װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

"אַ חלום": קאָנצערט צום יאָרצײַט פֿון חנה קופּער

אינעם אויספֿאַרקויפֿטן קאָנצערט לזכּרון דער זינגערין חנה (אַדריאַן) קופּער, שבת־צו־נאַכטס דעם 22סטן דעצעמבער 2012 אינעם "האָנטער־קאָלעדזש", זענען זיך צונויפֿגעקומען מוזיקער און זינגער פֿון דער גאַנצער וועלט אָפּצוגעבן כּבֿוד איר אָנדענק: שורה ליפּאָווסקי פֿון האָלאַנד, טערעזע טובֿה פֿון טאָראָנטאָ, דן קאַהן פֿון בערלין, פּסוי קאָראָלענקאָ פֿון מאָסקווע. די דיריגענטן פֿרענק לאָנדאָן און מײַקל ווינאָגראַד מיטן ערשט־קלאַסיקן קלעזמער־אָרקעסטער האָבן זיי באַגלייט, ווי אויך זינגער פֿון אַלע עקן אַמעריקע; ספּעציעל די אַרטיסטן, וועלכע האָבן געהאַט אַ נאָענטע פֿאַרבינדונג מיט חנה קופּער. אָבער אַזוי ווי קופּער איז געווען אַזאַ וויכטיקע פֿיגור במשך פֿון 30 יאָר אין דער ייִדישער קולטור־וועלט בכלל, און אין דער קלעזמער־באַוועגונג בפֿרט, קענען כּמעט אַלע הײַנטיקע ייִדישע זינגערס מיט רעכט זאָגן, אַז זיי האָבן בײַ איר זיך געלערנט אָדער מיט איר מיטגעאַרבעט.
אין דער פּראָגראַם האָבן זיך באַטייליקט די זינגער: עלינאָר ריסאַ, בתיה שעכטער, לאָרין סקלאַמבערג, דזשאַש וואַלעצקי, דזשאָען באָרץ, "סאָ־קאָלד", זלמן מלאָטעק, די "קלעזמאַטיקס", און איר טאָכטער שׂרה מינע גאָרדאָן, צווישן אַנדערע. דזשעני ראָמיין און טינע קינדעמאַן האָבן אויסגעשפּילט אַ סצענע פֿון דער פּיעסע "גליקל פֿון האַמעל", וועלכע קופּער האָט געהאָלפֿן שאַפֿן. עס האָבן גענומען אַ וואָרט פּראָפֿ׳ שמאול־אַבא שאַנדלער, מײַקל וועקס און מײַקל קופּער, דער ברודער פֿון גאָרדאָן, וועלכע האָבן באַטאָנט איר ברייטהאַרציקייט, עסטעטישן חוש, און צענטראַלע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור. די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין פֿונעם "אַרבעטער־רינג", אַן טאָבאַק, האָט אויך דערציילט וועגן חנה קופּער, און אירע יאָרן אין דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם בילדונג־אָפּטייל אין דער אָרגאַניזאַציע.
צווישן דעם עולם און אויף דער בינע האָבן זיך געפֿונען געוועזענע סטודענטן פֿון דער "ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם" מיט וועלכע קופּער האָט יאָרן לאַנג אָנגעפֿירט. דער ייִדישער ראָק־און־ראָל זינגער וואָלף קראַקאָווסקי האָט זי דערמאָנט ווי זײַן שכדנטע, ווײַל אין דער זומער־פּראָגראַם האָט ער זיך באַקענט מיט זײַן פֿרוי. אַנדערע האָבן זי געקענט ווי די מײַסטער־זינגערין און לערערין פֿון ייִדיש־געזאַנג. זיי האָבן זיך געלערנט בײַ איר אויף ייִדיש־פֿעסטיוואַלן און וואַרשטאַטן איבער דער וועלט. אַ סך ניו־יאָרקער האָבן זי אויך געקענט ווי אַ פּראָגרעסיווע פּאָליטישע און סאָציאַלע אַקטיוויסטקע.
דער צוויי־שעהדיקער קאָנצערט איז אַדורך אָן אַ פּגם און מע האָט אים רעקאָרדירט און טראַנסמיטירט בשעת דער אונטערנעמונג דורך אינטערנעץ. מע קען אים זען בײַ דעם אַדרעס:
http://new.livestream.com/dreaminginyiddish/akholem
אין דער קאָנצערט־פּראָגראַם האָט דער "אַרבעטער־רינג" מודיע געווען אַ נײַעם פֿאָנד "Adrienne Cooper Fund for Dreaming in Yiddish", וואָס וועט "שטיצן קינסטלער בײַם שטעלן די ערשטע טריט אויף דער אָן־סופֿיקער, אומבאַגרענעצטער, אומגעריכטער נסיעה פֿון שאַפֿן אויף ייִדיש". דעם טשעק קען מען שיקן צו דער "Foundation for Jewish Culture" POB 489, NY, NY 10113
צווישן די אַנדערע שטיצער פֿון דער אונטערנעמונג זענען געווען "דער פֿאָרווערטס/Forward" און "גאָלדן־לאַנד־קאָנצערטן". דער גרויסער עולם פֿונעם קאָנצערט, אַן ערך טויזנט מענטשן, האָט עדות געזאָגט צו דער גרויסער ליבשאַפֿט צו חנה קופּער ע״ה.


