די זון איז נישט ווינציקער אינטערעסאַנט ווי די לבֿנה. ווי מיר ווייסן געוועליקט זי בײַ טאָג. זי האָט אויך איר אייגענעם טאָג, לכל־הפּחות אין די גערמאַנישע לשונות: זונטיק.
די ווערטער פֿאַר ׳זון׳ זענען ענלעכער ווי די פֿאַר ׳לבֿנה׳, פֿ״גל דאָס ייִדישע "זון", דאָס דײַטשישע Sonne און דאָס ענגלישע sun. פֿאַר וואָס איז ייִדיש דאָ אַנדערש פֿון דײַטשיש? וואָרן דאָס הײַנטיקע דײַטשישע וואָרט קומט בירושה פֿון מיטל־דײַטשיש, בשעת דאָס ייִדישע — פֿון בײַעריש (sunne).
אָט די גערמאַנישע ווערטער קערן זיך אָן מיט די ווערטער פֿון כּמעט אַלע קרובֿישע לשונות: לאַטײַניש sol, פֿראַנצויזיש soleil (ס׳איז צווייטראַפֿיק ווײַל ס׳שטאַמט פֿון אַ לאַטײַנישן דימינוטיוו), פּאָרטוגאַליש און שפּאַניש sol, איטאַליעניש sole, רומעניש soare (אויף רומעניש ווערט אָפֿט r פֿון l); טשעכיש slunce, פּויליש słońce, רוסיש solntse (דעם l רעדט מען נישט אַרויס, אָבער אין דער אָרטאָגראַפֿיע בלײַבט ער. זעען מיר, ווי די סלאַווישע ווערטער פֿאַרמאָגן סײַ דעם n וואָס אין גערמאַניש, סײַ דעם l וואָס אין ראָמאַניש). אַפֿילו אַזאַ וואָרט ווי דאָס אַלט־גרעקישע helios, נײַ־גרעקישע ilios איז פֿונעם זעלביקן אָפּשטאַם. ווי אַזוי? גאָר פּשוט: דאָרטן וווּ ס׳רובֿ שפּראַכן האָבן געירשנט s איז בײַ די גרעקן דער קלאַנג קודם אַריבער צו h און דערנאָכדעם צו נול.
אַז פֿון h ווערט נול איז נישט קיין זעלטנקייט: די ראָמאַנישע לשונות האָבן דאָך געירשנט פֿון דער מאַמע לאַטײַן אַ פֿריש צאַפּלדיקן h, וואָס ר׳איז בײַ זיי אַלע געוואָרן נול; רומעניש האָט h, אָבער נישט געירשנט פֿון לאַטײַן, נאָר געליגן פֿון דער פֿרעמד. אויף שפּאַניש זענען צוגעקומען נאָך ווערטער מיט h, פֿון לאַטײַנישן f — אַ שטייגער, hacer ‘טאָן מאַכן’ (פּאָרטוגאַליש fazer) — נאָר אויך דער h איז שוין לאַנג געוואָרן נול. אַפֿילו טייל ענגלענדער, די לאָנדאָנער קאָקניס, קענען קיין h נישט אַרויסברענגען, און טייל ייִדן — אָפּשטאַמיקע פֿון פּאָדאָליע, באַסאַראַביע, וואָלין און צפֿון־מיזרח־פּוילן — האָבן דאָך אויך "צרות מיטן הא". אָבער דאָס איז שוין אַן אַנדער מעשׂה.
פּונקט ווי די לבֿנה, האָט דאָך אויך די זון איר טאָג — אויף ייִדיש, ענגליש (Sunday) און דײַטשיש (Sonntag). נאָר מחוץ דער גערמאַנישער משפּחה איז אַזאַ נאָמען נישטאָ. דאָס וואָרט איז אין תּוך אַרײַן אַ פּאַגאַנישער טערמין, אַ פֿאַרבליבענער פֿון אַ צײַט ווען די גערמאַנישע פֿעלקער האָבן נאָך נישט אָנגענומען דעם קריסטלעכן גאָט. אַז ייִדן האָבן איבערגענומען דאָס וואָרט האָט זיי גאָר נישט געאַרט זײַן אָפּשטאַם, אַוודאי וואָרן ס׳האָט מיט קריסטלעכקייט נישט קיין שײַכות. אויך "מאָנטיק", "דינסטיק", "דאָנערשטיק" און "פֿרײַטיק" שטאַמען פֿון דער אַמאָליקער געצן־דינערישער תּקופֿה, נאָר דאָס האָט זיי נישט געשטערט אַרײַנגענומען צו ווערן אין מאַמע־לשון.
