"די בריקן פֿון אַשכּנז" בײַ "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר"
|
דער דירעקטאָר פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", אַלען בערן, מיט אָנטיילנעמער אינעם אַוואַנסירטן געזאַנג־וואַרשטאַט |
|
צום צווייטן מאָל האָט די ייִדישע מוזיק־ און שפּראַך־פּראָגראַם בײַם "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" געשטעלט דעם טראָפּ אויף די פֿאַרבינדונגען צווישן די ייִדישע און דײַטשע פֿאָלקסלידער, טענץ און אינסטרומענטאַלער מוזיק. דער אַנאַליז פֿון דער געשיכטע לגבי די באַציִונגען צווישן די צוויי פֿעלקער, דײַטשן און ייִדן, איז פֿאַרכמאַרעט געוואָרן נאָכן חורבן, און ד״ר אַלען בערן, דער גרינדער און דירעקטאָר פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", האַלט, אַז איצט איז געקומען די צײַט צו באַטראַכטן די בשותּפֿותדיקע מוזיקאַלישע אַספּעקטן אין דער געשיכטע.
מיט דעם ציל און אויף דער טעמע האָט מען פֿאַרבעטן עטלעכע לערערס אָנצופֿירן מיט די אינטענסיווע וואַרשטאַטן. אַנדרעאַס שטיטגאַס, אַ דײַטשער מוזיקער פֿון קעלן, פֿון דער קאַפּעליע "קיצל אין האַרצן", האָט בעתן פֿאַרגאַנגענעם יאָר אויסגעזוכט די פּאַראַלעלן צווישן די ייִדישע און דײַטשע פֿאָלקסלידער. נוסחאָות פֿון די זעלביקע לידער, אויף ביידע שפּראַכן, האָט ער געפֿונען סײַ בײַ מער באַקאַנטע לידער ווי "גיי איך מיר שפּאַצירן", סײַ בײַ זעלטן־געזונגענע באַלאַדעס ווי "פֿאָרט אַ ייִדעלע, פֿאָרט אַרויס" און "אַ בער פֿון וואַלד". דאָס פּסח־ליד "אחד מי יודע" האָט אויך אַן אַלטן וואַריאַנט אויף דײַטש, און מע האָט זיי ביידע געלערנט. שמיטגאַס און זײַן מיט־לערערין, די זינגערין סוועטלאַנאַ קונדיש, האָבן אָפֿט בײַם זינגען געמישט די ייִדישע און דײַטשע וואַריאַנטן, אַרויסצוהייבן די ענלעכקייטן.
אַ וויכטיקער מקור וווּ צו געפֿינען די דײַטשע פֿאָלקסלידער, איז דער "דײַטשער פֿאָלקסליד־אַרכיוו", וואָס געפֿינט זיך אין דער דײַטשער שטאָט פֿרײַבורג. די ביבליאָטעקערין, באַרבאַראַ באַך, האָט מען אויך פֿאַרבעטן אויף "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", זי זאָל אויפֿטרעטן מיט עטלעכע לעקציעס וועגן דער געשיכטע פֿון דײַטשער פֿאָלקסליד־פֿאָרשונג און זאַמלאַרבעט. אין דעם אַרכיוו ליגט אַן אוצר פֿון דײַטשן פֿאָלקלאָר, און באַך פֿאַרמאָגט אַן ענציקלאָפּעדישן זכּרון און קען זינגען די דײַטשע באַלאַדעס פֿון אויסנווייניק.
פֿון האַלע, דײַטשלאַנד, איז געקומען ד״ר דיאַנאַ מאַטוט, אַ פֿאָרשערין פֿון די עלטסטע זינגלידער אויף ייִדיש. אין איר וואַרשטאַט, האָט איר געהאָלפֿן לערנען דער מוזיקער דזשעף וואַרשאַוער. מאַטוט האָט פֿאַראַיאָרן אַרויסגעגעבן דאָס וויכטיקע ווערק "דיכטונג און מוזיק אין פֿרי־נײַצײַטישן אַשכּנז", אין וועלכן זי שרײַבט וועגן די דאָזיקע ייִדישע לידער. אין איר קלאַס האָבן די סטודענטן זיך אויסגעלערנט די לידער, און זיי האָבן אָפֿט געקלונגען נישט אַנדערש ווי די קריסטלעכע לידער פֿון יענער צײַט. זעט אויס, אַז אַזוי איז געווען די מאָדע... ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך.
