אין די אַנדערע גערמאַנישע לשונות האַלט דאָס וואָרט פֿאַר ‘לבֿנה’ די קאָנסאָנאַנטן m און n: ענגליש moon, דײַטשיש Mond אד״גל. פֿונעם זעלביקן מקור וואַקסן אויך די ווערטער פֿאַר ‘חודש’: month און Monat. דאָס ייִדישע וואָרט "חודש" וואַקסט פֿונעם שורש "חדש" — ׳נײַ׳ — אין תּוך אַרײַן איז אַ חודש א נײַע לבֿנה. הײַנט דאָס ייִדישע וואָרט "מאָנטיק", דאָס ענגלישע Monday און דאָס דײַטשישע Montag — אַלע זענען טײַטש ׳טאָג פֿון דער לבֿנה׳. אין דרום־ייִדיש רעדט מען עס אַרויס /מונטיק/, נישט-געקוקט דערויף וואָס אַזאַ מין אַרויסרעד כאַראַקטעריזירט בדרך-כּלל ווערטער וואָס זייער וואָקאַל שטאַמט פֿונעם דײַטשישן a, נישט o. פֿאַר וואָס? ווען מיר זאָלן אַפֿילו נישט פֿאַרמאָגן קיין ווערטער־ביכער פֿון מיטל־הויכדײַטש וואָלטן מיר זיך געקענט משער זײַן, אַז אין מיטל־עלטער איז דאָס דײַטשישע וואָרט געווען אַן ערך mantag. וואָס זשע העלפֿט גאָט? אין יענער צײַט האָט מען אויף דײַטשיש געזאָגט mân-tac, מיט אַ לאַנגן a, פּונקט אַזוי ווי מיר וואָלטן זיך געריכט. הייסט עס, אַז דאָס הײַנטיקע ייִדישע וואָרט איז געטרײַער דעם מיטל־עלטערישן אָבֿ ווי דאָס דײַטשישע.
זעען מיר שוין, אַז מאַמע־לשון האָט דרײַ באַזונדערע שורשים פֿאַר די דרײַ ווערטער, בשעת ענגליש און דײַטשיש בלויז איין שורש. אַנדערע אייראָפּעיִשע לשונות קומען ס׳רובֿ אָפּ מיט צוויי — בײַ די סלאַוון זענען, בדרך־כּלל, פֿאַרבונדן ׳לבֿנה׳ און ׳חודש׳, בײַ די ראָמאַנער — ׳חודש׳ און ׳מאָנטיק׳. אַ שטייגער, זאָגט מען אויף טשעכיש měsíc פֿאַר סײַ ׳לבֿנה׳, סײַ ׳חודש׳; ׳מאָנטיק׳ איז pondělí, פֿון אַ צונויפֿהעפֿט וואָס איז טײַטש ׳נאָך זונטיק׳. אַזוי אויך דאָס פּוילישע poniedziałek און דאָס רוסישע ponedel’nik. רוסיש און פּויליש האַלטן מיט טשעכיש אויך אין שײַכות מיט ׳חודש׳ — mesyats און miesiąc — אָבער ׳לבֿנה׳ איז אויף רוסיש luna, אַזוי ווי בײַ די ראָמאַנער; אויף פּויליש איז ‘לבֿנה’ księżyc, וואָס דאָס האָט קודם געמיינט ׳יונגער פּרינץ׳; בײַ טאָג געוועלטיקט די זון, בײַ נאַכט די לבֿנה, איז זי בלויז אַ פּרינץ און אַ יונגער דערצו.
הײַנט די ראָמאַנער: דאָס לאַטײַנישע lūna שטאַמט פֿונעם שורש lux ‘ליכט’ און קער זיך אויך אָן מיטן גרעקישן leukos ‘ווײַס’ (פֿ״גל leukemia, נישט פֿאַר קיינעם געדאַכט). פֿון lūna וואַקסן דאָס פֿראַנצויזישע lune, דאָס פּאָרטוגאַלישע lua, דאָס שפּאַנישע און איטאַליענישע luna, דאָס רומענישע lună; אַזוי אויך ס׳רובֿ ווערטער פֿאַר ׳מאָנטיק׳: לאַטײַניש diēs Lūnæ, פֿראַנצויזיש lundi, שפּאַניש lunes, איטאַליעניש lunedi, רומעניש luni. אויף פּאָרטוגאַליש segunda feira, וואָס דאָס וואַקסט פֿון אַ צווייטן לאַטײַנישן וואָרט, secunda fēria ׳צווייטע חגא, צווײַטער טאָג׳ — זייער ענלעך צום עבֿריתּישן "יום שני".
די ווערטער פֿאַר ׳חודש׳, אָבער, נעמען זיך פֿונעם זעלביקן שורש וואָס בײַ די סלאַוון און גערמאַנען, מסתּמא פֿון אַן אַלט וואָרט פֿאַר ׳מעסטן׳ — לאַטײַניש mēnsis, פֿראַנצויזיש mois, איטאַליעניש mese, שפּאַניש mes, פּאָרטוגאַליש mês; אויף רומעניש זאָגט מען דאָ אויך lună, אַוודאי ווײַל בײַ די שכנותדיקע סלאַוון איז דאָ בלויז איין וואָרט סײַ פֿאַר ׳לבֿנה׳, סײַ פֿאַר ׳חודש׳. האָט רומעניש, אַזוי ווי ענגליש, דרײַ ווערטער פֿון איין שורש, אָבער צוליב אין גאַנצן אַנדערע סיבות.
אין דער משפּחה געפֿינען מיר אויך דאָס ייִדישע וואָרט "לונאַטיקער", טײַטש ‘איינער וואָס גייט בשעת ער שלאָפֿט’, און דאָס ענגלישע lunatic ‘משוגענער’. ביידע נעמען זיך פֿונעם גלייבעניש, אַז אַזעלכע משוגעתן רופֿט אַרויס די לבֿנה. טשיקאַווע, אַז אַנומלט האָט דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס דאָס וואָרט lunatic אויסגעמעקט פֿון אַלע מלוכישע געזעצן.
לאָמיר ענדיקן דעם איצטיקן אַרטיקל מיט אַ וויץ פֿון אונדזער גרויסן סאַטיריקער דער טונקעלער, פֿון זײַן הומאָרעסקע "דער פֿרומער רעדאַקטאָר, זײַן טרײַער סעקרעטאַר און דאָס רעדאַגירטע ליד". כּידוע איז אַ פֿרומער ייִד צו ראָש־חודש מקדש, אָדער מחדש, די לבֿנה. נאָר בײַם טונקעלן איז איינער אַ ייִד, נעבעך, אַזוי צעטומלט געוואָרן, אַז ער האָט געקושט די לבֿנה און מקדש געווען די מזוזה...