- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נישט אָפֿט טרעפֿט מען הײַנט אַקאַדעמיקער, אויף וועלכע מע איז גרייט צו שטיין און וואַרטן אין דרויסן, אַפֿילו פֿיר שעה כּדי צו האָבן דעם זכות צו הערן זייער אויפֿטריט. דער MIT־פּראָפֿעסאָר פֿון לינגוויסטיק, נועם כאָמסקי, וואָס איז שוין איבער אַכציק יאָר אַלט, געהערט דווקא צו דער דאָזיקער קאַטעגאָריע פֿון "אַקאַדעמישע מפֿורסמים". נישט ווינציק מענטשן, בפֿרט די לינק־געשטימטע, אָבער נישט בלויז זיי, זענען דורשטיק נאָך יעדן וואָרט זײַנעם. אַזוי איז אויך געשען, ווען כאָמסקי האָט דעם 17טן אָקטאָבער געהאַלטן אַ רעדע אין באַרנאַרד קאָלעדזש אונטערן טיטל: "אַמעריקע און ישׂראל-פּאַלעסטינע: מלחמה און שלום". ווי אַ באַוווּסטער שאַרפֿער קריטיקער — אי פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק, אי פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק, קען מען זיך גרינג פֿאָרשטעלן, אַז יעדע רעדע זײַנע רופֿט אויך אַרויס קעגנזײַטיקע פּראָטעסטן מצד פֿאַרשידענע גרופּעס. אַזוי אַז, כּדי "צו באַלאַנסירן" כאָמסקיס אויפֿטריט, האָט דער אָרטיקער "הלל" פֿאַרבעטן דעם אַדוואָקאַט און האַרוואַרד־פּראָפֿעסאָר פֿון יוריספּרודענץ אַלען דערשאָוויץ צו האַלטן זײַן רעדע מיט אַ טאָג פֿריִער. מען מעג פֿירן אַ וויכּוח לגבי דער נייטיקייט פֿון אַזאַ מין טריט, אָבער די טווּנג אַליין איז גאַנץ לעגיטים און מע דאַרף דאָס אַפֿילו נישט דערמאָנען. וואָס איז, לחלוטין, נישט-כּשר איז דער פֿאַקט, אַז אין מײַ 2010 האָט ישׂראל נישט אַרײַנגעלאָזט כאָמסקין צו באַזוכן דעם מערבֿ-ברעג (דורך יאָרדאַניע) און צו האַלטן אַ רעדע אין ראַמאַלאַ. מיט צוויי יאָר צוריק, האָט דזשיימס סקאָט, אַ פּראָמינענטער פּראָפֿעסאָר פֿון פּאָליטישער וויסנשאַפֿט בײַם יעיל־אוניווערסיטעט, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גאָר אינטערעסאַנט בוך מיטן נאָמען "די קונסט פֿון נישט האָבן קיין רעגירונג: אַן אַנאַרכיסטישע געשיכטע פֿונעם באַרג־ראַיאָן אין דער דרום־מיזרחדיקער אַזיע". דער מחבר דערציילט וועגן דעם סאָציאַלן שטייגער, וואָס הערשט אינעם גרויסן באַרג־מאַסיוו, וועלכער נעמט אַרום דעם צפֿונדיקן טייל פֿון אינדיע, כינע, וויעטנאַם, טײַלאַנד און קאַמבאָדיע, אַ גרויסן טייל פֿון לאַאָס, דעם שטאַט שאַן אין בירמע און געוויסע שטחים אין אַפֿגאַניסטאַן, פּאַקיסטאַן און טיבעט. דער דאָזיקער ראַיאָן איז באַקאַנט מיטן נאָמען זאָמיע. איר וועט נישט געפֿינען אַזאַ לאַנד אויף די פּאָליטישע מאַפּעס פֿון דער וועלט; אַדרבה, די אײַנוווינער פֿון זאָמיע אָנערקענען נישט קיין אָפֿיציעלע גרענעצן. זיי וואַרפֿן אָפּ סיסטעמאַטיש די אָפֿיציעלע מאַכט־אינסטיטוציעס, אַרײַנגערעכנט די שטײַערן, צאָל־אַמט און אַרמיי־פּריזיוו. סקאָט באַטאָנט, אַז דער דאָזיקער ראַיאָן פֿירט זיך שוין במשך פֿון הונדערטער יאָר ווי אַ מין אַנאַרכיסטיש לאַנד; די אָרטיקע באַפֿעלקערונג זאָגט זיך כּסדר אָפּ פֿון דער הײַנטצײַטיקער ציוויליזאַציע, כּדי אָפּצוהיטן זייער פֿרײַהייט און אומאָפּהענגיקייט.