בײַ די ראָמאַנישע פֿעלקער, אָבער, טראָגט דער טאָג דאָס וואָרט פֿאַר ׳האַר׳ — ס׳איז דאָך ׳גאָטס טאָג׳, וווּ מע מיינט דעם קריסטלעכן גאָט מיטן קריסטלעכן "שבת". איז אויף לאַטײַניש האָט מען, חוץ diēs Sōlis ׳טאָג פֿון דער זון — אַ פּנים, די אינספּיראַציע פֿון די גערמאַנישע טערמינען — אויך diēs domenica ׳דעם האַרס טאָג׳. בײַ די טאָכטער־לשונות בלײַבט איבער בלויז דאָס צווייטע וואָרט: פֿראַנצייזיש dimanche, איטאַליעניש domenica, רומעניש duminică, פּאָרטוגאַליש און שפּאַניש domingo. אַ ראַיה, אַז סע שטערט נישט אַ פּאַגאַנישע אַסאָציאַציע, אָבער אַ קריסטלעכע יאָ: אין דזשודעזמע, ס׳לשון פֿון די ספֿרדישע ייִדן, זאָגט מען נישט נאָר "שבת" (/שאַבאַט/) — ווײַל ס׳איז אונדזער הייליקער טאָג — נאָר אויף ‘זונטיק’ זאָגט מען "אַלכאַד", פֿונעם אַראַבישן וואָרט פֿאַר ‘ערשטער (טאָג)’; אַרײַננעמען אַ בפֿירושן קריסטלעכן טערמין ווי domingo האָט מען דאָך נישט געטאָרט.
בײַ די סלאַוון, האָבן מיר שוין דערמאָנט, איז דאָ דער נייטראַלער טערמין וואָס איז טײַטש ׳נישט אַרבעטן׳: טשעכיש neděle, פּויליש niedziela אאַז״וו. אויף רוסיש, ווידער, איז יאָ דאָ אַ קריסטלעך וואָרט: voskresen’ye ׳(קריסטוסעס) אויפֿשטיין תּחית־המתים׳. טשיקאַווע, וואָס לויט דער קריסטלעכער רעליגיע איז יעזוס אויפֿגעשטאַנען פּאַסכע, נאָר אויף רוסיש דערמאָנט מען עס אַ גאַנץ יאָר.
און דאָ קען מען נישט דורכלאָזן די געלעגנהייט איבערצודערציילן דעם אַנעקדאָט פֿון שלום־עליכמס "בערל אײַזיק", וועגן אַ ייִד אַ "בלאָפֿער", וואָס דערציילט מעשׂיות וואָס נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן:
פּסח איז דער מינהג בײַ די גויים, אַז זיי באַגעגענען זיך, זאָגן זיי זיך אָן איינס דאָס אַנדערע אַ גוטע בשׂורה, אַז קריסטוס איז לעבעדיק געוואָרן — "קריסטאָס וואָסקרעס". דערויף ענטפֿערט דער צווייטער: "וואָאיסטינו וואָסקרעס" — ס׳איז אמת, הייסט דאָס, ער איז לעבעדיק געוואָרן... טרעפֿט זיך אַ מעשׂה, באַדאַרף אַ קריסט זיך באַגעגענען מיט אַ ייִדן און מכבד זײַן אים מיטן פּסוק "קריסטאָס וואָסקרעס". ווערט אים שלעכט, דעם ייִדן: וואָס זאָל ער טאָן? ענטפֿערן דעם גוי "וואָסאיסטינו וואָסקרעס" — ווייסט ער, אַז דאָס איז אַ ליגן און ס׳איז קעגן אונדזער גלויבן... זאָגן אים: ניין, ער איז נישט לעבעדיק געוואָרן — קאָן מען דאָך כאַפּן פֿאַר אַזעלכע ווערטער אַ מיאוסן פּסק... איז ער זיך מיישבֿ און רופֿט זיך אָן: "יאָ, איך האָב עס שוין געהערט הײַנט פֿון אונדזער בערל־אײַזיקן"...