איגאָר אָסטראַכאָוויטש |
אָסטראַכאָוויטש האָט נאָר וואָס אָנגעשריבן אַ ראָמאַן "די נאַכט פֿון די לעבעדיקע ייִדן".
דער ראָמאַן, ווײַזט זיך אַרויס, איז דווקא אַ גוטער. אָבער פֿאַר וואָס האָט ער זוכה געווען מען זאָל אים דערמאָנען אויף די שפּאַלטן פֿון "פֿאָרווערטס"? ווײַל ער פֿאַרנעמט זיך מיט די ייִדן אין וואַרשע. וואַרשע, ווי באַקאַנט, איז געווען כּמעט האַלב ייִדיש פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. ס׳רובֿ ייִדן דאָ זענען אומגעקומען. דאָס הייסט, אַז אין וואַרשע האָבן מיר מער טויטע ווי לעבעדיקע ייִדן.
די צוויי העלדן פֿונעם ראָמאַן "די נאַכט פֿון די לעבעדיקע ייִדן" זענען טאַקע צוויי טויטע; אַ ייִד און זײַן טאָכטער, וואָס זענען אומגעקומען בשעת דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, און זײַנען אַרויס פֿון די רויִנען, כּדי צו זען ווי וואַרשע האָט זיך איבערגעאַנדערשט אין די לעצטע יאָרן. דער טאָכטער פֿעלט אַ האַלב פּנים, אָבער זי איז דווקא אַ פֿריילעכע און וויל געניסן פֿון איר יונג לעבן, כאָטש נאָכן טויט. דער טאַטע און די טאָכטער ווילן, למשל, זען די נײַע, אַזוי גערופֿענע "מאָלס", אָדער די אײַנקויף־צענטערס, וואָס מען האָט לעצטנס געבויט אין דער שטאָט. דער נײַער קאַפּיטאַליזם געפֿעלט זיי. נאָך יאָרן זיך געפֿינען אין די חורבֿות עסן זיי אַ געשמאַקן טאָרט אין אַ נײַעם קאַפֿע, און בכלל דאָס נײַע פּוילן, וווּ קאָנסומעריזם זיגט איבער קאַטאָליציזם, געפֿעלט זיי.
דער ראָמאַן איז אָנגעשריבן אינעם זשאַנער פֿון קולט־פֿילמען און איז נאָך אַ באַווײַז, אַז דער חורבן איז אַ טעמע פֿון כּל־המינים קינסטלערישע זשאַנערן.
די גאַסן פֿון וואַרשע, און ספּעציעל פֿון מוראַנאָוו, וווּ דער סיפּור־המעשׂה קומט פֿאָר, זענען טאַקע געבויט געוואָרן אויף טויזנטער ייִדישע ביינער, און ביזן הײַנטיקן טאָג פּאַסירט עס, אַז גאַנצע בנינים ווערן געשעדיקט פֿון דער ערד, וואָס פֿאַלט אונטער זייערע מענטשלעכע יסודות.
נישט נאָר ייִדן, אויך פּאָליאַקן זײַנען אומגעקומען בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. אָבער ווי דער מחבר זאָגט אַליין — די פּאָליאַקן האָט מען באַגראָבן אויף בכּבֿודיקע צווינטערס, עס זענען געבליבן משפּחות וואָס קומען צו זייערע קבֿרים, קרובֿים טראָגן נאָך אַלץ זייערע נעמען.
די טויטע ייִדן האָבן נישט קיין מנוחה, ווײַל מען האָט זיי נישט געבראַכט צו קבֿר־ישׂראל, קיינער זאָגט נישט קיין קדיש נאָך זיי, און זייערע פֿאַרשניטענע לעבנס בלײַבן הענגען צווישן דער וועלט און יענער וועלט.
ווער ווייסט, אפֿשר האָט אַנ-סקיס "דיבוק" — אַ פּיעסע, וואָס איז גוט באַקאַנט אין פּוילן — אפֿשר האָט די דאָזיקע פּיעסע, וואָס הייסט, אין דער אמתן "צווישן צוויי וועלטן", משפּיע געווען אויפֿן פּוילישן מחבר.
* * *
ווי איר זעט, זײַנען די פּאָליאַקן שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט אַלץ וואָס האָט אַ שײַכות צו ייִדן.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז דערעפֿנט געוואָרן אין וואַרשע "בראשית" — אַן אָפֿענער ייִדישער אוניווערסיטעט. "בראשית" ווערט געשטיצט פֿון "דזשוינט". דער אוניווערסיטעט איז אָפֿן פֿאַר אַלע — ייִדן און קריסטן, יונג און אַלט, מיט דיפּלאָמען און אָן דיפּלאָמען.
דער ווינטער־סעמעסטער הייבט זיך אָן אין פֿעברואַר און ענדיקט זיך אין יוני. אַזאַ סעמעסטער קאָסט גאַנצע 150 זלאָטעס, אַן ערך 50 דאָלאַר.
צווישן די לעקטאָרן דערקען איך פּראָפֿעסאָר סטאַניסלאַוו קראַיעווסקי, אַ פֿרומער ייִד, וואָס פֿאַרנעמט זיך סײַ מיט מאַטעמאַטיק און סײַ מיט ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע; פּראָפֿעסאָר עוואַ געלער, וואָס שרײַבט וועגן ייִדיש, און דאָקטאָר כעראַלדאָ בערטראַן, וואָס רעדט אַפֿילו ייִדיש, כאָטש ער איז אַ ספֿרדישער ייִד פֿון מעקסיקע און אַ ספּעציאַליסט פֿון לאַדינאָ, און אַ סך אַנדערע.
"בראשית" איז נישט דער איינציקער ייִדישער אוניווערסיטעט אין וואַרשע, אָבער וועגן אַנדערע ייִדישע לערן-אינסטיטוציעס פֿאַר דערוואַקסענע אין דער פּוילישער הויפּטשטאָט, וועלן מיר כאַפּן אַ שמועס אַ צווייט מאָל.