קודם־כּל, באַדויערן מיר, וואָס אונדזער רעדאַקציע און די לייענערשאַפֿט מוז מסכּים זײַן מיט לודענס באַשלוס צו פּעניסיאָנירן זיך פֿונעם "פֿאָרווערטס". יצחק לודען איז נישט סתּם אַ זשורנאַליסט, נאָר אַ גאַנצע תּקופֿה פֿון ייִדישער זשורנאַליסטיק — מיט אַן אייגענער מיינונג, פֿליסיקער פּען און אַ פּינקטלעך־טרעפֿיק וואָרט.
די געשעענישן אין ליביע האָבן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן. איצט, ווען דעם דיקטאַטאָר האָט מען סוף-כּל-סוף געהרגעט און זײַן טויטער גוף איז אַרויסגעשטעלט געוואָרן — ווי אין אַ פֿילם וועגן פֿאַר-מאָדערנע צײַטן — אויף חוזק צו מאַכן (און ווי אַ באַווײַז, אַז ער איז טאַקע טויט), האָט מען דאגות וועגן דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג אין לאַנד. עפּעס גלייבט זיך ניט, אַז דאָרטן איז מען שוין גרייט אָנצוהייבן די תּקופֿה פֿון דעמאָקראַטיע. מיר ווייסן דאָך, אַז דעמאָקראַטיע פֿאָדערט טראַדיציעס און אינסטיטוציעס פֿון ציווילער געזעלשאַפֿט, וואָס זײַנען, לחלוטין, ניטאָ אין אַזאַ מדינה ווי ליביע. בכלל, אין אַ געזעלשאַפֿט, וואָס איז צוגעוווינט געוואָרן צו אויטאָריטאַרישע פֿאָרמען פֿון רעגירן, קען אַן איבערגאַנג צו דעמאָקראַטיע געדויערן זייער לאַנג. גיט נאָר אַ קוק, למשל, ווי דער זעלבער קאַדאַפֿי איז געווען, און בלײַבט, פּאָפּולער בײַ די רוסן, און ווי זיי, די זעלביקע רוסן, האָבן פֿײַנט אַלץ, וואָס עס שמעקט מיט מערבֿדיקער דעמאָקראַטיע. פּראָ-קאַדאַפֿי-שטימונגען דאָמינירן אין דער הויפּטשטראָמיקער (דאָס הייסט, פּראָ-פּוטינישע) מעדיאַ. טאָמער די רייד גייט וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישע מוזעען, איז שווער צו געפֿינען אַ קלענערן מומחה ווי אַני-הקטן. דאָך פֿאַרשטיי איך, פֿון דעסטוועגן, אַז אַ זאַך איז עס אַ נײַע. דעם ערשטן, באַשיידענעם פּרוּוו צו שאַפֿן אַ ייִדישן מוזיי האָט מען, אַ פּנים, געמאַכט אין ווין, אין יאָר 1896. אין דער רוסישער אימפּעריע, האָט די באַרימטע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציע פֿון ש. אַנ־סקי געגעבן אַ רײַכע סחורה פֿאַר אַ מוזיי-אויסשטעלונג, געעפֿנט אין אַפּריל 1914. צווישן די נאָוואַטאָרישע אונטערנעמונגען קען מען דערמאָנען אויך דעם מלוכישן מוזיי פֿון ייִדישער קולטור, וואָס האָט געטראָגן דעם נאָמען פֿון מענדעלע מוכר-ספֿרים. געעפֿנט איז ער געוואָרן אין אָדעס אין יאָר 1927, צום צענטן יאָרצײַט נאָך דעם שרײַבערס פּטירה. אין די מיט-1930ער יאָרן האָט מען זיך אַרומגעטראָגן מיט אַ פּלאַן אַריבערצופֿירן