געזעלשאַפֿט
פֿון אַ. זאַכאַרענקאָוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַלעקסאַנדער סאָלזשעניצין

"די בעסטע טובֿה װאָס אונדזערע רוסישע חבֿרים װאָלטן געקענט אונדז מאַכן, איז ניט אַרױסזאָגן זיך װעגן אונדז".
װלאַדימיר זשאַבאָטינסקי

"דאָס איז אַ בוך ניט װעגן דעם װי די רוסן און די ייִדן האָבן געלעבט אין אײנעם אין משך פֿון 200 יאָר, דאָ װערט דערצײלט װי זײ האָבן געלעבט באַזונדער אױף אײן שטח".
יעװגעני סאַטאַנאָװסקי, ייִדישער טוער אין רוסלאַנד


אַלעקסאַנדער סאָלזשעניצין, אײנער פֿון די גרעסטע קעמפֿער מיטן סאָװעטישן רעזשים, האָט זיך אין די לעצטע יאָרן אָנגעהױבן צו פֿאַרנעמען מיט אַן אַנדער גורלדיקער, װי ער גלײבט, פּראָבלעם — די סיבות װאָס האָבן דערפֿירט צו דער אַנטשטײוּנג פֿון אָט דעם רעזשים. אין דעם בוך "200 יאָר אין אײנעם" טרעט ער אַרױס — לויט זײַן מיינונג — װי אַ היסטאָריקער, און קומט צום אױספֿיר, אַז אין אַ גרױסער מאָס זײַנען אין דעם שולדיק די ייִדן. זײַן אױספֿיר אַרגומענטירט ער מיט פֿילצאָליקע אױספֿירלעכע "היסטאָרישע מאַטעריאַלן", װעלכע ער שעפּט אָן פֿולע זשמעניעס אין די שריפֿטן פֿון אַנדערע באַקאַנטע אַנטיסעמיטן, באַשרײַבנדיק די 200־יאָריקע "באַציִונגען" צװישן דעם רוסישן פֿאָלק און די ייִדן אױף דעם ריזיקן שטח פֿון דער רוסישער אימפּעריע און שפּעטער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.

געזעלשאַפֿט
פֿון מישע כאַזין און יוסף לאַכמאַן (באָסטאָן)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
וולאַדימיר באָיאַרינצעווס בוך ״אַנטי־אײַנשטיין״

ניט לאַנג צוריק איז בײַ אונדז אין באָסטאָן געשען אַזאַ צופֿאַל. אַן אינטעליגענטע פֿרוי, מיט אַ גוטן שם, האָט באַשלאָסן צו באָרגן אין דער שטאָט־ביבליאָטעק אַ בוך — און אים ניט אומקערן... אַפֿילו זי זאָל דאַרפֿן באַצאָלן פֿאַר אים אַ דרײַפֿאַכן שטראָף. אָנגענומען אַזאַ באַשלוס האָט די פֿרוי ניט דערפֿאַר, וואָס דאָס בוך האָט זי באַצויבערט מיט זײַנע אויסערגעוויינטלעכע מעלות. גראָד פֿאַרקערט. פֿאַר וואָס זשע האָט זי עס געטאָן?

ווי אַלע מאָל, ווען זי באַזוכט די ביבליאָטעק, האָט די לייענערין זיך אָפּגעשטעלט בײַ דער פּאָליצע מיט נײַע ביכער אויף רוסיש און אָנגעהויבן בלעטערן איינס נאָך אַ צווייטן.

געזעלשאַפֿט, קהילה־לעבן
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די ייִדישע זינגערין שוראַ ליפּאָווסקי פֿירט אָן מיט אַ וואַרשטאַט בײַם סעמינאַר.

ווי אין ס׳רובֿ לענדער, וואָס גרייטן זיך צו די וואַלן, האָט די שוועדישע רעגירונג, לעצטנס, אָנגעהויבן דרוקן אין דער פּרעסע אַ צאָל אַנאָנסן, וואָס מוטיקן אירע בירגער צו שטימען.

אַנדערש איז אָבער, אַז די בולעטינען גיבן די לייענער צו וויסן דעם וועב־אַדרעס, וווּ מע קען באַקומען די שטים־אינסטרוקציעס אויך אויף ייִדיש, נישט געקוקט אויף דעם וואָס דער פּראָצענט ייִדיש־רעדער איז שוועדן איז זייער קליין. צווישן די 9 מיליאָן מענטשן וואָס וווינען הײַנט אין שוועדן, זענען בלויז 18,000 פֿון זיי ייִדן; און פֿון זיי, אויב מע נעמט אַרײַן די וואָס קענען די שפּראַך פֿליסיק, ווי אויך די וואָס קענען די שפּראַך פּאַסיוו, דערגייט די צאָל ייִדיש־קענער ביז בערך 4,000.

געזעלשאַפֿט

פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק, לכּבֿוד דעם אַמעריקאַנער "אַרבעטער־טאָג", האָט פּרעזידענט בוש פֿאַרטיידיקט זײַנע שטײַערשניטן, ווי דאָס בעסטע מיטל צו העלפֿן די אַמעריקאַנער אַרבעטער. "מיר דאַרפֿן אײַנפֿירן די שטײַערשניטן ווי אַ פּערמאַנענטע זאַך," האָט בוש באַמערקט. "כ׳האָב ליב צו זען ווי מענטשן פֿאַרדינען, און קענען אַרײַנלייגן מער געלט אין קעשענע, אַ דאַנק די שטײַערשניטן."