- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"יאָלקעס" — טענענביימער צי עפּעס פֿון אַזאַ מין ביימער, אָפֿט מאָל קינסטלעכע — וואָס מע שטעלט אויף נײַיאָר, בלײַבן אַן אָנגעווייטיקטע פֿראַגע פֿאַר ייִדן אין אַ סך לענדער, ישׂראל בתוכם. אין איצטיקן יאָרהונדערט, מיטן אָנקומען פֿון הונדערטער טויזנטער געוועזענע סאָוועטישע בירגער, זײַנען די "יאָלקעס" געוואָרן אָנזעעוודיק אין ישׂראלדיקע שטעט. בעת אין נצרת-עלית האָט דער מייאָר ניט דערלויבט הײַיאָר צו שטעלן אַזאַ ניט-ייִדישן סימבאָל, איז אין חיפֿה אויפֿגעבויט געוואָרן אַ הויכע קינסטלעכע "יאָלקע", געמאַכט פֿון עטלעכע טויזנט פּלאַסטישע פֿלעשער. מיט זיבעציק יאָר צוריק האָט וועגן דעם ענין "יאָלקע" געשריבן איינער פֿון די בעסטע "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסטן — צבֿיון (1874–1954). זײַן אמתער נאָמען איז געווען בן-ציון האָפֿמאַן, אַ קורלענדישער ייִד, וואָס איז געווען אַקטיוו אין דעם "בונד", זיך געלערנט אין עטלעכע אוניווערסיטעטן, זײַן דאָקטאָר-טיטל באַקומען אין דער שווייץ. צבֿיונס ערשטע אַרקטיקלען האָבן זיך באַוויזן אין דער העברעיִשער צײַטונג "המליץ", אין 1895, אָבער זינט 1901 האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַר דער ייִדישער פּרעסע, אַרײַנגערעכנט דעם "פֿאָרווערטס". זינט 1915 איז ער געוואָרן אַ מיטאַרבעטער פֿון דער צײַטונג. אין משך פֿון יאָרצענדליקער האָט דער לייענער זיך געקוויקט מיט זײַן קאָלומנע "ייִדישע אינטערעסן". דעם 3טן יאַנואַר 1942 האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אויף דער פֿראַגע פֿון "יאָלקעס", ווײַל ער האָט געהאַט באקומען אַ פּאָר בריוו פֿון לייענער, און: ווען די אינטערנעץ האָט ערשט אָנגעהויבן זיך צו פֿאַרשפּרייטן, האָבן די חסידים, וואָס האָבן עס געניצט, זיך אָפֿט פֿאַרענטפֿערט, אַז זיי טוען עס בלויז צוליב דער אַרבעט, און סײַ־ווי־סײַ, האָבן זיי באַקומען אַ היתּר אויף דעם. הײַנט געפֿינען זיך אָבער אַ צאָל זײַטן אויף דער אינטערנעץ — סײַ בלאָגס, סײַ דורך "פֿייסבוק" — וואָס זענען געגרינדעט געוואָרן דורך חסידים אָדער געוועזענע חסידים, וווּ די "היימישע" פֿילן זיך פֿרײַ צו שמועסן וועגן פֿאַרשידענע ענינים, און אָפֿט מאָל, מיט הומאָר. איינע פֿון די זײַטן, וואָס געפֿינט זיך אויף דער סאָציאַלער נעץ "פֿייסבוק", הייסט "חסידיש ייִדיש", און איז ממש אַן אוצר פֿאַר די ליבהאָבער פֿונעם הײַנטיקן גערעדטן ייִדיש. די גרינדערין פֿון "חסידיש ייִדיש" הייסט פֿרידע, אַ 26־יאָריקע פֿרוי, וואָס שטאַמט פֿון אַ סאַטמערער