די דאָזיקע אינסטיטוציע קיין ביראָבידזשאַן. אָבער פֿון דעם אײַנפֿאַל איז גאָרנישט ניט אַרויס און דער מוזיי האָט עקזיסטירט אין אָדעס ביז 1941. בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה זײַנען פֿאַרפֿאַלן געוואָרן ס׳רובֿ מאַטעריאַלן פֿון זײַן ביבליאָטעק, אַרכיוו און אויסשטעלונגען. אַ חוץ אָפּהיטן, ווײַזן און לערנען, האָבן מוזעען אויך די פֿונקציע פֿון פֿאַרסך-הכּלען — אַזוי און אַזוי, הייסט עס, איז עס געווען אַ מאָל. און דער סך-הכּל איז, בדרך-כּלל, אַן אידעאָלאָגישער. איך רעד דאָ ניט וועגן ריין-טוריסטישע עקספּאָזיציעס, וואָס קענען זײַן אין גאַנצן פֿרײַ פֿון אַ וועלכער עס זאָל ניט זײַן אידעאָלאָגיע (סײַדן מיר פֿאַררעכענען קאָמערץ פֿאַר אידעאָלאָגיע) און שטעלט מיט זיך פֿאָר פּשוט עפּעס אַ מין טאַנדעט פֿון דער מוזיי-קונסט. ימים-נוראָים און אַנדערע טעג אין לוח, וואָס זײַנען וויכטיק פֿאַר אַ ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, שפּילן אין מײַן לעבן נאָר אַ ריין פֿונקציאָנעלע ראָלע. למשל, איך האָב עס אין זינען בײַם פּלאַנירן מײַנע קלאַסן, ווײַל איך האָב דרך-ארץ פֿאַר רעליגיעזע געפֿילן פֿון מײַנע סטודענטן. מיט אַזאַ דרך-ארץ בין איך אויסגעוואַקסן, אין איין דירה מיטן זיידן, וואָס איז געווען פֿרום ביז גאָר, און מיט די עלטערן, וועלכע זײַנען געווען קולטורעלע ייִדן (כאָטש זיי האָבן זיך אַזוי ניט גערופֿן). ייִדישע יום-טובֿים זײַנען געווען אַ טייל פֿון אונדזער לעבן, אָבער מיר האָבן זיי געפּראַוועט וועלטלעך — מיט מצה אויף פּסח, אָבער ברויט האָט מען ניט אויפֿגעהערט צו קויפֿן און עסן. אין די יאָרן, ווען איך בין געווען אַ "רעפֿוזניק" אין מאָסקווע, האָב איך זיך ניט איין מאָל באַטייליקט אין "ריכטיקן" פּראַווען ייִדישע יום-טובֿים. בדרך-כּלל, האָבן עס געטאָן מענטשן, וועלכע זײַנען אַליין געווען אין גאַנצן וועלטלעך, אָבער געהאַלטן, אַז אַזוי האָט געדאַרפֿט זיך אויפֿפֿירן אַ "ריכטיקער" ייִד, וואָס איז שוין געווען מיט איין פֿוס אין ניט-קאָמוניסטישן אויסלאַנד. אייניקע זײַנען בהדרגה געוואָרן באמת פֿרום, צי לכל-הפּחות — פֿרומעוואַטע; בײַ אַנדערע זײַנען די ריטואַלן אַרײַן אין זייער וועלטלעכן לעבן. איך בין פֿאַרבליבן אָן אַ זײַט — ניט אַהין און ניט אַהער. איך געפֿין פֿאַר זיך גענוג ייִדישקייט אין קולטור, געשיכטע. און כ’האָב דרך-ארץ צו אַנדערע מינים ייִדישקייט, אָבער נאָר צו אַזעלכע מינים, און אַזעלכע יחידים, וועלכע פֿאַרלירן ניט די טאָלעראַנץ צו אַנדערשקייט. לעצטנס, האָב איך זיך ווידער דערוווּסט, אַז מע האָט אויך הײַיאָר באַצייכנט דזשאָנס־האָפּקינס אין באַלטימאָר, מערילענד (מײַן אַרבעטפּלאַץ) פֿאַר דעם בעסטן שפּיטאָל אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דאָס באַטרעפֿט שוין דאָס 21סטע יאָר