געזעלשאַפֿט

דער איינציקער קיניגלעכער פּאַלאַץ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן געפֿינט זיך אין האָנאָלולו און איז אויפֿגעבויט פֿונעם מלך קאַלאַקאַוואַ אין 1882. דער קיניג האָט דאָרטן אײַנגעפֿירט עלעקטריע צען יאָר פֿריִער ווי אין "ווײַסן הויז", וואַשינגטאָן.
דער איינציקער קיניגלעכער פּאַלאַץ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן געפֿינט זיך אין האָנאָלולו און איז אויפֿגעבויט פֿונעם מלך קאַלאַקאַוואַ אין 1882. דער קיניג האָט דאָרטן אײַנגעפֿירט עלעקטריע צען יאָר פֿריִער ווי אין "ווײַסן הויז", וואַשינגטאָן.
דעם 17טן דעצעמבער 2012, צו 88 יאָר, איז געשטאָרבן דער געוועזענער סענאַטאָר פֿון האַוואַיִ דאַניעל אינוּוויי, אַ גרויסער פֿרײַנד פֿון מדינת־ישׂראל. ווען האַוואַיִ איז געוואָרן דער 50סטער שטאַט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אין 1959, איז ער אויסגעוויילט געוואָרן צום קאָנגרעס, און דרײַ יאָר שפּעטער צום סענאַט, וווּ ער איז געבליבן ביז זײַן טויט: די צווייט־לענגסטע קאַדענץ אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע. זײַנע טאַטע־מאַמע האָבן אימיגרירט פֿון יאַפּאַן, און ווען די יאַפּאַנער האָבן אַטאַקירט פּערל־האַרבאָר אין 1941, האָט ער געוואָלט ווערן אַ סאָלדאַט, אָבער דאָס איז אים אָנגעקומען נישט אַזוי לײַכט צוליב דעם אַנטי־יאַפּאַנישן סענטימענט וואָס האָט דעמאָלט געהערשט אין אַמעריקע. נאָך דעם ווי ער האָט עס סוף־כּל־סוף אויסגעפּועלט, האָט ער פֿאַרדינט עטלעכע מעדאַלן פֿאַר זײַן העלדישקייט בעת די שלאַכטן אין אייראָפּע.
זײַן ביאָגראַפֿיע שפּיגלט אָפּ די קאָמפּליצירטע געשיכטע און געזעלשאַפֿט אין האַוואַיִ. בשעת מײַן וויזיט דאָרטן, אָנהייב דעצעמבער, האָב איך כּסדר געדאַרפֿט זיך פֿרעגן, צי איך געפֿין זיך טאַקע אין אַמעריקע? די האַוואַיער שפּראַך פֿאַרמאָגט בלויז 13 אותיות. ס׳רובֿ אײַנוווינער און טוריסטן שטאַמען פֿון די אַזיאַטישע לענדער — יאַפּאַן, כינע, וויעטנאַם און קאָרעע. יאַפּאַניש איז דאָרטן די צווייטע שפּראַך, אַזוי ווי שפּאַניש אין ניו־יאָרק. אָבער דער עיקרדיקער אונטערשייד מיט די אַנדערע שטאַטן איז אַוודאי די לאַנדשאַפֿט — אַלטע וווּלקאַנען אין מיטן פֿון די אינדזלען, אַרומגערינגלט פֿון גרויסע, לויטערע פּלאַזשען בײַם ים. דערצו איז דער געוויינטלעכער האַוואַיער אַ רויִקער טיפּ, אָבער אינעווייניק ברענט אַ שטילע שׂינאה צום ווײַסן אַמעריקאַנער פֿאָלק, וואָס האָט זיך אַרײַנגעריסן אין דעם גן־עדן מיט מער ווי אַ הונדערט יאָר צוריק.