משפּחה. ווי זי שרײַבט אין איר אַרײַנפֿיר צו דער זײַט, וויל זי מאַכן אַ רשימה פֿון "די חסידישע ווערטער, וואָס זענען נישט קיין טייל פֿון ייִוו״אָ־ייִדיש". כּדי אויסצומײַדן די גרויסע צאָל ענגלישע ווערטער, וואָס ווערן הײַנט באַניצט אין דער גערעדטער חסידישער שפּראַך, באַגרענעצט זי די רשימה בלויז מיט יענע ווערטער, וואָס חסידים ניצן אויך אין די געדרוקטע טעקסטן, ווײַל אין די ביכער און צײַטונגען געפֿינען זיך אַ סך ווייניקער ענגלישע ווערטער. דער "פֿאָרווערטס" האָט שוין אַ סך מאָל געלויבט די הײַנטיקע חסידישע קהילות אין אַמעריקע און אַנדערע לענדער פֿאַר דעם, וואָס זיי שטיצן די ייִדישע שפּראַך און שאַפֿן דערפֿאָלגרײַכע, גיך־וואַקסנדיקע ייִדיש־רעדנדיקע ייִשובֿים. הגם די חסידים באַציִען זיך מיט אַ חשד צו דער וועלטלעכער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור, האָבן זיי אַנטוויקלט אַן אייגענע נעץ פֿון ייִדישע צײַטונגען און פֿאַרלאַגן, וועלכע פֿאַרעפֿנטלעכן כּסדר פּאָפּולערע ביכער, אוידיאָ־קאָמפּאַקטלעך און אַנדערע מאַטעריאַלן אויף ייִדיש. די חסידים פֿאַרדינען טאַקע אַ גרויסן יישר־כּוח פֿאַר זייער געטרײַשאַפֿט צו דער אויטענטישער אַשכּנזישער קולטור און פֿאַר זייער גרויסער ראָלע אין דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דער לעבעדיקער ייִדישער שפּראַך. נישט אַלע ייִדישע אויסגאַבעס, וואָס קומען אַרויס פֿון די שטרענג־חרדישע סבֿיבֿות, פֿאַרדינען אָבער אַ לויב־געזאַנג; עס טרעפֿן זיך אויך, צום באַדויערן, אַזעלכע ביכער, וואָס זייער אינהאַלט קאָן אַרויסרופֿן ממש אַן איבל בײַ אַ פּראָגרעסיוו־געשטימטן מענטש, און וואָס מע קאָן זיי פֿאַרגלײַכן, אָן אַ גוזמא, צו די עקלדיקע ראַסיסטישע בלעטלעך פֿונעם "קו־קלוקס־קלאַן". עפּעס איז אין רוסלאַנד געשען בעת און נאָך די וואַלן, דעם 4טן דעצעמבער. די לאַגע האָט זיך געביטן אַזוי שטאַרק, אַז די מלוכה איז ממש פֿאַרציטערט געוואָרן. וולאַדימיר פּוטין האָט זיך אויף אַזוי פֿיל איבערגעשראָקן, אַז פֿון זײַן מויל איז אַרויס גאָר אַ נאַרישקייט — ער האָט באַשולדיקט הילאַרי קלינטאָן אין אונטערהעצן די אָפּאָזיציאָנעלע כּוחות אין לאַנד, אין שיקן זיי אַ סיגנאַל (ווי אויך געלט), אַז זיי זאָלן אָנהייבן די פּראָטעסטן. ער און זײַנע עצה-געבערס האָבן ניט פֿאַרשטאַנען, אַז דערמיט זײַנען באַליידיקט געוואָרן מיליאָנען רוסישע בירגער, בפֿרט די וואָס באַקומען אינפֿאָרמאַציע ניט פֿון דער מלוכה-קאָנטראָלירטער טעלעוויזיע, נאָר פֿון אינטערנעץ. דער דאָזיקער עולם, יעדנפֿאַלס אַ טייל פֿון אים, האָט די