נאָכאַנאַנד וואָס מע האָט דערלאַנגט דעם שפּיטאָל אַזאַ כּבֿוד, וואָס כאַפּט אַרום רייטינגס אין 16 ספּעציאַליטעטן. אַוודאי, וועל איך שטאָלצירן מיט אַזאַ כּבֿוד, ווײַל דעם שפּיטאָלס גליק איז מײַן גליק אויך. שטעלט זיך אָבער די פֿראַגע — וואָס מיינט דאָס טאַקע? וואָס לאָזט אונדז הערן אַזאַ באַצייכענונג, אַז אַזאַ אַנשטאַלט איז דער "בעסטער שפּיטאָל"? אָנהייבן דאַרף מען פֿונעם זשורנאַל. די צײַטשריפֿט הייסט "יו-עס ניוס", און אין יאָר "איקס" האָט מען דאָרט אָנגעהויבן אויספֿרעגן דאָקטוירים איבערן לאַנד, וועלכע שפּיטעלער זײַנען כּלומרשט די "בעסטע." מע האָט ניט געבעטן בײַ די אויסגעפֿרעגטע, און ניט אָנגעווענדט אין זייער רייטינג, קיין אָביעקטיווע כּללים פֿאַר דער קוואַליטעט פֿון שפּיטעלער. דער אָנגעזאָגטער דראָענדיקער סעפּטעמבער מיט זײַנע שוואַרצע נבֿואות האָט זיך הײַנטיקע וואָך — צווישן ראָש־השנה און יום־כּיפּור — פֿאַרענדיקט און... "עס איז גאָרנישט געשען", כאָטש פֿאָרגעקומען איז אין דעם חודש זייער אַ סך. דער זיכערהייטלעכער "צונאַמי", וועלכן דער אויסערן-מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן האָט "צוגעזאָגט" אויף די ימים־נוראָים, איז אַדורך בשלום, כאָטש דער שלום האָט זיך ווידער דערווײַטערט אויף אַ היפּשן מהלך. די פּאָליציי אין ישׂראל האָט מאָביליזירט איר גאַנצן פּאָטענציאַל (אַרום צוואַנציק טויזנט פּאָליציסטן) צו זײַן גרייט אויף יעדער עווענטואַליטעט, און אויף יעדן מעגלעכן פּרוּוו פֿון די אויפֿגערעגטע פּאַלעסטינער צו פֿאַרשטערן דעם ייִדישן אַרײַנטריט אין דעם נײַעם יאָר תּשע"ב. די ייִדן, יעדער איינער אויף זײַן שטייגער, האָבן פֿרידלעך און אָן דאגות געפּראַוועט דעם יום־טובֿ — ווער אין די שילן, ווער אויף די סעודות אין זייערע היימען, און ווער אין די פול־געפּאַקטע האָטעלן אויף דער נאַטור, פּיקניקס אין די גערטנער און וועלדלעך; און אַרום 200 טויזנט — אין פּענסיאָנאַטן, אויף די אויספֿלוגן אין אויסלאַנד. אויב עס האָט ווער פֿאַרשטערט די רו און די אידיליע פֿון די "פֿאָרכטיקע טעג", זײַנען דאָס געווען גראָד די ייִדישע גאָטפֿאָרכטיקע פֿאַנאַטיקער, וואָס האָבן פּרובירט אָנצינדן אַ נאַציאָנאַלע שׂרפֿה, פֿאַרברענענדיק אַ מעטשעט אין דעם בעדויִנישן דאָרף זאַגאַריִאַ, נישט ווײַט פֿון דער שטאָט צפֿת אין גליל. די מוסולמענישע הייליקע שריפֿטן און דער קאַרפּעט אויפֿן דיל זײַנען געוואָרן פֿאַרברענט, די ווענט אינעווייניק פֿאַרטשאַדעט און פֿון דרויסן באַשמירט מיט ראַסיסטישע לאָזונגען, מיט דער חתימה "תַּג מחיר", וואָס מיינט דער פּרײַז־עטיקעט פֿון דער נקמה. די כוליגאַנען האָבן עס באַשטימט פֿאַר יעדן פֿײַנטלעכן אַקט, נישט בלויז מצד די פּאַלעסטינער טעראָריסטן, נאָר אויך מצד די מאַכט־אָרגאַנען פֿון דער מדינה. צו די לעצטע פֿײַנטלעכע אַקטן