- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"ווער קען רעדן, ווער קען זאָגן... ייִדישע שטימען פֿון ישׂראל": אַ נײַע ווידעאָ־דיסק
"ווער קען רעדן" הייבט זיך אָן מיט אַ פֿריילעך געזאַנג. די זינגערין פּאָלינאַ בעלילאָווסקי פֿון רמת־גן זינגט אַ נוסח פֿון "האָבן מיר אַ מאַנטל" און שפּעטער אינעם פֿילם זינגט זי דאָס פֿאָלקסליד "גיי איך מיר אַרויס אויפֿן גאַניקל". דערנאָך באַקענט מען זיך מיטן פּויליש־ייִדישן זייגער־מאַכער פֿון רחבֿות, דבֿ עלנער. ער ווײַזט אונדז זײַן געצײַג און דערציילט וועגן זײַן לעבן אין אַ שיינעם פּוילישן ייִדיש. מע באַקענט זיך מיט זײַן משפּחה און מע זינגט און פֿאַרברענגט צוזאַמען. מע זעט אין דער סצענע, אַז אויך דער צווייטער דור האָט עפּעס געירשנט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, אַרײַנגערעכנט די באַטעמטע מאכלים. דאָראָטעאַ גרעווע איז אַליין אַ זינגערין און אין איין סצענע טרעט זי אויף פֿאַרן ייִדיש־קלוב פֿון רחובֿות מיט איר גיטאַר. אין רחובֿות כאַפּט זי אַ שמועס מיט משה צימקינד, אַ ייִד פֿון ווײַסרוסלאַנד, וועלכער דערציילט וועגן זײַן לעבן אין אַ ליטווישן דיאַלעקט. דערנאָך שפּרינגט מען אַריבער צום פּאָעט יצחק ווידער פֿון נתּניה, און ער דערציילט און לייענט פֿון זײַנע ווערק. אין חיפֿה, לייענט רחל שטיינבערג פֿון רומעניע אַ ליד פֿון רחל בוימוואָל און אַ משל פֿון אליעזר שטיינבאַרג. אַזוי אַרום, קומט אויס, אַז די פֿילם־מאַכערס האָבן פֿאַרשריבן דאָס לשון בײַ ייִדן פֿון פֿאַרשיידענע געגנטן אין "ייִדישלאַנד", און מע קען הערן די פֿאַרשיידענע דיאַלעקטן. אַגבֿ, רעדט מען נישט בלויז וועגן דעם לעבן אין מיזרח־אייראָפּע נאָר אויך וועגן דעם נײַעם ייִדישן קולטור־לעבן אין ישׂראל. אין קיבוץ אלונים, טרעפֿט זיך גרעווע מיטן שרײַבער צבֿי אײַזנמאַן. ער שליסט דעם שמועס מיט אַ רירנדיקער בקשה, אַז אויב מע לייענט זײַנע לידער, זאָל מען אים שיקן אַ בריוול און אים לאָזן וויסן... אין דעם מאָמענט פֿילט יעדער די עלנטקייט פֿונעם הײַנטיקן ייִדישן שרײַבער. דער פֿילם ענדיקט זיך מיט לעבעדיקע קולטור־אונטערנעמונגען. בײַ דער עפֿענונג פֿון אַ בילדער־אויסשטעלונג פֿון יאָסל בערגנער, רעדט דאָראָטעאַ גרעווע מיטן קינסטלער ווי אויך מיט זײַן פֿרײַנד פֿון די קינדער־יאָרן אין וואַרשע, יצחק לודען. אינעם לאָקאַל פֿון "יונג ייִדיש" אין תּל־אָבֿיבֿ דערציילט דער אָנפֿירער מענדי כּהן וועגן דער אָרגאַניזאַציע און דער זאַמל־אַרבעט: אַן ערך 40,000 ייִדישע ביכער ווערן אויסגעשטעלט, און זײַנע באַמיִונגען צו שאַפֿן אַ סבֿיבֿה — אַ קינסטלערישע און ליטעראַרישע און מוזיקאַלישע — פֿאַרן ייִנגערן דור. אַ קאַפּעליע טרעט אויף, און פֿרומע און פֿרײַע ייִדן פֿאַרברענגען צוזאַמען אויף ייִדיש. "ווער קען רעדן, ווער קען זאָגן..." פּרעטענדירט נישט צו זײַן קיין געוויינטלעכער פֿילם מיט אַ סיפּור־המעשׂה, מיט אַן אָנהייב און אַ סוף. די פֿילם־מאַכערינס, דאָראָטעאַ גרעווע און אַניקאַ הילמאַן, האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז וואָס זיי האָבן פֿילמירט איז היסטאָריש און לינגוויסטיש וויכטיק, און וואָלט געקאָנט דינען דעם ייִדיש־סטודענט, בפֿרט אין דײַטשלאַנד, ווײַל מע האָט דײַטשע אונטערקעפּלעך. צו באַשטעלן דעם פֿילם שרײַבט צו: jiddisch.in.Israel@gmail.com היסטאָרישע קלאַנג־רעקאָרדירונגען פֿון דער מאָנטרעאָלער "ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק" אויף דער אינטערנעץ