גאַנצע שפּיל מיטן אומקערן פּוטינען די פּרעזידענטישע שטעלע אויפֿגענומען ווי אַ שפּײַ אין פּנים. מע פֿילט, אַז פֿון זיי האָט מען זיך פּשוט אויסגעלאַכט: געשטעלט אַ מענטש און אים אָנגערופֿן מיטן נאָמען "פּרעזידענט", נאָר כּדי צו מאַכן אַן אָנשטעל פֿון אָפּשײַ פֿאַר דעמאָקראַטיע — לויט דער קאָנסטיטוציע האָט פּוטין ניט געטאָרט בלײַבן, אָן אַן איבעררײַס, אויף אַ דריטן טערמין. בינו-לבינו, האָבן אייניקע מענטשן אַפֿילו גענומען שטיצן דמיטרי מעדוועדיעוון, ווי אַ שטיקל אַלטערנאַטיוו לגבי דער לגמרי קאָרומפּירטער סיסטעם, וואָס איז אַסאָציִיִרט געוואָרן מיט פּוטינען און דער רעגירנדיקער פּאַרטיי "דאָס געאייניקטע רוסלאַנד". אַ 26־יאָריקע פֿרוי, וואָס מע האָט געצוווּנגען זי חתונה צו האָבן מיטן אָפּגעשטאַנענעם און גײַסטיק קראַנקן אייניקל פֿון אַ חסידישן רבין, און שפּעטער, ווען זי האָט אים אָפּגעגט, האָט מען זי גענייט אויפֿצוגעבן אירע צוויי יונגע קינדער, קעמפֿט איצט אין געריכט זיי צוריקצובאַקומען. איר אַקציע איז אַ זעלטענע זאַך אין דער חסידישער וועלט, וווּ ס׳רובֿ מענטשן זענען נישט גרייט זיך אַנטקעגנצושטעלן די רביים און זייערע משפּחות, וועלכע האַלטן אָפֿט מאָל אַ שטרענגן קאָנטראָל איבער דער קהילה. די יונגע מאַמע, רבֿקה מירמלשטיין (אַלע נעמען אין דעם אַרטיקל זענען פֿאַרשטעלטע), וועלכע האָט זיך געגט פֿון איר מאַן, דבֿ־בער ווײַס, אין סעפּטעמבער, טענהט, אַז ווען זי האָט אונטערגעשריבן די לעגאַלע דאָקומענטן, האָט קיינער נישט — אַפֿילו נישט די אַדוואָקאַטין, וואָס די קהילה האָט איר צוגעשטעלט — געגעבן רבֿקהן צו פֿאַרשטיין, אַז די דאָקומענטן וואָס זי שרײַבט אונטער, נעמען אויך אַרײַן אַ פּונקט, אַז זי גיט אויף דעם אויפֿזיכט פֿון אירע קינדער צו דבֿ־בערס עלטערן, שמואל און גיטל ווײַס. שמואל ווײַס איז דער באַשטימטער יורש און פֿאַרטרעטער פֿונעם אַלטן רבין, ר׳ גדליה ווײַס — אַ לאַנג־יאָריקער אַלמן, וועלכער איז שוין לאַנג עובֿר־בטל. אין אונדזער "פֿאָרווערטס" (נאָוועמבער 25 — דעצעמבער 1, 2011) איז דערשינען אויף דער פֿאָדערשטער זײַט אַ בילד, וואָס שילדערט די אַרכעאָלאָגישע אַנטדעקונג אין ירושלים בײַם כּותל־המערבֿי, פֿון צוויי בראָנדזענע מטבעות, וואָס אַרכעאָלאָגן האָבן לעצטנס געפֿונען אין אַן אוראַלטער מיקווה. עס גייט ניט פֿאַרבײַ אַ וואָך, אַ חודש אָדער אַ לענגערע צײַט, אַז אַרכעאָלאָגן זאָלן נישט געפֿינען אין זייערע אָנגייענדיקע אויסגראָבונגען פֿאַרשיידענע אַלטערטימלעכקייטן, וואָס ליגן טיף באַגראָבן אין און אַרום דעם הר־הבית אין ירושלים. יעדעס