האָלענדישע ייִדיש־פֿאָרשערין, פּראָפֿ׳ רענאַ פֿוקס־מאַנספֿעלד, געשטאָרבן

אין אַמסטערדאַם איז דעם 27סטן נאָוועמבער 2012 אַוועק פֿון דער וועלט פּראָפֿ׳ ד״ר רענאַ פֿוקס-מאַנספֿעלד. רענאַ מאַנספֿעלד (געבוירן אין בערלין, 1930) האָט שטודירט געשיכטע אינעם אַמסטערדאַמער אוניווערסיטעט, און עטלעכע יאָר נאָך דעם געאַרבעט אין דער באַרימטער "ביבליאָטעקאַ ראָזענטאַליאַנאַ" [Bibliotheca Rosenthaliana] אין אַמסטערדאַם. שפּעטער האָט זי חתונה געהאַט מיטן הויפּט-קאָנסערוואַטאָר, דעם געלערנטן פּוילישן ייִד, לייב פֿוקס. זאַלבעצווייט האָבן זיי געשריבן אַ שלל פֿאָרשונגען וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער בוכדרוקערײַ און וועגן דער געשיכטע פֿון ספֿרדים און אַשכּנזים אין האָלאַנד.
אין 1978 ווערט רענאַ פֿוקס אַ דאָצענט פֿון ייִדיש און ייִדישער געשיכטע בײַם אַמסטערדאַמער אוניווערסיטעט. מיט זייער אַ קריטישן בליק באַהאַנדלט זי די סאָציאַלע באַציִונגען, די ראָלע פֿון דער פֿרוי אין דער ייִדישער טראַדיציע און די ייִדישע שפּראַך אין דער ייִדישער מלוכה.
אין 1989 איז זי געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָרשע פֿון ייִדישע שטודיעס. אַ סך סטודענטן האָט זי אינספּירירט מיט אירע לעקציעס אין אַן אַטמאָספֿערע פֿון "די באָבע דערציילט", מיט אַ סקריפּנדיקן קול, אַמפּערנדיק זיך מיט, לכל-הפּחות, דרײַ פּאָר ברילן. נאָך איר פּענסיאָנירן זיך, האָט זי פֿרײַוויליק געאַרבעט אינעם "אינטערנאַציאָנאַלן אינסטיטוט פֿאַר סאָציאַלער געשיכטע" [International Institute for Social History], צו קאַטאַלאָגירן און באַשרײַבן די אויסטערלישע זאַמלונגען פֿון ייִדישע בריוו, לעגאַלע בראָשורן און פֿלוגבלעטער, אַפֿישן און ביכער, וואָס מע קען הײַנט געפֿינען אויף דער וועבזײַט: http://socialhistory.org/en/collections/yiddish-collection-guide
כאָטש זי אַליין האָט ניט געגלייבט אין דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש ("וואָס געווען איז געווען..."), האָבן אירע סטודענטן אין 1990 געגרינדעט אַ ייִדיש-לייענקרײַז. די גרופּע, וואָס עקזיסטירט נאָך עד־היום, האָט געשאַפֿן אַ "פֿונדאַציע־ייִדיש", אַ פֿערטליאָר-שריפֿט — "די גרינע מדינה" און אַ יערלעכן "ייִדיש-טאָג". די פּראָפֿעסור האָט איבערגענומען ד"ר שלמה בערגער, וועלכער אָרגאַניזירט איין מאָל אַ יאָר אַן אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש-סימפּאָזיום (ער איז נאָר וואָס פֿאָרגעקומען, דעם 9טן דעצעמבער). דערצו אַרבעט מען אויף דער פּובליקאַציע פֿון אַ גרויס ייִדיש-האָלענדיש ווערטערבוך. פּראָפֿ׳ רענאַ פֿוקס, זאָל זיך מיִען, וואָלט זיכער געווען צופֿרידן מיט דעם.
כּבֿוד איר אָנדענק!

יוסטוס פֿאַן דע קאַמפּ, 
אַמסטערדאַם



וויפֿל ייִדיש־רעדערס זענען אין ניו־יאָרק?

