דער מחבר פֿון די שורות הערט זיך צו צו זײַן אייגענעם פֿאַראַיאָריקן אויפֿטריט, וועלכער ווערט געוויזן אויף אַן עלעקטראָנישן עקראַן אינעם נײַעם מאָסקווער ייּדישן מוזיי |
Credit: Alexandra Polian |
סאַשע פּאָליאַן, אַ מאָסקווער ייִדישיסטקע און אַן אוניווערסיטעט־לערערין, וועלכע האָט זיך באַטייליקט אין דער זעלבער סעריע פֿון אינטערוויוען, האָט זיך אויך אַנטדעקט אויף אַן אַנדער עקראַן, וווּ זי רעדט וועגן שלמה מיכאָעלסן. אַחוץ דעם, הערט מען זי זינגען דאָס ליד "לאָמיר אַלע אינאיינעם" אויף דער עקספּאָזיציע וועגן דעם שווערן לעבן אין די סאָוועטישע קאָמונאַלע דירות. איר קול, צווישן אַ צאָל אַנדערע שטימען, ווערט אויך דערהערט אויף אַ ריזיקן קאָמפּיוטער־טאָוול, וועלכער באַקענט די מוזיי־באַזוכער מיט ייִדישע קללות און שפּריכווערטער.
די שאַפֿער פֿונעם מוזיי האָבן כּמעט מיט קיין וואָרט נישט דערמאָנט די ייִדישע ליטעראַטור, אַחוץ גענאַדי עסטרײַכס קליינער, און אַ שטיקל נעגאַטיווער, רעדע וועגן פּרץ מאַרקישס פּאָעזיע. סאַשע פּאָליאַנס לענגערער אינטערוויו וועגן שלום־עליכמען האָט מען, זעט אויס, נישט אויסגענוצט בכלל. דער פּאַנעל מיט ייִדישע קללות און ווערטלעך דערקלערט די באַזוכער, אַז ייִדיש איז אַ שפּראַך מיט אַ סך טשיקאַווע אויסדרוקן און פֿאָלקס־מעשׂיות; קיין העכערע פֿאָרמען פֿון קולטור ווערן נישט דערמאָנט.
דער מוזיי באַשטייט, בדרך־כּלל, פֿון דרײַ סעקציעס: וועגן די אַמאָליקע שטעטלעך, וועגן דעם חורבן און וועגן ציוניזם. די עקספּאָזיציעס דערציילן, ווי שרעקלעך און נעבעכדיק ס׳איז געווען דאָס ייִדישע לעבן אין גלות, און ווי גליקלעך עס לעבן די, וואָס זענען אַוועקגעפֿאָרן קיין ישׂראל. אַזאַ סטערעאָטיפּישער קוק אויף ייִדישקייט איז, אַוודאי, נישט קיין נאָווינע; סאַשע פּאָליאַן האָט אָבער באַמערקט, אַז אינעם מוזיי ווערט אויך כּמעט גאָרנישט דערציילט וועגן דעם מאָדערנעם העברעיִש און דער הײַנטצײַטיקער ישׂראלדיקער קולטור.
אַזאַ איינזײַטיקער כאַראַקטער פֿון די עקספּאָזיציעס האָט צו טאָן, מסתּמא, מיט דעם, וואָס דער מוזיי איז געשאַפֿן געוואָרן מיט דער הילף פֿון דער "פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אין רוסלאַנד", וועלכע איז פֿאַרבונדן מיט חב״ד־ליובאַוויטש. די ליובאַוויטשער השפּעה פֿילט זיך אין דעם, אַז אינמיטן דעם מוזיי ווײַזט מען אַ פֿילם וועגן דער באַשאַפֿונג פֿון דער וועלט, דעם מבול, מכּות־מצרים און אַנדערע תּנ״כישע מעשׂיות, באַגלייט מיט פֿאַרשיידענע ספּעציעלע עפֿעקטן.
די חב״ד־פֿירער האָבן געוואָלט צוגעבן דעם מוזיי אַ וועלטלעכן כאַראַקטער; די ייִדישע קולטור איז אָבער נישט אַרײַן, זעט אויס, אין זייער פֿאָקוס. די אַנדערע סיבה באַשטייט אין דעם, וואָס אין מאָסקווע איז שוין פֿאַראַן אַן אַנדער ייִדישער מוזיי, געווידמעט די עטנאָגראַפֿישע און קולטורעלע אַספּעקטן פֿון ייִדישקייט.