|
שׂרה מײַערסאָן |
|
די סטודענטן הײַנטיקס יאָר זענען געקומען פֿון דײַטשלאַנד, האָלאַנד, פֿראַנקרײַך, אַמעריקע, רוסלאַנד און לעטלאַנד, און געווען אויף אַן אַוואַנסירטער מדגרה. אינעם וואַרשטאַט וועגן ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון מיזרח־אייראָפּע, וועלכן איך און די זינגערין עטל ריים האָבן אָנגעפֿירט, האָט מען זיך אָפּגעגעבן מיטן עלטערן סטיל פֿון געזאַנג אויף ייִדיש; אַ סטיל, דער עיקר, געזונגען פֿון פֿרויען אָן באַגלייטונג.
עטל ריים, אַ מומחה אינעם פֿאָלקסגעזאַנג־סטיל פֿון פֿאַרשיידענע טראַדיציעס — באַלקאַניש, רוסיש, אַמעריקאַניש — האָט יעדן מעלאָדישן קנייטש אין די לידער אײַנגעחזרט מיט די סטודענטן, וועלכע זענען געווען פּראָפֿעסיאָנעלע זינגערס און מוזיקער און האָבן גיך אויפֿגעכאַפּט אירע עצות און אָנווײַזונגען. ווען דער גאַנצער קלאַס האָט צוזאַמען געזונגען די אַלטע באַלאַדע "טײַערע טאָני" מיט אַלע סטיליסטישע פּיטשעווקעס, האָט אַזש געציטערט אין די ביינער.
אין אָוונט האָט "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", ווי געוויינטלעך, דורכגעפֿירט אַן עפֿנטלעכן קאָנצערט פֿאַר דער גאַנצער שטאָט. די ערשטע נאַכט האָבן די לערערס פֿון דער פּראָגראַם געזונגען און געשפּילט אין אַ קאָנצערט לזכר דער זינגערין חנה קופּער, וועלכע איז געשטאָרבן אין דעצעמבער 2011. אַ צווייטן אָוונט האָט דיאַנאַ מאַטוטס גרופּע "שׂימחת־הנפֿש" געשפּילט און געזונגען ייִדישע לידער פֿון עטלעכע הונדערט יאָר צוריק.
אין אַ סטודענטישער קרעטשמע זענען אויפֿגעטראָטן אַנדרעאַ פּאַנטשור (זינגערין) און איליאַ שנייווײַס (אַקאָרדעאָן) און פֿרײַנד אין אַ פּראָגראַם, וואָס האָט געשטעלט דעם טראָפּ אויף ייִדישע לידער, איבערגעזעצט אויף בײַעריש־דײַטש. דער אַמעריקאַנער זינגער דן קאַהן, וועלכער וווינט הײַנט אין בערלין, און אַלען בערן זענען אויפֿגעטראָטן מיט זיי. דבֿורה שטראַס און דזשעף (ישׂשׂכר) וואַרשאַוער, אַ מוזיקאַליש פּאָרל, וואָס ווערט פֿאַרבעטן אויף אַלע פֿעסטיוואַלן איבער דער וועלט, זענען אויפֿגעטראָטן אויף אַ קאָנצערט, צוזאַמען מיט די "שטימען פֿון אַשכּנז" — אַנדרעאַס שמיטגאַס גרופּע — אין וועלכער ער זינגט די לידער־פּאַראַלעלן אויף דײַטש און ייִדיש.
|
האַנס־קריסטיאַן ווײַסקער |
|
בערן האָט אויך אויסגעאַרבעט אַ פּלאַן מיט דער שטאָט ווײַמאַר, אַז אין די אָוונטן ווען קיין קאָנצערט קומט נישט פֿאָר, זאָלן די סטודענטן אין "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" זינגען און שפּילן אומזיסט אין דרויסן, פֿאַרן ברייטערן ווײַמאַרער עולם, מע זאָל מהנה זײַן ווער נאָר עס שפּאַצירט פֿאַרבײַ אָדער עסט אינעם דערבײַיִקן רעסטאָראַן. ווען פּאַנטשור האָט געזונגען אירע בײַערישע לידער, אין וועלכע מע יאָדלט, האָבן אַלע מיטגעיאָדלט.