געפֿינס, ווי קליין עס זאָל ניט זײַן, און פֿון וועלכן מאַטעריאַל עס זאָל ניט באַשטיין, איז אַ וויכטיקער היסטאָרישער באַווײַז, אַן עדות פֿון אונדזער אַלטערטימלעכער געשיכטע פֿון טויזנטער יאָרן צוריק. ישׂראל איז רײַך מיט איבערבלײַבענישן פֿון דעם ווײַטן אַמאָל, סײַ אונטער ערד, סײַ אין יעדן באַרג און טאָל איבערן גאַנצן לאַנד. וווּ מען זאָל זיך ניט קערן און וווּ מען זאָל ניט גיין און שטיין, טרעטסטו אויף אַ היסטאָרישן איבערבלײַב, קענסטו באַגעגענען אַרכעאָלאָגישע גרופּעס, פֿון פֿאַרשיידענע וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס, סײַ פֿון לאַנד און סײַ פֿון לערן־אַנשטאַלטן אין אויסלאַנד, וועלכע זוכן און אַנטדעקן פֿאַרשיידענע איבערבלײַבענישן פֿון דער ווײַטער און נאָענטער פֿאַרגאַנגענהייט, פֿון ארץ־ישׂראל, פֿון כּנען אָן. פֿון אירע אומוואַנדלונגען במשך טויזנטער יאָרן, וווּ עס זענען אַנטשטאַנען מאָנאָטעיִסטישע רעליגיעס פֿון דער וועלט. עס זעט אויס, אַז בשעת די שטורעמדיקע כוואַליע פֿון סאָציאַלע פּראָטעסטן אין ישׂראל איז לעת-עתּה אָפּגעשוואַכט געוואָרן, ווערן די פּראָטעסטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן וואָס מער פֿאַרשטאַרקט. דער לעצטער פּרוּוו צו עוואַקויִרן די פּראָטעסטאַנטן פֿון זוקאָטי־פּאַרק, דערמאָנט די זעלבע שׁיטות וואָס דער תּל-אָבֿיבֿער שטאָטראָט האָט געהאַט באַנוצט, עוואַקויִרנדיק די פֿאַרשידענע געצעלט-שטעטלעך אין תּל-אָבֿיבֿ — אינמיטן דער נאַכט, כּלומרש צוליב "היגיענישע פּראָבלעמען". אין ביידע לענדער האָבן די דעמאָנסטראַנטן געפֿונען פֿאַר זייערע הויפּט־לאָזונגען געלונגענע מאָטאָס: "מיר זענען די 99%!" — אין אַמעריקע, און "דאָס פֿאָלק פֿאָדערט סאָציאַלע גערעכטיקייט!" — אין ישׂראל. און ביידע באַוועגונגען האָבן זיך גענייטיקט אין אייגענע העלדן. אין ישׂראל האָבן די ראָל, צום מערסטנס, געשפּילט יונגע פֿרויען, ווי דפֿני ליף און אַנדערע; און וואָס שייך די אַמעריקאַנער ייִדן, שפּילט איצט אַזאַ ראָל דניאל זאַרעצקי, וואָס האָט אָנגעהויבן מיט "אָקופּירט ייִדישקייט!", ווי אַ מיטל צו מאָביליזירן די אַמעריקאַנער ייִדן אין דער אַלגעמיינער "אָקופּאַציע"־באַוועגונג. אָט דער דניאל האָט זיך דעם 10טן נאָוועמבער אין דער "רמת-אורה" שיל אין מאַנהעטן באַטייליקט אין אַ דיאַלאָג מיט הרבֿ אַהרון לייבאָוויטש פֿון ישׂראל וועגן די פּראָטעסטן אין ביידע לענדער און וועגן דעם ייִדישן קוקווינקל, וואָס שייך סאָציאַלער גערעכטיקייט אין אַלגעמיין. די מענטשן, וועגן וועלכע עס גייט דאָ די רייד, האָב איך געזען איין מאָל