געזעלשאַפֿט
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיר דוכט זיך, "גלאָבאַליזירונג" האַלט לעצטנס אין ווערן אַ שלאָגוואָרט אויף דער ליבעראַלער ייִדישער גאַס. ווי ריצנאייל בײַ אַן אַמאָליקן רופֿא, איז "גלאָבאַליזירונג" כּלומרשט אַ רפֿואה, וואָס היילט אָדער קלערט אויף אַלע ווייטיקן און קרענק. אויף אָט דעם טערמין טרעפֿט מען זיך אָן בײַם באַוווּנדערן דעם שנעלן פֿאַרשפּרייט פֿון נײַע מאָדעס, נײַע מינים קונסט, אַ נײַעם מין "פֿלו", שפּײַזן און אַמוזירונגען וואָס זענען קראַנט איבער דער לענג און דער ברייט פֿון דער אינדוסטריעלער וועלט. און וואָס ניט? פֿון וואַנען נעמען זיך די אַלע פֿינאַנציעלע דאגות און אומגליקן איבער דער גאָרער וועלט?

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מע קען ניט זײַן הונדערט פּראָצענט זיכער, צי דאָס וואָרט "וואָקזאַל" שטאַמט באמת פֿון דעם ענגלישן Vauxhall, אָבער אַזוי קלינגט איינע פֿון די ווערסיעס, דהײַנו: אַז אין רוסיש איז דאָס וואָרט אַרײַנגעפֿאַלן פֿון דעם נאָמען, מיט וועלכן ס׳איז פֿאַרבונדן אין לאָנדאָן אי די געשיכטע פֿון אַ גרויסן פּאַרק אי די געשיכטע פֿון איינער פֿון די עלטסטע אײַזנבאַן-סטאַנציעס. אין דער רוסישער ליטעראַטור (למשל, בײַ אַלעקסאַנדר פּושקינען) ווערט דאָס וואָרט "וואָקזאַל" (צי "וואָקסאַל") גענוצט אויך פֿאַר די ערטער, וווּ די סמעטענע פֿון דער געזעלשאַפֿט האָט זיך פֿאַרווײַלט.

געזעלשאַפֿט
פֿון אַנקאַ שמיר (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער באַזוך פֿון פּויפּסט בענעדיקטוס דעם 16טן אין ישׂראל פֿון 11טן ביזן 15טן מײַ איז געווען באַגלייט מיט אַ סך קריטיק און פּאָלעמיק אַרום זײַן פּערזענלעכקייט. בענעדיקטוס דער 16טער איז איינער פֿון די אַממערסטן קאָנסערוואַטיווע פֿאָרשטייער פֿון דער קאַטוילישער קירך. ער איז קעגן אַבאָרטן, קעגן די האָמאָסעקסועלע און בכלל קעגן דער גלײַך־באַרעכטיקונג פֿון פֿרויען. אָבער נישט די דאָזיקע אָנשויונגען האָבן אַרויסגערופֿן פֿאַרשיידענע דעבאַטן אַרום זײַן באַזוך.

געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך בין לעצטנס אַוועק הערן אַ לעקציע וועגן דעם קאַמף פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן פֿאַר דער סאָוועטיש-ייִדישער עמיגראַציע. דעם לעקטאָרס בוך האָב איך געהאַט געלייענט און גענוצט בײַם צוגרייטן מײַנע קלאַסן, אַזוי אַז מיך האָט לחלוטין ניט געחידושט דער הויכער ניוואָ פֿון דער פּרעזענטאַציע. געחידושט האָט מיך די נישטיקע צאָל מענטשן, וואָס זײַנען געקומען אים הערן; עטלעכע גראַדויִר-סטודענטן און יונגע געלערנטע, ווי אויך אַ פּאָר געוועזענע אַקטיוויסטן פֿון דער באַוועגונג פֿאַר עמיגראַציע. און שוין. אַ סימן, אַז דער ענין איז שוין אויסגעשעפּט געוואָרן און איז אַריבער אין דער קאַטעגאָריע פֿון אַ מסורה.

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מע קען איצט הערן צוויי גאָר קעגנזעצלעכע מיינונגען מכּוח דער מעגלעכער השפּעה פֿונעם עקאָנאָמישן קריזיס אויף דער מיגראַציע אין און פֿון ישׂראל. אייניקע עקספּערטן זײַנען זיכער, אַז די צאָל עולים וועט הײַיאָר אויסוואַקסן אַ דאַנק דעם, וואָס אַ סך גלות-ייִדן וועלן פּרוּוון אויף אַזאַ אופֿן לייזן זייערע עקאָנאָמישע און סאָציאַלע פּראָבלעמען. די אַנדערע, אָבער, האַלטן, אַז דער קריזיס וועט, דער עיקר, ברענגען צוריק, קיין ישׂראל, אַ געוויסע צאָל ישׂראלים, וועלכע זײַנען פֿאַרבליבן אָן אַרבעט מחוץ-לאָרץ.

פּאָליטיק, געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צו דער צײַט, ווען די צײַטונג מיט אָט דעם אַרטיקל וועט אַרויסגיין, וועלן מיר שוין וויסן וועגן סך-הכּלען פֿון די וואַלן אין ישׂראל. ס׳איז קלאָר, אַז אַ ממשותדיקע השפּעה וועלן אויף די רעזולטאַטן האָבן די אַזוי-גערופֿענע "רוסישע" שטימען. און אויף דעם טאַקע וויל איך זיך דאָ אָפּשטעלן.