פֿונדעסטוועגן איז דער נײַער מוזיי אַן אינטערעסאַנטער, באַלערנדיקער און אַ ריזיקער; ס׳האָט מיר גענומען מער ווי פֿיר שעה אַלץ דאָרטן צו באַקוקן. דאָס איז, אָבער, ווײַט נישט דער בעסטער בײַשפּיל פֿונעם מאָסקווער אינטעלעקטועלן ייִדישן לעבן. אויף דעם זעלבן עלעקטראָנישן עקראַן, וווּ דער מחבר פֿון די שורות האָט זיך אַנטדעקט ווי אַ "מוזיי־עקספּאָנאַט", רעדט אויך פּראָפֿ׳ אַרקאַדי קאָוועלמאַן. זײַן גאָר ערנסטער און פֿילאָסאָפֿיש־געשטימטער צוגאַנג צו די ייִדישע טעקסטן דערמאָנט אַנרי קאָרבענס באַרימטע שטודיעס פֿונעם איסלאַמישן מיסטיציזם; אין זײַנע ווערק, דערמאָנט טאַקע קאָוועלמאַן ווי אַן אויסגעצייכנטן מוסטער, זײַן קאָלעגע פּראָפּ׳ אַנדריי סמירנאָוו, אַ מאָסקווער פֿאָרשער פֿון איסלאַם און אַ נאָכפֿאָלגער פֿון קאָרבען.
אין זײַן פֿרישן בוך, דערציילט קאָוועלמאַן וועגן דער ייִדישער הערמענעווטיק — פֿאַרשיידענע פֿילאָלאָגישע, פֿילאָסאָפֿישע און טעאָלאָגישע צוגאַנגען צו דעם ענין פֿון טעקסט־אינטערפּרעטאַציע אין ייִדישקייט. דאָס בוך, וואָס הייסט "הערמענעווטיק פֿון ייִדישע טעקסטן", איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן מיט עטלעכע חדשים צוריק דורכן פֿאַרלאַג "קניזשניקי". דאָס בוך איז אויסגעצייכנט, אָבער קאָן זײַן צו שווער צו פֿאַרשטיין פֿאַר אַ לייענער, וועלכער איז נישט באַקאַנט מיט פֿילאָסאָפֿיע. קאָוועלמאַן אַנאַליזירט די גמרא און מדרשים דורך דער "פּריזמע" פֿון פֿרידריך שלײַערמאַכער, מאַרטין הײַדעגער, זשאַק דערידאַ, זײַן אַמעריקאַנער הײַנטצײַטיקן קאָלעגע דניאל באָיאַרין, און אַנדערע פֿילאָסאָפֿיש־געשטימטע פֿאָרשער.
דער פֿאַקט, וואָס קאָוועלמאַנס ביכער ווערן פֿאַרקויפֿט אין די רוסישע ביכער־קראָמען און ווערן באַהאַנדלט אויף פֿאַרשיידענע ייִדישע אונטערנעמונגען, ווײַזט, אַז די ייִדישע שטודיעס געפֿינען זיך אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד אויף אַ גאָר הויכן ניוואָ. דאָס לעצטע מאָל, פֿאַרן הײַיאָריקן וויזיט, בין איך געווען אין מאָסקווע אין 1997. אין יענער צײַט, האָט אין דער אָרטיקער ייִדישער קהילה געהערשט עם־הארצות. דאָס ייִדישע פּנים פֿון דער שטאָט האָט זיך היפּש געביטן צום גוטן; הײַנט בליט אין מאָסקווע אַ פֿולבלוטיק ייִדיש לעבן, אַרײַנגערעכנט ערנסטע און פֿאַרשיידנאַרטיקע אַקאַדעמישע שטודיעס, ביכער, סעמינאַרן.
אין דער קראָם פֿונעם דערמאָנטן פֿאַרלאַג "קניזשניקי" ווערן פֿאַרקויפֿט כּלערליי ביכער, אַרײַנגערעכנט צענדליקער איבערזעצונגען פֿון ייִדישע שרײַבער און אַזעלכע טיפֿע אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען, ווי קאָוועלמאַנס פֿאָרש־ווערק. אויף טשיקאַוועס, האָב איך געפֿרעגט בײַ דער קראָם־אַדמיניסטראַציע, צי זיי האָבן די רוסישע איבערזעצונג פֿון פּראָפֿ׳ יעקבֿ ראַבקינס פֿאָרשונג וועגן דעם פֿרומען אַנטי־ציוניזם פֿון נטורי־קרתּא, סאַטמאַרער חסידים און אַנדערע ענלעכע גרופּעס. ראַבקין, אַ פּראָפֿעסאָר־היסטאָריקער בײַם מאָנטרעאָלער אוניווערסיטעט, איז געבוירן געוואָרן אין פּעטערבורג, אָבער אָנגעשריבן דאָס דאָזיקע בוך אויף פֿראַנצויזיש. די קראָם־אַדמיניסטראַציע האָט טאַקע געפֿונען דאָס בוך אויפֿן סקלאַד.
אַ דאַנק די רוסיש־רעדנדיקע ייִדישע אינטעלעקטועלע קרײַזן, האָט אַ הײַנטיקער רוסישער אינטעליגענט די געלעגנהייט צו באַקענען זיך סײַ מיט אַזעלכע "עזאָטערישע" טעמעס, ווי די געשיכטע פֿון נטורי־קרתּא און הערמענעווטיש־פֿילאָסאָפֿישע שטודיעס פֿונעם מדרש, סײַ מיט די ווערק פֿון י.י. זינגער, דוד בערגעלסאָן און אַנדערע ייִדישע קלאַסיקער.