אָנהייבנדיק פֿון די פֿרי 1950ער יאָרן, האָט די "פֿאָלקס־ביבליאָטעק", פֿון צײַט צו צײַט, רעקאָרדירט די ליטעראַרישע אונטערנעמונגען, און די טאַשמעס זענען הײַנטיקס יאָר דיגיטאַליזירט געוואָרן, אַ דאַנק דעם "ייִדישן ביכער־צענטער" אין אַמהערסט: די דיגיטאַליזירטע רעקאָרדירונגען זענען אַ טייל פֿון דער "ייִדישער קלאַנג־ביבליאָטעק אויפֿן נאָמען פֿון פֿראַנסיס בראַנט" בײַם "ייִדישן ביכער־צענטער". ווער עס וויל קען זיך צוהערן צו זיי אויף דער וועבזײַט פֿונעם "ביכער־צענטער". פֿאַרן ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן וואָרט שטעלן די רעקאָרדירונגען מיט זיך פֿאָר אַן אמתן אוצר. ווילט איר הערן דאָס קול פֿונעם פּאָעט און דראַמאַטורג ה. לייוויק? אין 1956 האָט ער פֿאָרגעלייענט פֿון זײַנע ווערק און דער רעדאַקטאָר און שרײַבער ישׂראל ראַבינאָוויטש און פּאָעט יעקבֿ זיפּער האָבן אים באַגריסט. די גאַנצע אונטערנעמונג קען מען איצט הערן. דער קריטיקער אַבֿרהם טאַבאַטשניק האָט לייוויקן אינטערוויויִרט אין 1958, און דער פּאָעט לייענט זײַנע לידער אין אַ דריטער רעקאָרדירונג פֿון דער צײַט. אין אַ פֿערטער רעקאָרדירונג לייענט לייוויק אויסצוגן פֿון זײַן קלאַסישער דראַמע "דער גולם". טאַבאַטשניק האָט אויך אינטערוויויִרט אין דער "פֿאָלקס־ביבליאָטעק": די שרײַבער רחל קאָרן (1898—1982), בעריש ווײַנשטיין (1905—1967), אליעזר גרינבערג (1896—1977), אַ. גלאַנץ־לייעלעס (1889—1966), יעקבֿ גלאַטשיין (1896—1971), קאַדיאַ מאָלאָדאָווסקי (1894—1975), אַהרן צייטלין (1898—1973), איציק מאַנגער (1901—1969), חיים גראַדע (1910—1982) און אפֿרים אויערבאַך (1893—1973). ווי אַ טייל פֿון די אינטערוויוען האָבן אַלע שרײַבער פֿאָרגעלייענט זייערע לידער. בײַם 50סטן יוביליי פֿון דער ביבליאָטעק אין 1964 האָט מען פֿאַרבעטן הרבֿ אַבֿרהם־יהושע העשעל, און עס האָט אויך אָנטיילגענומען דער מאָנטרעאָלער פּאָעט און קולטור־טוער מלך ראַוויטש. ראַוויטש האָט אָפֿט גענומען אַ וואָרט בײַ די געלעגנהייטן, און אַזוי ווי ער האָט געקענט די שרײַבער פֿון "דער אַלטער היים", איז אַוודאי אינטערעסאַנט וואָס ער האָט צו זאָגן. אַרײַנגעמישט צווישן די ייִדישע קולטור־פּערזענלעכקייטן, געפֿינען זיך אויך רעקאָרדירונגען פֿון באַקאַנטע ענגליש־שפּראַכיקע שרײַבער. אין איין סימפּאָזיום פֿון ענגלישע שרײַבער האָבן זיך באַטייליקט אַדעל ווײַסמאַן, רות ווײַס, מלך ראַוויטש, און דער מאָנטרעאָלער ראָק־און־ראָל זינגער און פּאָעט לעאָנאַרד כּהן, וואָס איז מער פּאָפּולער איבער דער וועלט הײַנט, ווען ער ווערט באַלד 80 יאָר, ווי דעמאָלט. דער "ביטניק" פּאָעט אַלען גינזבורג האָט גערעדט אין דער "פֿאָלקס־ביבליאָטעק", ווי אויך דער נאָבעל־פּרעמיע־געווינער, דער שרײַבער סאָל בעלאָו און היסטאָריקער סאַלאָ באַראָן. ס׳רובֿ פֿון די פֿריִער דערמאָנטע שרײַבער זענען געקומען צו גאַסט קיין מאָנטרעאָל, אָבער, ווי באַקאַנט, האָט מאָנטרעאָל פֿאַרמאָגט אירע אייגענע קינסטלער און שרײַבער. דער מאָנטרעאָלער שרײַבער יהודה עלבערג (1912—2003) האָט זיך באַטייליקט אין אַ וואַרשעווער געטאָ־הזכּרה. ווען די