- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עס איז ניט קיין סוד, אַז די ייִדישע ליטעראַטן, וועלכע שרײַבן אויף ייִדיש און די, וואָס שרײַבן בלע״ז "הויזן" צווישן זיך ניט איבעריקס גוט. יעקבֿ גלאַטשטיין האָט באַשריבן דעם חילוק צווישן "אונדז" און "זיי" קורץ און שאַרף׃ "מיר מוזן זיי געדענקען; זיי אונדז — נישט". לויט דער ייִדישיסטישער לאָגיק, איז וואָס ווײַטער פֿון ייִדיש (צומאָל איז מען כּולל העברעיִש אויך), אַלץ ווײַטער פֿון ייִדישקייט. דזשוליאַן לעווינסאָן הייבט אָן זײַן שטודיע פֿון דער אַמעריקאַניש־ייִדישער קולטור מיט דער קריטיק פֿון דעם באַגריף פֿון עצם־ייִדישקייט אין דער ייִדישער קולטור. די דאַטע פֿון דעם 9טן נאָוועמבער 1938 איז טיף אײַנגעקריצט אין דעם זכּרון פֿון ייִדישן פֿאָלק. דער אויסבראָך פֿון די בלוטיקע פּאָגראָמען אויף די ייִדן אין דײַטשלאַנד איז באַקאַנט ווי די "קרישטאָלנאַכט", צוליב די מאַסן שפּליטערס פֿון צעבראָכענע וויטרינעס פֿון די פֿענצטער פֿון די געשעפֿטן, און פֿון די זשיראַנדאָלן און קאַנדעלאַבערס פֿון בתּי־כּנסת, וואָס האָבן באַדעקט אין יענער נאַכט די גאַסן און געסלעך פֿון די ייִדישע קהילות אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך, דער באַקאַנטער שרײַבער, געזעלשאַפֿטלעכער טוער, געווינער פֿונעם נאָבעל־פּרײַז פֿאַר שלום אלי וויזעל איז ממשיך אויך ווײַטער, נישט געקוקט אויף זײַן עלטער, צו פֿירן זײַן פּעדאַגאָגישע און וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעט אינעם באָסטאָנער אוניווערסיטעט, ווי אַ פּראָפֿעסאָר פֿון עטיק און רעליגיע. דווקא דאָרט, אין דעם חשובֿן אַקאַדעמישן לערן־אַנשטאַלט, איז פֿאָרגעקומען די דרײַטאָגיקע וויסנשאַפֿטלעכע קאָנפֿערענץ לכּבֿוד דעם 80־יאָריקן יוביליי פֿון אלי וויזעל. דער איצטיקער עקאָנאָמישער קריזיס קען אַרײַנטראָגן היפּשע ענדערונגען אויך אין דער פּאָליטישער אַטמאָספֿער פֿון דער געוועזענער אייראָפּעיִשער קאָמוניסטישער וועלט, און קיינער ווייסט ניט, וואָס פֿון דעם אַלץ וועט זיך באַקומען. רוסלאַנד בלײַבט אַ מעכטיקער פֿאַקטאָר אין דער גאַנצער מעשׂה. ניט געקוקט אויפֿן פֿאַרלירן לעצטנס צענדליקער ביליאָנען דאָלאַרן בײַ די פֿאַלנדיקע פּרײַזן פֿון נאַפֿט און אויף דעם פֿינאַנציעלן קריזיס גופֿא, זיצט נאָך אַלץ מעדוועדיעוו-פּוטינס רעזשים אויף ריזיקע געלט-זאַפּאַסן, אַקומולירטע אין די גוטע יאָרן. אין אַ געוויסן זין, האָב איך לעצטנס ניט שלעכט אָפּגעשניטן. די רייד גייט וועגן דעם, אַז מיר האָבן מיט עטלעכע חדשים צוריק געקויפֿט אַ נײַ הויז און האָבן, צוליב דעם, געמוזט אויסרייניקן אַלע אונדזערע זאַפּאַסן, סײַ אין מזומן, סײַ אין פֿינאַנציעלע פֿאָנדן. לעבן מיר איצט ניט אין עגמת־נפֿש צוליב די קאָנטעס אין דער באַנק און וועגן די אַקציעס. דערצו האָט מען אַנומלטן גענידעריקט דעם פּראָצענט אויף דער הלוואה — צאָלן מיר ווייניקער. הקיצור, געהער איך, אַ פּנים, צו דער קאַטעגאָריע לײַט, וואָס לייענען וועגן די פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען, אָבער פֿילן זיי ניט. אין אויגוסט איז מיר אויסגעקומען צו פֿאַרברענגען אַ פּאָר וואָכן אין בערלין. כ'בין געקומען אַהין נאָך אַ פֿינף-יאָריקן איבעררײַס, און איך מוז זאָגן, אַז די שטאָט איז מיר נאָך מער געפֿעלן געוואָרן. ס'איז אַ ריזיקער כּרך, וווּ עס בלײַבט אַ היפּש ביסל פּראָווינציעלער רויִקייט, מע ווערט ניט דאָרטן אַזוי אויסגעמאַטערט ווי, אַ שטייגער, אין ניו-יאָרק, מאָסקווע צי לאָנדאָן. דערצו האָב איך ליב צו לייענען דײַטשישע צײַטונגען — מע פֿילט זייער אָפֿט אַ הויכן ניוואָ פֿון זשורנאַליזם און אַ דרך-ארץ פֿאַרן אינטעלעקטועלן ניוואָ פֿונעם לייענער. