"אַרומנעמיק ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך" אַרויס פֿון דרוק
מיטן צוגאַנג פֿון אַרומנעמיקייט, ווי אין דער ייִדיש־פֿראַנצייזישער אויסגאַבע, וועט מען דאָ געפֿינען סײַ נעאָלאָגיזמען ווי "אויפֿבלעכלער", (can opener) סײַ ווערטער ווי "שטיצע" אָדער "אומבאַדינגט" וואָס ווערן פֿאַרצייכנט אין אוריאל ווײַנרײַכס "מאָדערן־ענגליש־ייִדיש ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך" פֿון 1968 מיט אַ שוואַרץ פּינטל, וואָס איז טײַטש — "אַ ספֿק צי דערלאָזלעך אין דער כּלל־שפּראַך". קיין שוואַרצע פּינטלעך אָדער שוואַרצע דרײַעקן ("ניט־דערלאָזלעך אין דער כּלל־שפּראַך") וועט מען דאָ נישט געפֿינען. די פֿאַרקירצונג Germ, אַ פֿאַרקירצונג פֿון Germanism" ("דײַטשמעריזם") וועט מען יאָ אַמאָל געפֿינען, ווי בײַם וואָרט "באַצוג". דאָס ווערטערבוך נעמט אַרײַן אַפֿילו באָטאַנישע טערמינאָלאָגיע, ווי "חנהלעס אייגעלע" (Pansy). די נאָרמאַטיווע שיטה פֿון אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך האָט געוואָלט רעקאָמענדירן שפּראַכלעכע ברירות, אָבער "אַיִעוו" שטעלט פֿאַר זיך אַנדערע צילן, ווי מע לייענט וועגן דעם אין דער הקדמה. ער וויל צו ניץ קומען "אַלע ענגליש־רעדערס וואָס לייענען און שרײַבן ייִדיש; אָבער אויך, אַז דאָס איז נאָר אַן אָנהייב, און אַז אונדזער אַרבעט וועט זײַן דער יסוד פֿאַר פֿאַרבעסערטע און פֿאַרברייטערטע אויסגאַבעס אין דער צוקונפֿט".
דאָס גראַפֿישע אויסזען פֿון "אַיִעוו" איז זיכער אַ סך בעסער ווי בײַ ווײַנרײַכן, אין וועלכן דער לייענער דאַרף אויספּלאָנטערן וואָסער טײַטש געהערט צו וואָסער וואָרט. ייִדיש־לערערס הערן אָפֿט, ווען זייערע סטודענטן ניצן דעם נישט־ריכטיקן טײַטש פֿון אַ וואָרט, און פֿאַרשטייען שוין וואָס איז געשען. דאָס נײַע ווערטערבוך איז אַ סך פּשוטער צו לייענען און צו ניצן. די אידיאָמאַטיק אין ווײַנרײַכס ווערטערבוך האָט זיך פֿאַרעלטערט, און געוויסע אידיאָמען אויף ייִדיש ווערן דאָרט פֿאַרטײַטשט מיט ענגלישע אידיאָמען, וואָס קיינער פֿאַרשטייט נישט הײַנט. נו, דאָס קען מען נישט אויסמײַדן, ווײַל אידיאָמען בײַטן זיך מיט דער צײַט, אָבער גוט וואָס "אַיִעוו" פֿאַרהײַנטיקט די אידיאָמען, דער לייענער פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט זאָל קענען פֿאַרשטיין. דאָ און דאָרט האָב איך אויך אין "אַיִעוו" נישט אַלץ פֿאַרשטאַנען אויף ענגליש, למשל — "פֿרײַ שטאָט" איז טײַטש free city, אָבער אין וואָס פֿאַר אַ זין?
עס פֿרייט אונדז, וואָס די רעדאַקטאָרן האָבן זיך געהאַלטן בײַ דעם אַזוי־גערופֿענעם "ייִוואָ־אויסלייג", ווײַל דער באַנד וועט אין גיכן ווערן אַ פֿאַרשפּרייט ייִדיש־רעפֿערענץ־בוך אין אַלע ענגליש־רעדנדיקע לענדער, און ס‘וועט העלפֿן צו באַגרענעצן דאָס הפֿקרות לגבי אָרטאָגראַפֿיע אין דער ייִדיש־וועלט.
אַזוי ווי "אַיִעוו" איז בלויז ייִדיש־ענגליש, און נישט ענגליש־ייִדיש, וועט עס בפֿרט העלפֿן די לייענער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, און ווייניקער די וואָס שרײַבן אויף ייִדיש, און זענען אויפֿגעוואַקסן מיט אַן אַנדער שפּראַך ווי זייער הויפּט־שפּראַך. אַוודאי, וואָלט אַן ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך געווען נאָך גרעסער, און מיר ווייסן, אַז די "ייִדיש־ליגע" גרייט צו מרדכי שעכטערס ריזיק "ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך פֿאַרן 21סטן יאָרהונדערט", וואָס וועט העלפֿן אָנפֿילן דעם בלויז.