ווער זענען געווען די סטודענטן? שׂרה מײַערסאָן פֿון ניו־יאָרק שטודירט אויף צו ווערן אַ חזן בײַם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר". זי וועט אויך קומען די וואָך פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" וואָס גיט זיך אָפּ מיט קינדער־לידער און שפּילן, ווײַל אין ניו־יאָרק פֿירט זי אָן מיט געזאַנג־קלאַסן און קינדער־פּראָגראַמען. זי איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ פֿאָלקמוזיק־ און פֿאָלקטאַנץ־סבֿיבֿה — "מײַן מאַמע האָט זיך באַקענט מיט מײַן טאַטן צום ערשטן מאָל, ווען ער האָט געטאַנצט און געזונגען אין אַן אונגאַרישער פֿאָלקטאַנץ־גרופּע, בין איך אויפֿגעוואַקסן מיט אַ ליבשאַפֿט צו אַזוינע אונטערנעמונגען. איך פֿלעג שטיין הינטער די טענצער און זיי פּרוּוון נאָכמאַכן. אין סידני, אויסטראַליע, וווּ מײַנע טאַטע־מאַמע וווינען, האָט מײַן טאַטע אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם פֿון פֿאָלקמוזיק און טענץ און פֿאַרמאָגט טויזנטער פּלאַטעס און טאַשמעס". אין סידני האָט זי געהאַט אַ קלעזמער־קאַפּעליע און דעם זומער האָט זי געזונגען מיט דער "חזנים־אַסעמבלעע" אין בערלין, מינכן און ישׂראל.
מײַערסאָן האָט געוואָלט קאָמבינירן אירע וואַרעמע געפֿילן צו טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט מיט איר אינטערעס צו מוזיק, איז זי געקומען צום אויספֿיר, אַז נאָר ווי אַ חזנטע וואָלט זי דאָס געקענט באַווײַזן. איר געפֿעלט וואָס "יידיש־זומער־ווײַמאַר" גיט זיך אָפּ מיט די קלענסטע פּרטים פֿון דער מוזיק און דרינגט טיפֿער אַרײַן אין סטיל. "די מענטאַליטעט דאָ איז אַנדערש. איך פֿיל, אַז דאָ זענען די לערערס און סטודענטן מער גרייט צו טיילן זיך מיט זייער וויסן ווי בײַ אַנדערע ייִדישע פֿעסטיוואַלן." די לידער וואָס זי האָט זיך אויסגעלערנט פֿאַראַיאָרן אין ווײַמער, האָט איר שטאַרק געהאָלפֿן בײַם צונויפֿשטעלן אַן אינטערעסאַנטן ייִדישן לידער־רעפּערטואַר און ווען זי זינגט אויף בענעפֿיט־אויפֿטריטן צו העלפֿן דעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר", זינגט זי די זעלטן געהערטע לידער.