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך זיך אינטערעסירט מיט אַ ייִדישן שרײַבער, וועגן וועלכן מיר האָט זיך אײַנגעגעבן צו געפֿינען זייער ווייניק אינפֿאָרמאַציע. אין עפּעס אַ מאָמענט האָב איך זיך דערפֿרייט, ווען אין אינטערנעץ איז אויסגעשוווּמען דער נאָמען פֿונעם שרײַבערס זון, אַן אַמעריקאַנער קינסטלער. אָבער קיין סך נחת האָט מיר דער קאָנטאַקט ניט געבראַכט — דער שרײַבער האָט זיך געגט מיטן קינסטלערס מוטער, ווען יענער איז נאָך געווען אַ קליין קינד, אַזוי אַז קיין צוגאָב-אינפֿאָרמאַציע האָב איך ניט באַקומען. ווי אַ קינד, האָב איך יעדע וואָך באַקומען 50 סענט פֿון טאַטע־מאַמען. איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס געלט האָב איך נישט געטאָרט פּטרן אויף צוקערלעך אָדער שפּילעכלעך, נאָר באַהאַלטן עס אין מײַן "שפּאָרבאַנק". בײַ 12 יאָר האָב איך געעפֿנט מײַן ערשטע באַנקקאָנטע, וווּ דאָס קניפּל האָט געזאַמלט פּראָצענט אויך. — אינעם מאָסקווער עראָפּאָרט "שערעמעטיעוואָ" האָט זיך צעבראָכן דער באַגאַזש-טראַנספּאָרטער, דערפֿאַר האָב איך פֿאַרשפּעטיקט אויף מײַן צווייטן פֿלי, פֿון מאָסקווע קיין סאַנקט-פּעטערבורג. ענדלעך, אין אַ שעה אַרום, זענען געקומען דרײַ אַרבעטער, און האָבן באַקוקט דעם מעכאַניזם. איינער פֿון זיי האָט זיך צוגעמאָסטן, און געגעבן אַ זעץ מיטן שטיוול; דער טראַנספּאָרטער האָט אַ קרעכץ געטאָן, און אָנגעהויבן זיך דרייען. דאָס דערצייל איך מײַן עראָפּלאַן-שכנה, פֿליִענדיק פֿון ניו־יאָרק קיין פּאַריז; לויטן סטערעאָטיפּ פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג אין אַמעריקע, ווערט יעדער דור אַלץ מער אַסימילירט פֿונעם פֿריִערדיקן, אַלץ מער אָפּגעזונדערט פֿון די ייִדישע טראַדיציעס. אַ נײַע אַנקעטע פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג ווײַזט אָבער, אַז צווישן אירע אַקטיווסטע מיטגלידער, קומט עס דווקא פֿאָר פֿאַרקערט: דער ייִנגערער דור איז מער גענייגט אָפּצוהיטן די ייִדישע מינהגים, ווי דער עלטערער. אַ געגטע פֿרוי מיט אַ קינד האָט מיר אַמאָל דערקלערט, פֿאַר וואָס זי זוכט נישט קיין נײַעם מאַן. "מײַן קינד האָט שוין אַ טאַטן, וואָס ער זעט אים יעדע צווייטע סוף־וואָך," האָט זי דערקלערט. "מיר דאַכט זיך, ס׳וואָלט געווען טראַוומאַטיש פֿאַר אים, ווען איך ברענג אַרײַן אַ פֿרעמדן מאַן אין מײַן שלאָפֿצימער." ביז לעצטנס האָב איך געהאַלטן, אַז דער באַשלוס פֿון דער מאַמען מקריבֿ צו זײַן אירע אייגענע באַדערפֿענישן לטובֿת איר קינד, איז צו עקסטרעם. פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך אָבער געלייענט אַ לענגערן אַרטיקל בײַ "איי־פּי" (AP), וואָס האָט מיך איבערצײַגט, אַז איר צוגאַנג איז אפֿשר נישט אַזוי אומשׂכלדיק. מעגלעך, אַז דער מישפּט צווישן די יורשים פֿון דער ווערטהײַם־משפּחה און איינעם פֿון די גרעסטע דײַטשישע קאַרטעלן — האַנדל־געשעפֿט Karstadt-Quelle — איז מסתּמא דער לעצטער קאַמף פֿאַרן ייִדישן האָב־און־גוטס, פֿאַרלוירן בעתן נאַצי־רעזשים. נאָך פֿאַר דעם ווי היטלער און זײַן קליקע זײַנען געקומען צו דער מאַכט אין יאָר 1933, האָט די משפּחה ווערטהײַם געהאַט אין איר רשות באָדן, קראָמען און אַנדער פֿאַרמעגן, וואָס די נײַע דעמאָלטיקע מאַכט האָט קאָנפֿיסקירט בײַ זיי און איבערגעגעבן צו אַנדערע באַלעבאַטים. צווישן אַלע ערד־חלקים האָט מער פֿון אַלע צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿונעם ערד־חלק אויף דעם "פּאָטסדאַמער פּלאַץ", וואָס אין 1991 האָט עס "אָפּגעקויפֿט" בײַ דער פֿעדעראַלער מאַכט דער קאָנצערן Karstadt-Quelle און באַצאָלט פֿאַר דער קניה איין "דויטשע מאַרק". |