף מאַמע-לשון אַ "ציינדל״ קנאָבל. אויף פּויליש, למשל, געפֿינט מען אויך דעם זעלביקן מעטאַפֿאָר: ząbek czosnku.
דאָס סאַמע טשיקאַווע זענען די טערמינען אויף דײַטשיש און ענגליש. אויף דײַטשיש רופֿט מען א ציינדל קנאָבל Zehe Knoblauch; אין געוויינטלעכע קאָנטעקסטן איז דאָס ערשטע וואָרט טײַטש ׳פֿינגער פֿון אַ פֿוס; toe׳, אַזוי ווי דאָס הייפּטל וואָלט געווען אַ פֿוס. אַ הייפּטל קנאָבל הייסט, אַ פּנים, Zwiebel ׳ציבעלע׳!
הײַנט אויף ענגליש איז אַ הייפּטל bulb, פֿון דער זעלביקער עטימאָלאָגיע וואָס "בולבע״; אַ ציינדל איז clove. דאָס דאָזיקע וואָרט איז אַ קאָגנאַט פֿונעם פֿריִער דערמאָנטן דײַטשישן klobe(lauch) ׳געשפּאָלטן׳; די גרונטפֿאָרמע אויף ענגליש איז cleave ׳שפּאַלטן; קלעפּן זיך׳. אויף ענגליש איז, אָבער, דאָ נאָך אַ וואָרט clove, אויף ייִדיש ׳נעגעלע׳ — אַ געטריקנטער קנאָספּ פֿון אַ נעגעלעך-בוים — אויף לאַטײַניש Syzygium aromaticum — וואָס מע ניצט ווי אַ געווירץ. אָט דאָס וואָרט איז אַ לײַוואָרט פֿון פֿראַנצויזיש clou ׳טשוואָק׳, ווײַל ס׳האָט די פֿאָרעם פֿון אַ טשוואָק. (דאָס פֿראַנצויזישע וואָרט איז פֿונעם זעלביקן שורש וואָס clé ׳שליסל׳, אָבער דאָס קערט זיך דאָ נישט אָן.) אויך אויף אַנדערע לשונות געפֿינט מען דעם זעלבן אימאַזש: דײַטשיש Gewürznelke ;Nelke איז אַ דיאַלעקטישער וואַריאַנט פֿונעם זעלביקן וואָרט וואָס "נעגעלע״; פּויליש goździk איז אויך אַ דיאַלעקטישער וואַריאַנט פֿון gwoździk ׳טשוואָק׳, ׳טשוועקל׳.
אָבער סײַ "נעגעלע״, סײַ goździk, סײַ Nelke זענען נישט נאָר אַ בוים און אַ געווירץ, נאָר אויך אַ בלום פֿון אינגאַנצן אַן אַנדער געוויקס: Dianthus, ענגליש carnation (דאָס פֿולע וואָרט אויף דײַטשיש: Landnelke). לויט די מקורים טראָגן ביידע דעם זעלבן נאָמען, ווײַל זיי לאָזן פֿון זיך אַרויס אַן ענלעכן ריח.
צוריק צום קנאָבל: שוין טויזנטער יאָר וואָס מע עסט קנאָבל צום טייל, ווײַל מע האַלט, אַז ער איז געזונט. לויט דער "ניו יאָרק טײַמס" האָט דאָס דערוויזן די הײַנטיקע וויסנשאַפֿט. ס׳ווײַזט זיך אַרויס, אַז דאָס עסן קנאָבל פֿאַרשאַפֿט אינעם גוף שוועבלדיקן וואַסערשטאָף (hydrogen sulfide) — וואָס אַז מע דערשמעקט אים איז ער פּאַסקודנע, אים לאָזן אַרויס פֿאַרפֿוילטע אייער און נאַפֿט־ראַפֿינעריעס — אָבער אינעם גוף איז ער זייער געזונט: ער פֿאַרברייטערט בלוט־כּלים, דאָס בלוט זאָל זיך בעסער גיסן, און ער פֿאַרקלענערט אויך די אָפֿטקייט פֿון קריגן אַ ראַק, ווײַל ער שטערט דאָס אָקסידירן כעמישוואַרג אינעם גוף, אַ פּראָצעס וואָס דערהרגעט קעמערלעך. איז כּדאַי צו עסן צוויי, פֿינף צי אַפֿילו צען ציינדלעך קנאָבל אַ טאָג. דאָס האָט, פֿאַרשטייט זיך, אַ חסרון: פֿונעם מויל און אַפֿילו פֿון דער הויט פֿילט מען דעם קנאָבל־ריח. עצהט מען צו קײַען פֿענעכל־קערעלעך צי פּעטרישקע, כּדי אָפּצושוואַכן דעם ריח.
אַחרון אַחרון חבֿיבֿ: דער פֿאַרשמטער ייִוואָ־מיטאַרבעטער ד״ר שלמה נאָבל, אַ געבוירענער אין סאָניק, גאַליציע, וואָס ווען ער האָט זיך באַזעצט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און געוואָרן אַן אַמעריקאַנער בירגער, האָט ער אויסגעניצט די שעת־הכּושר און זיך געמאַכט פֿאַר אַן "אַריסטאָקראַט" — געביטן זײַן פֿאַמיליע אויף "נאָבל". ווי זשע האָט ער געהייסן אין דער היים? שלמה קנאָבל. יאָ, "קנאָבל" איז בײַ ייִדן אויך אַ פֿאַמיליע־נאָמען.