האַנס־קריסטיאַן ווײַסקער שטאַמט פֿון דער געגנט טיורינגען, פֿון אַ קליין שטעטל, און איז געווען דער איינציקער זכר אינעם גאַנצן וואַרשטאַט. ער איז אַ פֿיזיקער און אַרבעט אין מאַרסיי, פֿראַנקרײַך, אין אַ פֿיזיק־ פֿאָרש־אינסטיטוט. "מיט אַ סך יאָרן צוריק האָב איך געהערט אַ קאָנצערט פֿון דער גרופּע ׳בראַווע אַלטע וועלט׳ און עס האָט אויף מיר געמאַכט אַ רושם. אין 2002 בין איך דאָס ערשטע מאָל אַהערגעקומען, און איך קום צוריק כּמעט יעדעס יאָר. צו ערשט, האָב איך זיך פֿאַרשריבן אין די קלאַסן פֿון אינסטרומענטאַלער מוזיק פֿאַר אַקאָרדעאָן, אָבער די לעצטע פֿיר יאָר באַטייליק איך זיך אינעם געזאַנג־וואַרשטאַט." האַנס האָט שטודירט קלאַסישע וואָקאַלע מוזיק אין "יענאַ־אוניווערסיטעט" און איז ספּעציעל פֿאַרכאַפּט פֿון די ווערטער פֿון די לידער, און וואָס זיי האָבן באַטײַט פֿאַר די זינגער. ער איז זיך מודה, אַז ער ווייסט ווייניק וועגן דעם קאָנטעקסט פֿון די זינגער און זייערע לידער און דאָס איז איין סיבה, פֿאַר וואָס ער קומט. סוף־כּל־סוף, וועט ווײַסקער שאַפֿן אַ גרופּע און אויפֿטרעטן מיט די אַלטע ייִדישע לידער, ווי אויך נײַערע לידער וואָס ער האָט זיך אויסגעלערנט אין ווײַמאַר, ווי די לידער פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר יעפֿים טשאָרני.
ד״ר דיאַנאַ מאַטוט לערנט אינעם דײַטשן אוניווערסיטעט אין האַלע, נישט ווײַט פֿון ווײַמאַר, אין אַן אינסטיטוט פֿון ייִדישע שטודיעס. זי איז די לערערין פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ווי אויך פֿון דער ליטעראַטור און געשיכטע, בפֿרט פֿון דער תּקופֿה 1500 ביז 1800. איר דיסערטאַציע האָט געפֿאָרשט דעם עלטסטן כּתבֿ־יד פֿון ייִדישע זינגלידער, געשריבן אין 1600, אָבער קיין מוזיק־נאָטן זענען נישט געדרוקט געוואָרן אינעם טעקסט, נאָר די נעמען פֿון די ניגונים, צו וועלכע מע דאַרף זינגען די ווערטער.
אויף דער טעמע אַלטע ייִדישע זינגלידער אַרבעט זי ווײַטער: "מיר האָבן גרויסע וווּנדערלעכע זאַמלונגען פֿון אַלטע ייִדישע לידער אין אָקספֿאָרד, אין דער באָדעליאַנער ביבליאָטעק, אין אַמסטערדאַם, אַ ביסל אין בערלין, אַ ביסל אין פּאַריז. ביזן אָנהייב 18טן יאָרהונדערט האָט מען נישט איבערגעדרוקט די נאָטן, נאָר דעם טעקסט. דער הײַנטיקער ייִדיש־רעדער וואָלט פֿאַרשטאַנען אַ סך פֿון די לידער, כאָטש די ווערטער וואָס שטאַמען פֿון די סלאַווישע שפּראַכן וועט מען נישט הערן".
צום ערשטן מאָל וועט מען אין דער פּראָגראַם פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" האָבן אַ קינדער־וואַרשטאַט און ד״ר מאַטוט וועט דאָס פֿירן — "מיר האָבן אַראָפּגענומען פֿון אינטערנעץ די אַלטע ייִדישע קינדער־ביכער און אויסגעקליבן אַלטע לידער און נײַע לידער. ס‘רובֿ קינדער אינעם וואַרשטאַט, אַחוץ די דרײַ קינדער פֿון פּראָפֿ׳ נויבערג פֿון טריִער אוניווערסיטעט, קענען נישט קיין ייִדיש, דאַרף מען בויען אַ בריק מע זאָל קענען גיין אַריבער."
אויף דער טעמע טאַקע — די בריקן פֿון אַשכּנז — האָבן אַלע וואַרשטאַטן אין "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" זיך אָפּגעגעבן, און אַ דאַנק דער איבערגעגעבנקייט פֿון די לערער און סטודענטן, וועט מען די פּראָגראַם געדענקען לאַנגע יאָרן.