אין דער לענגסטער תּקופֿה פֿון פֿאַרהעלטנישמעסיקער רו געהערן דער מאָרד פֿון דער משפּחה פֿאָגעל דעם 11טן מערץ 2011 אין דעם ייִשובֿ איתמר נעבן שכם, און דאָס אָפּרוימען, אויפֿן באַפֿעל פֿונעם העכסטן געריכט, דרײַ אויפֿגעבויטע הײַזער אין דעם אומגעזעצלעכן פֿאָרפּאָסטן מגרון. הײַיאָר, דעם 22סטן יוני, איז געוואָרן 70 יאָר זינט דעם אָנהייב פֿון דער סאָוועטיש-דײַטשישער — דער גרעסטער און בלוטיקסטער — פֿאַזע אין דער צווייטער וועלט-מלחמה. ערבֿ דעם דאָזיקן יוביליי האָט מען אין רוסלאַנד דורכגעפֿירט אַן אויספֿרעג. דער ציל איז געווען אויסצוקלאָרן, ווי אַזוי די רוסן באַציִען זיך הײַנט-צו-טאָג צו אַנדערע נאַציעס, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אין דער מלחמה. דער סך-הכּל איז געווען אַזאַ: מער פֿון אַלעמען האָבן די רוסן פֿײַנט ניט די דײַטשן, נאָר דווקא די פּאָליאַקן און, אַ ביסל ווייניקער, די אַמעריקאַנער. וואָס שייך די דײַטשן, פֿאַרנעמען זיי דאָס פֿערטע אָרט. צו זיי איז די באַציִונג אַן ערך אַזאַ ווי צו די ענגלענדער. מיט וואָס זשע האָבן זיך אַזוי פֿאַרזינדיקט די פּאָליאַקן, מיט וועלכע מע האָט צום לעצטן מאָל געהאַט אַ מלחמה מיט נײַנציק יאָר צוריק, און בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה איז מען אַפֿילו געווען שותּפֿים אין דעם קאַמף קעגן היטלערן? דער ענטפֿער איז אַ קאָמפּליצירטער, בפֿרט נאָך אַז צווישן די פּאָליאַקן האָט רוסלאַנד אויך אַ שלעכטן שם. רוסיש-פּוילישע באַציִונגען האָבן זייער אַ לאַנגע געשיכטע, אין וועלכער עפּיזאָדן פֿון פֿרײַנדשאַפֿט שפּילן יאָ אַ ראָלע, אָבער עס דאָמינירן פֿון דעסטוועגן קאָנפֿליקטן, ביטערע און בלוטיקע בתוכם. אַפֿילו אין דער תּקופֿה, ווען קאָמוניסטן האָבן אָנגעפֿירט מיט פּוילן, האָט קיין גרויסע ליבע ניט געברענט צווישן ביידע צדדים. פּוילן איז פֿאַרבליבן אַ שווערער קאָמפּאַניאָן, וואָס האָט פֿון צײַט צו צײַט געפֿירט אַן אייגענע פּאָליטיק. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען, אַ שטייגער, אַז אין פּוילן זײַנען ס׳רובֿ פּויערים פֿאַרבליבן אינדיווידועלע פֿאַרמערס, מע האָט זיי ניט "קאָלעקטיוויזירט" אין קאָלכאָזן, און אַז די קאַטוילישע רעליגיע האָט ניט אויפֿגעהערט צו זײַן אַ ממשותדיקער טייל פֿונעם פּוילישן לעבן. ווען די פֿאַרוואַלטונג־מיטגלידער פֿון דער "ביאַליסטאָקער היים" — אַן אָנגעזעענער מושבֿ־זקנים אין ניו־יאָרק — האָבן דעם זומער געמאָלדן, אַז די 80־יאָריקע אינסטיטוציע וועט זיך שליסן אין אָקטאָבער, האָבן זיי זיך מסתּמא נישט געריכט אויף די פּראָטעסטן, וואָס דאָס וועט אַרויסרופֿן. די פֿאַרוואַלטונג זאָגט, אַז זי האָט נישט געהאַט קיין ברירה, ווײַל דער צענטער פֿאַרלירט יעדעס יאָר 3 מיליאָן דאָלאַר, צוליב די הויכע הוצאָות פֿון אויפֿהאַלטן דעם בנין און