אין מײַן לעבן. באָריס בערעזאָווסקי איז מיט אַ יאָר צען צוריק געקומען קיין אָקספֿאָרד און גערעדט דאָרטן פֿאַר אַ גרויסן עולם וועגן ... איך ווייס שוין ניט וועגן וואָס. מיר האָט זיך נאָר פֿאַרגעדענקט דער אַלגעמיינער אײַנדרוק, וואָס ער האָט אויף מיר דעמאָלט געמאַכט: אַ גוואַלדיק ניט קיין סימפּאַטישער פּאַרשוין. און דאָס, וואָס ער האָט גערעדט, האָט אויך מיך קליגער ניט געמאַכט. פֿאַרקערט, מיך האָט די גאַנצע צײַט ניט פֿאַרלאָזט דאָס געפֿיל, אַז ער וויל אונדז אָפּכיטרעווען. אַ באַליידיקטער איז בערעזאָווסקי געווען, און האָט פֿון דעם קיין סוד ניט געמאַכט. איין קלייניקייט — דער מענטש האָט געהאַלטן אין זײַנע הענט די גאַנצע רוסישע מלוכה; האָט אַרויסגערוקט וולאַדימיר פּוטינען, אָבער יענער האָט אים שיין אָפּגעדאַנקט: אַרויסגעטריבן פֿון לאַנד, אים געמאַכט פֿאַר אַ פּליט אין ענגלאַנד. ווען וולאַדימיר פּוטין איז אַרײַן אין די פֿעדערן, האָט ער זיך באַפֿרײַט פֿון דער מאַכט פֿון די "אָליגאַרכן", דאָס הייסט, פֿון די מענטשן וועלכע האָבן, ווי בערעזאָווסקי, פֿאַרכאַפּט אי געלט, אי פּאָליטיק. אין פּוטינס רוסלאַנד איז פֿאַרבליבן אַן אָרט פֿאַר ביליאָנערן, אָבער ניט פֿאַר "אָליגאַרכן". מיטן לאַנד קאָמאַנדעוועט איצט די ביוראָקראַטיע. שטעלט אײַך פֿאָר, אַז אַ חבֿרה־מאַן וואָס הייסט הערמאַן קעין האָט אַ באַדערפֿעניש, נישט מיר נישט דיר, צוצושטעלן זיך צום ווײַסן שטול אין ווײַסן הויז און דווקא ווערן דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל, און פֿאַרוואָס נישט? אַיעדער בשׂר־ודם קען זיך אײַנרעדן אַ קינד אין בויך, נאָך דערצו אַז מ׳האָט דאָ צו טאָן מיט אַ "פּיצאַ־מאַגנאַט." האָט זיך הערמאַן קעינען דווקא פֿאַרגלוסט זיך צוצושטעלן צום פּאַראַד פֿון די קאָנסערוואַטיווע רעפּובליקאַנער־קאַנדידאַטן, וואָס איינער לײַדט פֿון אַ חלאַת וואָס הייסט מאָרמאָניזם, אַ צווייטער לײַדט פֿון האָרמאָניזם, אַ דריטער פֿון באַפּטיזם, און אַ פֿערטע איז גאָר אַ מאַנספּאַרשוינטע, און זי לײַדט פֿון אַלגאָריזם. ס׳רעשט לײַדן אַלע פֿון סתּם רײַסן זיך אַרויפֿצודראַפּען אויפֿן גאָלדענעם לייטער און דערלאַנגען דאָס טעלערל פֿון הימל. איז וואָס מוטשעט מען דעם עולם־גולם? מ׳דאַרף דאָך פֿאָרט אויסקלײַבן אַן אייבערדעקל־קאָמיסאַר, וואָס וועט קענען האַנדלען מיט אוזבעקי־בעקי און מיט קוטשיבאַמבאַ־באַמבאַ, מיט איראַקי־דאַקי און מיט קוקאַמאַנגאַ־מאַנגאַ. געלט איז בײַ קיינעם נישט קיין מניעה, די טעלעוויזיע־אַפּאַראַטן קנאַקן, די קאַמערעס קנאַקן און ווער געניסט דעם אויבנאָן? נישט