דער 45סטער סיום פֿון דער זומער־פּראָגראַם א"נ פֿון אוריאל ווײַנרײַך
|
אַ סצענע פֿונעם "דיבוק" אויסגעשפּילט פֿון די סטודענטן |
|
פֿרײַטיק דעם 27סטן יולי האָבן דער ייִוואָ מיט "באַרד־קאָלעדזש" געפּראַוועט דעם סיום פֿון דער זומער־פּראָגראַם א"נ פֿון אוריאל ווײַנרײַך. הײַיאָר האָבן זיך באַטייליקט 35 סטודענטן פֿון פּוילן, אוקראַיִנע, רוסלאַנד, עסטרײַך, שווייץ, ישׂראל, אויסטראַליע, מעקסיקע און קאַנאַדע, ווי אויך פֿון איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די הײַיאָריקע לערערס זענען געווען חנה פֿישמאַן גאָנשאָר, פּערל טייטלבוים און ברוכה קאַפּלאַן; שמועס־לערערס — איוו יאָכנאָוויץ, בנימין צדיק, יאַנקל סאַלאַנט און לייזער בורקאָ. הײַנטיקס יאָר זענען צום ערשטן מאָל אויך געווען פֿיר קרעדיטיקע קורסן: "די השפּעה פֿונעם ייִדישן לעבן אויף מאַמע־לשון" מיט דער לערערין חוה לאַפּין; "מאָדערנע ייִדישע קולטור" מיטן לערער משה־יוסף קאַרליפּ; "ייִדישער טעאַטער און געזאַנג", מיט די לערערס דזשאַש וואַלעצקי און נעמה סאַנדראָוו; און "דאָס פֿאָרשן אינעם אַרכיוו פֿונעם ייִוואָ", מיט די לערערס פֿרומע מאָהרער, יאַנקל סאַלאַנט און מרים־חיה סגל.
בײַם סיום זענען אויפֿגעטראָטן סטודענטן פֿון אַלע קלאַסן. די אַוואַנסירטע, רייזע טורנער, האָט געהאַלטן אַ רעדע אין נאָמען פֿון דער גאַנצער סטודענטנשאַפֿט; דער אָנהייבער, חזן בנימין מאַטיס, און דער טיילצײַטיקער סטודענט, בנימין פֿוקס־ראָזען, האָבן אונדז מהנה געווען מיט זייער אַ שיינעם אויסטײַטש פֿון ייִדישע לידער; די מיטעלע תּמרה גליסאָן פֿריידבערג און אָקסאַנאַ סיקאָרסקאַ, האָבן אונדז פֿאָרגעלייענט זייער אייגענע פּאָעזיע; די אַוואַנסירטע, מאַריאַנע ווינדספּערגער, האָט אין אַן עסיי פֿאַרגלײַכט דאָס נאַרישע ניו־יאָרק מיט די כעלעמער חכמים; דער טעאַטער־קלאַס האָט אויסגעפֿירט אַ סצענע פֿון ש. אַנ־סקיס "דיבוק"; דער מוזיקקלאַס האָט געזונגען גאָלדפֿאַדענס "אונדזער ביימעלע" און לעבעדעווס "האַט דאָגס מיט קנישעס"; און די סטודענטן האָבן אויך גוטמוטיק פּאַראָדירט זייערע לערערס. דער גאַסטרעדנער איז געווען לייזער בורקאָ. אַ מזל־טובֿ אין נאָמען פֿון ייִוואָ האָט אָפּגעגעבן חוה לאַפּין און באַגריסט דעם עולם האָט הערשל גלעזער, דער דירעקטאָר פֿון דער פּראָגראַם. אַזוי ווי אַלע יאָר, האָט מען געענדיקט דעם סיום מיט אויסטיילן די צערטיפֿיקאַטן, באַגלייט מיט קושענישן פֿון די לערערס מיט זייערע תּלמידים.
בשעתן שמועסן בײַם עסן האָבן סײַ די סטודענטן נישט געקענט זיך אָפּלויבן פֿון זייערע לערערס, סײַ די לערערס זיך נישט געקענט אָפּלויבן פֿון זייערע סטודענטן. אַ גרויסע צאָל סטודענטן האָט אויך אַרויסגעברענגט די האָפֿענונג, אַז איבער אַ יאָר וועלן זיי זיך קענען אומקערן קיין ניו־יאָרק זיך ווײַטער לערנען אין דער זומער־פּראָגראַם.
הערשל גלעזער