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די עזה-מלחמה האָט זייער ברייטע אימפּליקאַציעס אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿון ישׂראלדיקן לעבן, אַרײַנגערעכנט, פֿאַרשטייט זיך, די עקאָנאָמישע אַספּעקטן. אַ שטייגער, ס'איז אַן ערנסטער קלאַפּ פֿאַר טוריזם, וואָס גיט פּרנסה פֿאַר צענדליקער טויזנטער ישׂראלים און איז אַ וויכטיקער קוואַל פֿאַרן בודזשעט. מע דאַרף ניט זײַן זייער באַהאַוונט אין עקאָנאָמיע און פּאָליטיק, כּדי פֿאָרויסזען אַ ממשותדיקן באַרג-אַראָפּ אין דעם דאָזיקן סעקטאָר. איך האָב לעצטנס געלייענט אַן אינטערוויו מיט איינעם פֿון די ראָטשילדס,

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט עטלעכע חדשים צוריק, אין אויגוסט חודש, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז כ'געהער, לאָזט זיך אויס, צו דער קאַטעגאָריע פֿון "גלאָבאַלע ייִדן". אַזוי האָט געטענהט דער דענווערער פּראָפֿעסאָר דוד שניר אין זײַן אַרטיקל פֿאַרן לאָנדאָנער "דזשויִש קראָניקל" (זען www.thejc.com/articles/we-are-all-global-jews-now) און אין זײַן נײַ בוך, וואָס מיר איז דערווײַל ניט אויסגעקומען צו לייענען. די אידעע איז, ווי איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז ס'איז שוין געקומען די צײַט אויפֿצוהערן צו נוצן דעם באַגריף פֿון "גלות", ווײַל עס טראָגט אין זיך עפּעס אַ באַציִונג צו ישׂראל.

געזעלשאַפֿט, קהילה־לעבן
פֿרויען פֿון דער "יאָנג איזראַעל פֿון סענטיורי־סיטי", לאָס־אַנדזשעלעס, פּאַקן אײַן שלח־מנות לכּבֿוד פּורים, מערץ 2008

אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, בעת די אַמעריקאַנער ייִדישע אימיגראַנטן האָבן זיך אַרויפֿגעאַרבעט אויפֿן סאָציאָ־עקאָנאָמישן לייטער, האָבן אַ סך פֿון זיי פֿאַרלאָזט דעם פֿרומען לעבן־שטייגער. צום טייל, איז עס געווען ווײַל ס׳רובֿ שטעלעס האָבן געפֿאָדערט צו אַרבעטן שבת; צום טייל — ווײַל די אימיגראַנטן און זייערע קינדער האָבן געוואָלט זיך אַרײַנפּאַסן אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, און זיי האָבן מורא געהאַט, אַז צו היטן כּשרות, שבת און טהרת־המשפּחה וואָלט פּשוט אויסגעזען "צו ייִדישלעך",

געזעלשאַפֿט, אײראָפּע
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז די גאַליציאַנער שטאָט, וועגן וועלכער די רייד וועט גיין ווײַטער, באַקאַנט געוויינטלעך ווי סטאַניסלאַוו. דעם איצטיקן נאָמען איוואַנאָ-פֿראַנקאָווסק, צי איוואַנאָ-פֿראַנקיווסק אויף אוקראַיִניש, האָט די שטאָט באַקומען נאָר אין 1962 — זינט דעמאָלט טראָגט עס דעם נאָמען פֿונעם גרויסן אוקראַיִנישן שרײַבער איוואַן פֿראַנקאָ (וואָס האָט, אַגבֿ, געקענט ייִדיש און זיך באַשעפֿטיקט מיט ייִדישן פֿאָלקלאָר).

געזעלשאַפֿט
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
עין־גדי (בײַם ים־המלח), 1982. פֿון מײַן ערשטן באַזוך אין לאַנד.

מיר זײַנען שוין אין יאָר 2009 און מען וועט זיך ניט אַרומזען, ווי ס'וועט ווערן 20 יאָר, ווי מען איז אין לאַנד. קוקט זיך דער מענטש אַלץ אָפֿטער אום אויף דעם מהלך פֿון צײַט, וועלכן ער האָט דאָ דורכגעמאַכט און שפּינט זײַן חשבון־הנפֿש.

דער אָנהייב... ווען אין מינוטן פֿון שאַרפֿער נאָסטאַלגיע נאָך דער נאַטור פֿון מײַן געוועזענעם היימלאַנד ליטע פֿלעגט זיך מיר ביז ווייטיק וועלן דורכגיין איבערן גרינעם טעפּעך —

געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּראָפֿ׳ יהודה באַוער, דער אַקאַדעמישער עצה־געבער פֿון "יד־ושם" האַלט אָפּ די הויפּט־רעדע בײַ דער עפֿענונג פֿון דער קאָנפֿערענץ. זײַן טעמע: "האָט דער חורבן גורם געווען דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל?"

אײַנדרוקן פֿון קאָנפֿערענץ אין "יד־ושם"

אין די טעג פֿון 8טן ביזן 11טן דעצעמבער 2008, צום אָפּשלוס פֿון 60 יאָר פֿון דער מדינה, איז אין "יד־ושם" אין ירושלים, אָפּגעהאַלטן געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ פֿון פֿאָרשער אד"ט "השואה, הניצולים ומדינת־ישׂראל" — דער חורבן, די געראַטעוועטע און מדינת־ישׂראל.