די פֿאַרקלענערטע צוריקצאָלונגען פֿון "מעדיקייד". אָבער אַ צאָל אַקטיוויסטן טענהן, אַז דער באַשלוס פֿון דער פֿאַרוואַלטונג צו פֿאַרקויפֿן דעם שכנותדיקן בנין פֿאַראַיאָרן רופֿט אַרויס חשד וועגן די אמתע כּוונות פֿון דער פֿאַרוואַלטונג, און בפֿרט וועגן איר פֿאָרזיצער, אײַראַ מייסטער, וואָס, זיי טענהן, האָט אָפּגעלעקט אַ ביינדל דערפֿון. נישט געקוקט אויף די פּראָטעסטן און דער אומצופֿרידנקייט בײַ אַ טייל פֿון די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, און ווילנער ייִדן בפֿרט, איז דער געפּלאַנטער אָוונט בײַם ניו־יאָרקער ייִוואָ — "די ווילנער געטאָ־איבערלעבונג" — לזכּרון די ייִדן פֿון דער ווילנער געטאָ, דורכגעגאַנגען בשלום. ס׳רובֿ אינעם עולם זענען געווען צופֿרידן מיט דער אונטערנעמונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 22סטן סעפּטעמבער. די פּראָטעסטן האָבן זיך קאָנצענטרירט אַרום דעם באַשלוס צו פֿאַרבעטן דעם ליטווישן אויסערן־מיניסטער. צום סוף, איז דער מיניסטער, אַודראָניוס אַזשובאַליס, נישט געקומען בײַ צײַטנס און דער ליטווישער קאָנסול אין אַמעריקע האָט געלייענט דעם מיניסטערס קורצע רעדע. עס זעט אויס, אַז דער מיניסטער איז געווען אויף אַ קבלת־פּנים און וועטשערע מיט הילאַרי קלינטאָן, און האָט זיך נישט געקענט באַפֿרײַען. ער האָט זיך שטילערהייט אַרײַנגערוקט אין מיטן דער פּראָגראַם, אָבער האָט זיך אין איר נישט באַטייליקט. דער שטרויספֿויגל האָט צוגעטראַכט אַ געניאַלע סטראַטעגיע פֿאַר זײַן זעלבסט־פֿאַרטיידיקונג קעגן אַלע מעגלעכע געפֿאַרן: ער פֿאַרשטעקט דעם קאָפּ אין אַ גריבל, כּדי נישט צו זען דעם אָנקומענדיקן, לאָמיר זאָגן, שׂונא, און אַז ער וועט דעם שׂונא נישט זען, איז אַ סימן, אַז אים, דעם קלוגן פֿויגל, דראָט נישט קיין געפֿאַר. ווײַל וואָס מען זעט נישט, עקזיסטירט נישט. דערויף דאַרף מען נישט זײַן נישט קיין פֿילאָסאָף און נישט קיין שטרויספֿויגל... און, פֿון דער אַנדערער זײַט ווידער, טראַכט אויך דער קאָפּ פֿון דעם שטרויס, זײַענדיק אײַנגעגראָבן אין זײַן "זיכערהייטלעכער" באַהעלטעניש: אויב איך זע נישט דעם שׂונא, זעט דאָך דער שׂונא מיך נישט, בין איך אַזוי אַרום צוויי מאָל פֿאַרזיכערט! אַבדאַלאַ דער צווייטער, דער קעניג פֿון יאָרדאַניע, דער דירעקטער וואַנט־צו־וואַנט־שכן לענג־אויס דער לענגסטער גרענעץ מיט ישׂראל, איז אַזוי ווי זײַן פֿאָטער כוסיין און ווי זײַן זיידע אַבדאַלאַ דער ערשטער, אין דעם מאָמענט דער איינציקער פֿרײַנד און אינטערעסן־פֿאַרבינדעטער אין דעם עלעקטריזירטן ראַיאָן, נאָך דעם ווי עגיפּטן און טערקײַ האָבן זיך אָנגעשלאָסן צו אונדזערע שׂונאים. אויך ער האָט די טעג אין זײַנע אויפֿטריטן דערקלערט, אַז די מנהיגים פֿון ישׂראל פֿירן זיך אויף ווי דער שטרויספֿויגל און באַהאַלטן זייער קאָפּ אין זאַמד. |