מיט דער הײַנטיקער טעכנאָלאָגיע קען מען אַ קוועטש טאָן אויף אַ וואָרט בשעת מע לייענט עס, אָדער מע שרײַבט עס אויפֿן קאָמפּיוטער, און דער טײַטש און אויסלייג וועלן זיך באַווײַזן אויפֿן עקראַן. מע וואָלט געדאַרפֿט ניצן דאָס נײַע "אַרומנעמיק ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך", וואָס מע האָט שוין דיגיטאַליזירט בײַם אויסקלאַפּן, פֿאַר אַזאַ ציל אין אַ נײַעם גילגול פֿאַר אַ דור וואָס קוקט מער נישט אַרײַן אין געדרוקטע ביכער. מיר האָפֿן, אַז גאָר אין גיכן וועט אַזאַ שיטה דערמעגלעכט ווערן אויף אונדזער נײַער וועבזײַט.
אָבער פֿאַר אונדז "אַלטפֿרענקישע" ליבהאָבער פֿון ביכער וואָס מע קען האַלטן אין דער האַנט, איז דאָס אַרויסגעבן פֿונעם "אַרומנעמיק ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך" טאַקע אַן אמתע שׂימחה און אַ געוואַלדיקער אויפֿטו.
אַ. ג.
רעסורסן פֿאַר ייִדיש אויף דער אינטערנעץ
דער היסטאָריקער און ייִדיש־פֿאָרשער גערבען זאַגסמאַ וווינט אין האַג, האָלאַנד, וווּ ער פֿאַרנעמט זיך מיט אינטערנעץ־אַנטוויקלונגען. איינער פֿון זײַנע פּראָיעקטן איז די וועבזײַט Yiddish Sources — http://yiddish-sources.com, מיט וועלכער יעדער איינער וואָס אינטערעסירט זיך מיט ייִדיש און מיט ייִדישע שטודיעס דאַרף זיך באַקענען.
די אַרומנעמיקע וועבזײַט איז געצילט אויף דער אַקאַדעמישער וועלט און לאָזט וויסן וועגן קאָנפֿערענצן, זשורנאַלן, אַקאַדעמישע פּאָזיציעס, אויסשטעלונגען און סעמינאַרן, ווי אויך רעפֿערענץ־רעסורסן, ווי אַרכיוון און ביבליאָטעקן.
אין דער קאַטעגאָריע Digital Yiddish Sources קען מען געפֿינען פֿאַרשיידענע אַרכיוון און ביבליאָטעקן, וועלכע האָבן דיגיטאַליזירט זייערע זאַמלונגען.
נאָך אַ רעסורס וואָס שטאַמט פֿון האָלאַנד האָבן מיר צו פֿאַרדאַנקען דער נישט־לאַנג פֿאַרשטאָרבענער היסטאָריקערין ד״ר רענאַ פֿוקס־מאַנספֿעלד. אינעם "אינטערנאַציאָנאַלן אינסטיטוט פֿון סאָציאַלער געשיכטע" [International Institute of Social History], איינע פֿון די גרעסטע אַרכיוון און פֿאָרש־צענטערן אויף דעם פֿעלד, געפֿינען זיך הונדערטער ייִדישע בריוו פֿון פֿאַרשיידענע באַקאַנטע און ווייניקער באַקאַנטע פּערזענלעכקייט אין שײַכות מיט ייִדישע אַרבעטער־באַוועגונגען, צווישן זיי: רפֿאל אַבראַמאָוויטש, רודאָלף ראָקער, אַלעקסאַנדער בערקמאַן און יוסף לודען. מער ווי 700 בריוו זענען איצט צוטריטלעך דורך דער אינטערנעץ —
http://socialhistory.org/en/news/yiddish-letters-accessible
אַ קיצור פֿון יעדן בריוו איז אויך פֿאַראַן. אַ סך פֿון די בריוו האָבן צו טאָן מיטן פּאָליטישן מצבֿ פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע און וועגן דער ייִדישער קולטור.
מיר האָבן אין די פּאַפּירן פֿונעם בונדישן פֿירער רפֿאל אַבראַמאָוויטש געפֿונען אַ בריוו פֿונעם "פֿאָרווערטס"־רעדאַקטאָר אַב. קאַהאַן פֿון 1934, אין וועלכן קאַהאַן עצהט אַבראַמאָוויטשן נישט צו שרײַבן צו שאַרף וועגן דער דעמאָלטיקער פּאָליטיק אין דײַטשלאַנד. בכלל וועט מען געפֿינען אַ סך אינטערעסאַנטע דאָקומענטן אויף ייִדיש פֿון דער פּאַרטיי "אַלגעמיינער ייִדישער אַרבעטער־בונד".