לויטן American Community Survey [אַמעריקאַנער ציבור־אַנקעטע], אַ צווײַג פֿון דער מלוכישער צענזוס־אינסטאַנץ, וועלכע פֿירט דורך יעדעס יאָר אַן אויספֿרעג צווישן אַ קליינעם טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג, רעדן ענגליש בלויז 51% פֿון די ניו־יאָרקער אין דער היים. די אַנדערע העלפֿט אײַנוווינער רעדט כּלערליי שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט ייִדיש. די סטאַטיסטיק ווײַזט, אַז 85,000 ניו־יאָרקער רעדן ייִדיש אין דער היים. די צאָל ייִדיש־רעדער איז גרעסער ווי די צאָל עבֿרית־רעדער אין דער היים (47,000) און אַראַביש־רעדער (53,000). כּמעט 200,000 רעדן אין דער היים רוסיש. אַ פֿערטל פֿון דער שטאָט רעדט שפּאַניש, און נאָך אַ האַלב מיליאָן רעדן — כינעזיש. די אַנקעטע נעמט נאָר אַרײַן די שטאָט ניו־יאָרק; ווען מע וואָלט מצרף געווען די חסידים פֿון די פֿאָרשטעט, ווי נײַ־סקווער, קרית־יואל און מאָנסי, וואָלט די צאָל ייִדיש־רעדער אַוודאי שטאַרק געשטיגן.
מיט יאָרן צוריק האָט ד״ר שיקל פֿישמאַן פֿאָרויסגעזאָגט, אַז די צאָל ייִדיש־רעדער אין ניו־יאָרק וועט וואַקסן בעת דעם איצטיקן יאָרצענדליק, און די סטאַטיסטיק שטיצט זײַן השערה. יוני, הײַנטיקס יאָר, האָט די ניו־יאָרקער "ייִדישע פֿעדעראַציע" מפֿרסם געווען איר אַנקעטע, מיט די נײַעס, אַז די צאָל ייִדן אין ניו־יאָרק וואַקסט צוליב די גרויסע משפּחות פֿון דער פֿרומער וועלט, בפֿרט פֿון דער חסידישער. די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז געפֿאַלן אונטער איין מיליאָן אין 2002, אָבער האָט געציילט אַ ביסל איבער אַ מיליאָן ייִדן אין 2011.
די סטאַטיסטיק פֿון דער "פֿעדעראַציע"־אַנקעטע האָט אויך אַנטפּלעקט, אַז די ניו־יאָרקער ייִדישע קהילה ווערט פֿרימער, אָרעמער און מער רעכט־געשטימט, קודם־כּל צוליב דער מער צענטראַלער ראָלע וואָס די חרדישע ייִדן שפּילן הײַנט אין דער שטאָט. אַ שאָד נאָר, וואָס די "פֿעדעראַציע"־אַנקעטע האָט דעמאָלט נישט אויך אויסגעפֿרעגט, וואָסער שפּראַך מע רעדט אין דער היים, ווײַל, מע וואָלט אויסגעפֿונען וועגן דער ממשותדיקער צאָל ייִדיש־רעדערס.
מיר דערוואַרטן מיט אומגעדולד די ווײַטערדיקע אַנקעטעס און צענזוסן, וועלכע וועלן באַשטעטיקן די טענדענץ.


"דער האָביט" אויף ייִדיש

"אין אַ לאָך אין דער ערד האָט געוווינט 
אַ האָביט."
אַזוי הייבט זיך אָן בעריש גאָלדשטיינס ייִדישע איבערזעצונג פֿונעם קלאַסישן פֿאַנטאַזיע־ווערק פֿונעם בריטישן מחבר דזשיי ר. ר. טאָלקין (1892—1973). זײַן איבערזעצונג איז איצט, דעצעמבער 2012, דערשינען אין איין צײַט מיט דער פּרעמיערע פֿון דער האָליוווּד־באַאַרבעטונג פֿונעם זעלבן ווערק. דער רעזשיסאָר פּיטער דזשאַקסאָן, באַקאַנט פֿאַרן פֿילמען־ציקל "דער האַר פֿון די רינגען", האָט דעם "האָביט" פֿילמירט מיט דער נײַער דרײַ־דימענסיאָנעלער טעכנאָלאָגיע. "דער האָביט" איז דער ערשטער באַנד אין וועלכן טאָלקין האָט באַמאָלן די "מיטלוועלט", אַן אויסגעטראַכטע, וועלט, וווּ עס לעבן פֿאַרשיידענע פֿאַנטאַסטישע באַשעפֿענישן, צווישן זיי די האָביטס — כּמו־מענטשלעכע נידערוווּקסיקע באַשעפֿענישן.
דורות יונגע־לײַט האָבן געלייענט דעם "האָביט" זינט דאָס איז צום ערשטן מאָל געדרוקט געוואָרן אין 1937; "האָביט"־קלובן האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט. צום באַדויערן, וועלן בלויז די גאָר הייסע חסידים פֿון טאָלקינס ווערק הנאה האָבן פֿון גאָלדשטיינס איבערזעצונג, צוליב איר אומגעלומפּערטקייט. אָפֿט איז פּשוט שווער צו פֿאַרשטיין דעם זין פֿונעם איבערגעזעצטן.