פּאָעטעסע רייזל זשיכלינסקי (1910—2001) איז געקומען פֿון ניו־יאָרק און אויפֿגעטראָטן אין דער "פֿאָלקס־ביבליאָטעק" אין 1963, האָבן זי באַגריסט דרײַ ייִדישע שרײַבער וואָס האָבן זיך באַזעצט אין מאָנטרעאָל נאָכן חורבן: מלך ראַוויטש, רחל קאָרן און חוה ראָזענפֿאַרב. די אַקטריסע און רעזשיסאָרין דאָרע וואַסערמאַן (1919—2003), גרינדערין פֿון דעם מאָנטרעאָלער ייִדישן טעאַטער, האָט צוויי טאַשמעס, אויף וועלכע זי זינגט "רוסיש־ייִדישע פֿאָלקסלידער". די רעקאָרדירונגען זענען אינטערעסאַנט נישט נאָר צוליב זייער ליטעראַרישן ווערט, נאָר אויך לינגוויסטיש און היסטאָריש — וועלכע שרײַבער רעדן כּלל־שפּראַך און וועלכע רעדן מיט זייער היימישן דיאַלעקט? וועלכע שרײַבער האָבן אַ חוש פֿון הומאָר און וועלכע זענען גאָר ערנסט? וועלכע זענען בכלל שוואַך בײַם אויפֿטרעטן פֿאַר אַן עולם און טוען נישט קיין טובֿה זייערע אייגענע שאַפֿונגען בײַם פֿאָרלייענען זיי? דער אַדרעס צו הערן די רעקאָרדירונגען קען מען געפֿינען אויף דער וועבזײַט פֿונעם "ייִדישן ביכער־צענטער", אָדער גיט אַ קוועטש אויף : http://www.yiddishbookcenter.org/category/categories/francesbrandt-online-yiddish-audio-library טרויער־אַקאַדעמיע לזכּרון די אומגעבראַכטע מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין מאָסקווע
צום דענקמאָל אויף דעם אָרט, וווּ מע האַלט, אַז דאָרט זײַנען באַגראָבן געוואָרן די 13 אומגעבראַכטע מיטגלידער פֿונעם אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, זײַנען אַרויפֿגעלייגט געוואָרן קרענץ בלומען, אין נאָמען פֿון די דערמאָנטע אָרגאַניזאַציעס. יעדער באַטייליקטער אין דער טרויער־אַקאַדעמיע האָט געקאָנט לאָזן אויפֿן דענקמאָל אַ שטיינדל, לויטן ייִדישן מינהג. די טרויער־אַקאַדעמיע האָט זיך אָנגעהויבן מיט "אל־מלא־רחמים", געזאָגט פֿון מאיר גורעוויטש, דער רבֿ פֿון דער מאָסקווער כאָר־שיל. נאָך דעם האָבן זיך צו די פֿאַרזאַמלטע געוואָנדן: דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿונעם אייראָ־אַזיאַטישן קאָנגרעס מיכאַיִל טשלענאָוו; דירעקטאָר פֿון דעם רוסלענדישן "הלל", אַלכּסנדר שלימאַק; דירעקטאָר פֿונעם צענטער פֿון וויסנשאַפֿטלער און לערער פֿון יודאַיִק, וויקטאָריאַ מאָטשאַלאָוו און אַנדערע. אין דער טרויער־אַקאַדעמיע האָט זיך באַטייליקט דער גאַסט פֿון אַמעריקע דוד סטאָראָבין, מיטגליד פֿונעם ניו־יאָרקער שטאַט־סענאַט. צום סוף, האָט די לערערין פֿון ייִדיש אַנאַ סאָראָקינאַ איבערגעלייענט אויף מאַמע־לשון איציק פֿעפֿערס ליד "איך בין אַ ייִד"; אין דער רוסישער איבערזעצונג האָט דאָס ליד געלייענט אַלכּסנדר לאָקשין. ווי ס׳האָט באַטאָנט אין זײַן אויפֿטריט מיכאַיִל טשלענאָוו, איז דער טויט פֿון די פֿינף גרעסטע ייִדישע סאָוועטישע ליטעראַטן, מיטגלידער פֿונעם אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט — בערגעלסאָן, האָפֿשטיין, קוויטקאָ, מאַרקיש און פֿעפֿער — געוואָרן אַ צייכן פֿון אַן איבעררײַס צווישן דורות אין דער ייִדישער געשיכטע און קולטור אויף דער טעריטאָריע פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער געדאַנק פֿון צולייגן אַלע באַמיִונגען ווידער צונויפֿצובינדן דעם צעריסענעם גאָלדענעם פֿאָדעם, איז אַרויסגעבראַכט געוואָרן אין אַלע רעדעס. |