נאָך אַ רעסורס פֿון דאָקומענטן און ביכער אויף ייִדיש איז דער JewLib.Digital Archive-Library, אַ וועבזײַט וואָס נעמט צונויף אַנדערע דיגיטאַלישע רעסורסן אויף ייִדישע טעמעס, צווישן זיי: ייִדישע שפּראַך, טעאַטער, פֿאָלקלאָר און ליטעראַטור.
http://jewlib.freebase.com
הײַנט קען מען אינעם "זוך"־קעסטל, אַרײַנקלאַפּן מיט ייִדישע אותיות דעם טיטל פֿון אַ בוך, אָדער דעם נאָמען פֿון אַ מענטש אָדער שטאָט, און די הײַנטיקע קאָמפּיוטערס קענען אײַך ווײַזן אינפֿאָרמאַציע אויף דער טעמע אויף ייִדיש. מיט 5 יאָר צוריק איז דאָס נאָך נישט געווען מעגלעך (על־כּל־פּנים נישט פֿאַר "מאַקינטאָש"־קאָמפּיוטערס). געוויינטלעך, באַקומט מען בעסערע רעזולטאַטן ווען מע קלאַפּט אויס דעם נאָמען אָן נקודות.
למשל, ווען מע זוכט "גאָלדפֿאַדען" געפֿינט מען דעם גאַנצן טעקסט פֿון זלמן זילבערצווײַגס בוך וועגן דעם דראַמאַטורג, דעם גאַנצן טעקסט פֿון זײַן דראַמע "די באָבע מיטן אייניקל", וואָס געפֿינט זיך אין דער "מעדעם ביבליאָטעק" אין פּאַריז, און אינטערנעץ־דיסקוסיעס אויף ייִדיש וועגן גאָלדפֿאַדען.
חסידישע קינדער־ביכער
דער "פֿעלדהיים"־פֿאַרלאַג אין ירושלים פּובליקירט אַ סך פֿון די קינדער־ביכער, און מיר האָבן באַמערקט, אַז דער אויסזען, די גראַפֿיק און דיזײַן זײַנען מאָדערניזירט געוואָרן. אינעם ביכל "ווער בין איך?", געשריבן און פֿאָטאָגראַפֿירט פֿון רחל שאָהן און געמאָלן פֿון ר. ראָט (דאַטע נישט אָנגעגעבן), ניצט מען פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון חנעוודיקע קינדער אין פֿאַרשיידענע קאָסטיומען צו פֿרעגן בײַם יונגן לייענער, ער זאָל טרעפֿן — "ווער בין איך?". דאָס ביכל איז געדרוקט אויף שווערן קאַרטאָן, עס זאָל באַלד נישט צעריסן ווערן פֿון קליינע קינדער.
די שפּראַך איז אינטערעסאַנט, כאָטש דאָ און דאָרט ניצט מען ענגלישע ווערטער ווי "פֿלוט" (פֿלייט) און "שאָוועל" (לאָפּעטע). דאָס שפּיגלט אָפּ, פֿאַרשטייט זיך, דאָס באַניץ פֿון די ענגלישע ווערטער אינעם גערעדטן לשון אין ניו־יאָרק.
קיִעוו האָט זיך געזעגנט מיט אַ ייִדישן לערער
יוסף טאָרטשינסקי פֿירט אַ ייִדיש־קלאַס |
טאָרטשינקסקי איז געווען אַ מלחמה־וועטעראַן באַלוינט מיט אַ סך אָרדנס און מעדאַלן. זײַענדיק אַ באַגאַבטער פּעדאַגאָג, האָט ער געפֿירט ייִדיש־קלאַסן, אָנהייבנדיק פֿונעם יאָר 1989, אין דער שול בײַם קיִעווער צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור. אַ סך ייִדישע פֿירער האָבן זיך באַקענט מיט "מאַמע-לשון" אַ דאַנק זײַן טעטיקייט. ווי אַן עכטער פּאַטריאָט פֿון דער ייִדישער שפּראַך, האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט לערן-מאַטעריאַלן און געזאַמלט דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און שפּריכווערטער.
לויטן סאַמע באַשיידענעם חשבון, האָבן בערך 300 מענטשן פֿאַרענדיקט טאָרטשינסקיס זונטיק-שול. ביז די לעצטע טעג, האָט דער לערער געשריבן לידער אויף ייִדיש און געגעבן עצות פֿאַר די, וואָס האָבן שטודירט דאָס "מאַמע-לשון" אַליין. פֿון די ערשטע "פּערעסטרויקע"-יאָרן, האָט טאָרטשינסקי זיך אַקטיוו באַטייליקט אין אַ סך שטאָטישע און רעפּובליקאַנער ייִדישער אָרגאַניזאַציעס; ער האָט גערופֿן צו אָרגאַניזירן אַן אינטערנאַציאָנאַלן צוזאַמענפֿאָר פֿון ייִדישיסטן אין קיִעוו, און האָט שטענדיק אָנגעפֿירט מיט אַלע אונטערנעמונגען בײַ דער ייִדישער ביבליאָטעק אויפֿן נאָמען פֿון אָשר שוואַרצמאַן.
זײַענדיק שוין אַ מאַן אויף דער עלטער, פֿלעגט טאָרטשינסקי זינגען ייִדישע לידער און אויספֿירן ייִדישע טענץ. ער איז געווען זייער אַ פּאָפּולערער לערער; די, וואָס האָבן אים געקענט, אָדער געלייענט זײַנע ביכער, וועלן טראָגן דעם זכּרון פֿון אים אין זייערע הערצער. כּבֿוד זײַן אָנדענק!