- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אָסטראַכאָוויטש האָט נאָר וואָס אָנגעשריבן אַ ראָמאַן "די נאַכט פֿון די לעבעדיקע ייִדן". דער ראָמאַן, ווײַזט זיך אַרויס, איז דווקא אַ גוטער. אָבער פֿאַר וואָס האָט ער זוכה געווען מען זאָל אים דערמאָנען אויף די שפּאַלטן פֿון "פֿאָרווערטס"? ווײַל ער פֿאַרנעמט זיך מיט די ייִדן אין וואַרשע. וואַרשע, ווי באַקאַנט, איז געווען כּמעט האַלב ייִדיש פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. ס׳רובֿ ייִדן דאָ זענען אומגעקומען. דאָס הייסט, אַז אין וואַרשע האָבן מיר מער טויטע ווי לעבעדיקע ייִדן. די צוויי העלדן פֿונעם ראָמאַן "די נאַכט פֿון די לעבעדיקע ייִדן" זענען טאַקע צוויי טויטע; אַ ייִד און זײַן טאָכטער, וואָס זענען אומגעקומען בשעת דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, און זײַנען אַרויס פֿון די רויִנען, כּדי צו זען ווי וואַרשע האָט זיך איבערגעאַנדערשט אין די לעצטע יאָרן. דער טאָכטער פֿעלט אַ האַלב פּנים, אָבער זי איז דווקא אַ פֿריילעכע און וויל געניסן פֿון איר יונג לעבן, כאָטש נאָכן טויט. דער טאַטע און די טאָכטער ווילן, למשל, זען די נײַע, אַזוי גערופֿענע "מאָלס", אָדער די אײַנקויף־צענטערס, וואָס מען האָט לעצטנס געבויט אין דער שטאָט. דער נײַער קאַפּיטאַליזם געפֿעלט זיי. נאָך יאָרן זיך געפֿינען אין די חורבֿות עסן זיי אַ געשמאַקן טאָרט אין אַ נײַעם קאַפֿע, און בכלל דאָס נײַע פּוילן, וווּ קאָנסומעריזם זיגט איבער קאַטאָליציזם, געפֿעלט זיי. דער ראָמאַן איז אָנגעשריבן אינעם זשאַנער פֿון קולט־פֿילמען און איז נאָך אַ באַווײַז, אַז דער חורבן איז אַ טעמע פֿון כּל־המינים קינסטלערישע זשאַנערן.
אין מיזרח־פּוילן געפֿינען זיך די וואָקזאַלן אויסערהאַלב דער שטאָט, ווי דער שטייגער איז געווען אין רוסלאַנד. אין קאַטאָוויץ געפֿינט זיך דער וואָקזאַל אין מיטן שטאָט — אַזוי ווי דער שטייגער איז אין דײַטשלאַנד. די אַרומיקע גאַסן זעען אויס פּונקט ווי אין פֿראַנקפֿורט אָדער בערלין. אין קאַטאָוויץ איז פֿאַראַן אַ קליינע ייִדישע קהילה וואָס דערמאָנט מיט שטאָלץ, אַז טאַקע בײַ זיי, אין קאַטאָוויץ, האָבן זיך געטראָפֿן די ערשטע ציוניסטן. וולאָדזשימיעזש קאַץ, דער ראָש פֿון דער קהילה, ווײַזט די געסט דאָס הויז, וווּ אין יאָר 1884 האָבן די אַזוי גערופֿענע חובֿבֿי־ציון מיט לעאָן פּינסקער בראָש אָרגאַניזירט די קאַטאָוויצער קאָנפֿערענץ. קאַץ דערציילט אָבער וועגן פֿרישע צרות וואָס די ייִדישע קהילה האָט פֿון די נײַע אימיגראַנטן — די אַראַבער. אין די 1960ער יאָרן זענען געקומען די אַראַבישע סטודענטן זיך לערנען אין פּוילן. עטלעכע פֿון זיי האָבן חתונה געהאַט מיט פּוילישע פֿרויען און זענען געבליבן אין קאַטאָוויץ, ווי אין אַ סך אַנדערע פּוילישע שטעט. דער קאָמוניסטישער בלאָק איז געווען געשטימט פּראָ-אַראַביש, און די יונגע אַראַבישע סטודענטן האָבן באַקומען דאָ אַ שיינע פֿינאַנציעלע שטיצע. זייערע פּוילישע פֿרויען האָבן זיך איסלאַמיזירט, אָבער זיי האָבן געלעבט כּמעט גאַנץ נאָרמאַל; יעדנפֿאַלס, אויף דער גאַס האָבן זיי אויסגעזען נישט אַנדערש ווי די אַנדערע פּוילישע פֿרויען. אין די לעצטע יאָרן אָבער זענען געקומען קיין קאַטאָוויץ אין גאַנצן אַנדערע אַראַבער. קיינער ווייסט נישט וואָס זיי טוען. זיי זענען נישט קיין סטודענטן. זיי אַרבעטן נישט. אָבער עמעצער גיט זיי געלט. הראיה האָט איר — זיי האָבן פֿון וואָס צו לעבן. זיי דרייען זיך אַרום דעם אָרטיקן מעטשעט און טעראָריזירן די אַלטע קהילה. וואָס הייסט, די אַלטע קהילה? דאָס מיינט די אַראַבישיע אינזשענערן און דאָקטוירים, וואָס זענען געבליבן אין פּוילן נאָך פֿון די זעכציקער יאָרן. און ווי אַזוי טעראָריזירן זיי די אַלטע אימיגראַנטן? זיי פֿאָדערן, למשל, אַז זייערע פּוילישע פֿרויען זאָלן באַדעקן זייערע פּנימער, ווי סע פֿירט זיך אין סאַודיע. |