קיין אַנדערער ווי "דזשאַן וויין," דער אַמאָליקער העלד פֿון עקראַנען, און אונדזער הערמאַן קעין. אויסגעסטרויעט אין אַ קאָוובויסקן הוט, אַן אָנצוג מיט זײַדענע מאַנזשעטן, ממש אַ קאַוואַליר צום האָבן, נעמט ער און הייבט אָן רודערן מיט די וויאָסלעס: די וואָך האָט דאָס אַמעריקאַנער העכסטע געריכט אָנגעהויבן באַטראַכטן דעם ענין פֿון צוויי אַמעריקאַנער ייִדישע עלטערן, וועלכע טענהן, אַז זייער ירושלים־געבוירן ייִנגעלע האָט אַ רעכט, אַז אין זײַן אַמעריקאַנער פּאַספּאָרט זאָל שטיין אָנגעוויזן דאָס לאַנד פֿון זײַן געבוירן ווערן. מענטשן וואָס זענען געבוירן געוואָרן אין ירושלים זענען די איינציקע אויף דער וועלט, וואָס בײַ זייערע אַמעריקאַנער פּאַספּאָרטן שטייט נישט אָנגעשריבן זייער היימלאַנד. בײַ אַ געבוירענעם אין פּאַריז שטייט פֿראַנקרײַך; בײַ אַ געבוירענעם אין תּל־אָבֿיבֿ — ישׂראל. אָבער בײַ אַ ירושלים־געבוירענעם שטייט בלויז ירושלים. הגם ישׂראל באַצייכנט ירושלים ווי איר אייביקע און אומצעטיילעוודיקע קרוינשטאָט, האַלטן כּמעט אַלע לענדער אויף דער וועלט, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זייערע אַמבאַסאַדעס אין תּל־אָבֿיבֿ. אין 2002 האָט דאָס פּאָרפֿאָלק, נעמי און אַרי זיוואָטאָפֿסקי, געהאַט אַ ייִנגעלע, מנחם, אינעם "שערי־צדק שפּיטאָל" אין מערבֿ־ירושלים און געבעטן, אַז אין מנחמס אַמעריקאַנער פּאַספּאָרט און אַנדערע דאָקומענטן, זאָל שטיין, אַז זײַן געבוירן־אָרט איז ירושלים, ישׂראל. די אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַטישע אינסטאַנצן האָבן אָבער געענטפֿערט, אַז לויט די תּקנות פֿונעם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, מעגן זיי בלויז שרײַבן "ירושלים" ווי זײַן געבוירן־אָרט, ווײַל די פֿאַראייניקטע שטאַטן אָנערקענט נישט קיין לאַנד, וואָס זאָל האָבן די השגחה איבער ירושלים. ווי אַ פּועל־יוצא האָט דאָס פּאָרפֿאָלק אָנגעקלאָגט די סעקרעטאַרין פֿונעם מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, הילאַרי ראָדהאַם קלינטאָן. אין דעם "פֿאָרווערטס" פֿון 28 אָקטאָבער — 3 נאָוועמבער 2011 — ווערט אויפֿן סמך פֿון דער ייִט"אַ און NBC באַריכטעט, אַז דער ניו־יאָרקער טראַנספּאָרט־דעפּאַרטאַמענט האָט געדראָט אָפּצושאַפֿן זײַן קאָנטראַקט מיט אַן אויטאָבוס־פֿירמע, וואָס צווינגט די פֿרויען צו זיצן אינעם הינטערשטן טייל פֿונעם אויטאָבוס, הינטער די מענער, אין אַ דירעקטער סתּירה מיט איר אָפּמאַך מיט דער שטאָט־אַדמיניסטראַציע לויט וועלכן דער "אָפֿיציעל גוט־געהייסענער טראַנספּאָרט, טאָר ניט דיסקרימינירן קיין פּאַסאַזשירן; אַז די אויטאָבוס־פֿירמע טאָר ניט מאַכן קיין אויסנאַמען, וואָס שייך דעם ענין פֿון סעגרעגאַציע, באַגרינדעט אויף רעליגיעזע סיבות". ..."