דער מלך קאַמעמעהעמאַ דער ערשטער (1758—1819) האָט פֿאַראייניקט די אינדזלען פֿון האַוואַיִ
דער מלך קאַמעמעהעמאַ דער ערשטער (1758—1819) האָט פֿאַראייניקט די אינדזלען פֿון האַוואַיִ
אַזוי ווי בײַ אַלע קאָלאָניאַלע געשיכטעס, זענען די באַציִונגען צווישן דער קאָלאָניאַלער מאַכט און דער "אײַנגענומענער" מאַכט פֿול מיט סתּירות. אין מעקסיקע, למשל, באַמערקט מען דאָס אויף די גאַסן — איין בולוואַר וועט הייסן נאָך אַ מעקסיקאַנער רעוואָלוציאָנערן העלד, ווי זאַפּאַטאַ, און באַלד די צווייטע גאַס — קען הייסן נאָך אַ פּרעזידענט וואָס האָט מיט גוואַלד אָפּגעשטעלט זאַפּאַטאַס אויפֿשטאַנד. אויפֿן האַוואַיִ־אינדזל אָוואַהו ליגט באַגראָבן אויפֿן זעלבן צווינטער סײַ אַ האַוואַיער מלך און סײַ דער אַמעריקאַנער "מלך" פֿון אַנאַנאַסן — דזשיימס דאָל; אַ געשעפֿטסמאַן, וואָס האָט געמאַכט אַ סוף צום האַוואַיער מלכות און אָנגעהויבן דעם פּראָצעס פֿון פֿאַרוואַנדלען די אינדזלען אין אַן אַמעריקאַנער טעריטאָריע.
כאָטש די "עכטע" האַוואַיער שטעלן מיט זיך פֿאָר נאָר אַ קליינעם פּראָצענט פֿונעם שטאַט (אינעם 19טן יאָרהונדערט איז דרײַ־פֿערטל פֿון דער אײַנגעבוירענער באַפֿעלקערונג אומגעקומען צוליב די קרענק וואָס די פֿרעמדע אייראָפּעער און אַמעריקאַנער האָבן אַרײַנגעבראַכט) שטאָלצירן די האַוואַיער מיט זייערע טראַדיציעס און פֿאָלקלאָר, צווישן זיי די שפּראַך, דאָס הולאַ־טאַנצן, און דאָס יוקאָליילי־שפּילן.
ווי אין אַ סך אַנדערע לענדער געפֿינען זיך אין האַוואַיִ פֿאַרשיידענע "אונטערקולטורן" אין דער גרעסערער אַלגעמיינער קולטור. מיר האָבן געדונגען אַ צימער אויף דרײַ נעכט אויף דער צפֿון־זײַט פֿון אינדזל, באַקאַנט פֿאַר די גרויסע כוואַליעס, וועלכע ציִען אַהער צו די אינדלער (surfer) פֿון דער גאַנצער וועלט.
 שליסלקייטלעך מיט די  ענגלישע נעמען און די האַוואַיִער שפּראַך־עקוויוואַלענטן. די האַוואַיִער שפּראַך פֿאַרמאָגט בלויז 13 קלאַנגען.
שליסלקייטלעך מיט די ענגלישע נעמען און די האַוואַיִער שפּראַך־עקוויוואַלענטן. די האַוואַיִער שפּראַך פֿאַרמאָגט בלויז 13 קלאַנגען.
פּונקט אין יענע טעג איז פֿאָרגעקומען די וועלט־מײַסטערשאַפֿט פֿון די אינדלער, און יונגע־לײַט פֿון בראַזיל, אויסטראַליע און ישׂראל זענען געווען אונדזער געזעלשאַפֿט. אין דער פֿרי איז מען געפֿאָרן צום ים אויף ביציקלעטן מיט אַן אינדלברעט אונטערן אָרעם זיך פֿאַרמעסטן קעגן די ריזיקע כוואַליעס. אויף אַן אַנדער פּלאַזשע, וווּ אַ שטאַרקער ווינט האָט געווייעט, האָבן צענדליקער יונגע־לײַט געשוווּמען אויף ברעטלעך מיט אַ זעגל צוגעטשעפּעט — ווינט־אינדלען הייסט דאָס.
אַ ביסל האַוואַיער פֿאָלקלאָר, וואָס געפֿינט זיך אינעם "פּערל־האַרבאָר"־מוזיי אַנטפּלעקט פֿאַר אונדז אַ וויכטיקן שטריך פֿון דער אָרטיקער געזעלשאַפֿט: די מאַמע פֿון אַ האַוואַיער סאָלדאַט האָט געשטריקט אַ גאַרטל פֿאַר איר זון, און געבעטן יעדן אין איר דאָרף צושטריקן איין קניפּל, אַ נאָט אינעם גאַרטל וואָס ער האָט געטראָגן בעת דער מלחמה. אַ טויזנט נאָטן האָט זי געזאַמלט, און סימבאָליש, האָט דאָס גאַנצע שטעטל געהאַלטן אַן אויג אויף איר זון אין דער צײַט פֿון סכּנה — און ער האָט איבערגעלעבט. צי קען מען אַזאַ טראַדיציע נאָך ערגעץ געפֿינען אין אַמעריקע?