אויב אין די אויטאָבוסן וועט מען ווײַטער צעטיילן מענער פֿון פֿרויען, וועט דער דעפּאַרטאַמענט מעגלעך אָפּשאַפֿן דעם קאָנטראַקט". אין דער פּראָמינענטער וועלט־צײַטונג ״New York Times״ ווערט דערציילט, אַז "אין די אויטאָבוסן הענגען נאָטיצן, וואָס הייסן די פֿרויען־פּאַסאַזשירקעס צו באַצאָלן דעם שאָפֿער פֿון פֿאָרנט, און דערנאָך אַרײַנקומען דורך דער הינטערשטער טיר, ווען דער אויטאָבוס איז פֿול־געפּאַקט און ס׳איז שווער דורכצוגיין אינעם פֿרויען־טייל פֿון אינעווייניק..." שוין אַ היפּש ביסל צײַט וווין איך אין צוויי וועלטן: אין ענגלאַנד און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין ביידע לענדער רעדט מען ענלעכע שפּראַכן — איין מין ענגליש און אַן אַנדער מין ענגליש. אויף די לינגוויסטישע אונטערשיידן האָב איך כּמעט אין גאַנצן אויפֿגעהערט צו רעאַגירן. עפּעס אַזוינס איז דאָך געווען אויך אין מײַנע קינדער־יאָרן, ווײַל אַ טייל פֿון אונדזער משפּחה, ס׳רובֿ אַ ליטווישע, האָט גערעדט אַן אוקראַיִנישן ייִדיש. אפֿשר צוליב דעם טאַקע בין איך גאָר ניט פּוריסטיש געשטימט. פֿאַרקערט, איך האַלט אַז אַן איבערגעטריבענער פּוריזם מאַכט די שפּראַך אָרעם. אָבער ניט דאָס בין איך אויסן. עס זײַנען דאָ, פֿון דעסטוועגן, אַ סך אונטערשיידן צווישן מײַנע צוויי וועלטן, וואָס איך באַמערק און בלײַב ניט גלײַכגילטיק צו זיי. קודם-כּל, מאַכט מיך משוגע די וואַל-קאַמפּאַניע. ביז די וואַלן גופֿא איז נאָך אַ יאָר, אָבער די וואַל-קאַמפּאַניע גייט שוין אָן. נאָך מער: מיר דאַכט זיך, אַז זי פֿאַרענדיקט זיך בכלל ניט. עס שעפּט זיך אויס אַן עפּיזאָד, און עס הייבט זיך אָן גלײַך אַ נײַער. ס׳איז גענוג מיר אײַנצושליסן דעם "סי-ען-ען" צי נאָך עפּעס אַזוינס, ווי אויף מיר שיטן זיך אַרגומענטן פֿאַר דעם צד און קעגן דעם צווייטן צד. מענטשן האָבן אַ מלאָכה אַזאַ — אַ גוט באַצאָלטע, אַ פּנים — וואָס מיינט צו רעדן טאָג-אײַן, טאָג-אויס וועגן די קאַנדידאַטן און זייערע שאַנסן צו געווינען אָדער פֿאַרשפּילן. מע האַלטן אין איין ברײַען: ריטש פּערי אַהין, מיט ראָמני אַהער. די וואַלן זעען אויס ווי אַ מין ספּאָרט, און אַרום דעם ספּאָרט האָדעווען זיך מענטשן, וואָס קאָמענטירן דעם אָדער יענעם מאַטש, צי ער האָט זיך באַקומען אַ געלונגענער. ווי אין ספּאָרט, האָט די שפּיל נאָר צוויי קאָמאַנדעס אָדער פּאַרטייען, מישטיינס געזאָגט, ניט מער. |