געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די עזה-מלחמה האָט זייער ברייטע אימפּליקאַציעס אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿון ישׂראלדיקן לעבן, אַרײַנגערעכנט, פֿאַרשטייט זיך, די עקאָנאָמישע אַספּעקטן. אַ שטייגער, ס'איז אַן ערנסטער קלאַפּ פֿאַר טוריזם, וואָס גיט פּרנסה פֿאַר צענדליקער טויזנטער ישׂראלים און איז אַ וויכטיקער קוואַל פֿאַרן בודזשעט. מע דאַרף ניט זײַן זייער באַהאַוונט אין עקאָנאָמיע און פּאָליטיק, כּדי פֿאָרויסזען אַ ממשותדיקן באַרג-אַראָפּ אין דעם דאָזיקן סעקטאָר. איך האָב לעצטנס געלייענט אַן אינטערוויו מיט איינעם פֿון די ראָטשילדס, וואָס וווינט אין ישׂראל און באַשעפֿטיקט זיך מיט טוריזם. לויט זײַן מיינונג, וועט דער טוריסטישער סעקטאָר פֿון דער ישׂראלדיקער עקאָנאָמיע פֿאַרלירן אַ פֿערטל פֿון רווח.

אַפֿילו איצט שטייען ליידיק האָטעלן אין דרום פֿונעם לאַנד, כאָטש אין די צפֿונדיקע געגנטן בלײַבן איצט בערך 35 טויזנט אויסלענדישע באַזוכער. אין אייניקע ערטער פֿאַרלירן שוין די מענטשן אַרבעט אָדער מע פֿירט זיי אַריבער אויף אַ קירצערער וואָך. לויט דער אינפֿאָרמאַציע פֿון די האָטעלן, אַנולירט מען בײַ זיי רעזערוואַציעס אַפֿילו אויף פּסח און זומער-חדשים.

ס'איז באַוווּסט, אַ שטייגער, אַז אין די ערשטע צוויי וואָכן פֿון יאַנואַר האָבן 40 פּראָצענט רוסישע טוריסטן אַנולירט זייערע רײַזעס קיין ישׂראל, זעלטענער באַווײַזן זיך רוסישע עראָפּלאַנען אין די עראָפּאָרטן פֿון ישׂראל. זינט דעם 21סטן יאַנואַר האָבן אויפֿגעהערט צו פֿליִען קיין ישׂראל עראָפּלאַנען פֿון דער רוסישער קאָמפּאַניע "אוראַלסקיִע אַוויאַליניע". זיי האָפֿן צו באַנײַען זייער אַקטיווקייט אין דער ריכטונג אין מאַרץ צי שפּעטער.

הגם פֿאַרבונדן איז עס דער עיקר מיט דער מלחמה, האָט עפּעס אַ נעגאַטיווע השפּעה געהאַט אויך די אויטאָבוס-אַוואַריע סוף יאָר, ווען עס זײַנען ניט ווײַט פֿון אילתּ אומגעקומען 24 רוסישע געסט, ס'רובֿ פֿון זיי זײַנען געווען פֿאָרשטייער פֿון פּעטערבורגער טוריסטישע פֿירמעס, וועלכע האָבן געדאַרפֿט שפּעטער רעקלאַמירן בײַ זיך אין לאַנד די ישׂראלדיקע קורערטער. דער אַלגעמיינער עקאָנאָמישער קריזיס מאַכט אויך שיטערער דעם שטראָם פֿון רוסלאַנד און אַנדערע לענדער. שאול צמח, דער גענעראַל-דירעקטאָר פֿון ישׂראלדיקן טוריזם-מיניסטעריום, האָט געוואָרנט נאָך סוף אָקטאָבער 2008, אַז דער קריזיס וועט זיך אָפּרופֿן אין זײַן סעקטאָר. כאַראַקטעריש, אַז אין ירדן פּראָגנאָזירן אַנאַליטיקער אַ גרויסן באַרג-אַראָפּ פֿאַרן טוריסטישן סעקטאָר, בפֿרט נאָך אַז ניט ווייניק אויסלענדער פֿלעגן קומען אויף קאָמבינירטע, ישׂראל-ירדנישע, טורן.

דאָס איז באַזונדערס פֿאַרדריסלעך נאָך דעם רעקאָרד אין 2008, ווען די צאָל אויסלענדישע טוריסטן איז געווען אויף אַ דריטל העכער ווי אין 2007 און האָט זיך אויסגעטיילט ווי, בכלל, די גרעסטע אין דער 60־יאָריקער געשיכטע פֿון מדינת-ישׂראל. אַריבער 3 מיליאָן נפֿשות האָבן באַזוכט ישׂראל צוליב רעליגיעזע (דער עיקר ייִדישע צי קריסטלעכע) און משפּחהדיקע אינטערעסן אָדער סתּם כּדי פֿאַרברענגען אַ צײַט אונטער אַ הייסער זון און בײַ אַ וואַרעמען ים, ווי אויך אַ קוק טאָן אויף אוניקאַלע היסטאָרישע ערטער. בסך-הכּל האָט די ישׂראלדיקע עקאָנאָמיע באַקומען פֿאַר אַ יאָרן פֿון טוריזם 5 ביליאָן דאָלאַר און 4 טויזנט נײַע אַרבעט-שטעלעס. די רעלאַטיווע רויִקייט אין דעם רעגיאָן האָט געבראַכט אַן אויסערגעוויינטלעך גוטע טוריסטישע גערעטעניש אויך אין דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע (1.5 מיליאָן אויסלענדישע באַזוכער), ירדן (2.5 מיליאָן) און מצרים (13 מיליאָן).

יעדער פֿינפֿטער צווישן די טוריסטן, וואָס זײַנען אָנגעקומען קיין ישׂראל אין 2008, איז געווען אַן אַמעריקאַנער. דאָס צווייטע אָרט האָבן פֿאַרנומען רוסישע טוריסטן (12 פּראָצענט), וועלכע זינט האַרבסט 2008 נייטיקן זיך ניט מער אין קיין וויזעס. אַ היפּשן בײַטראָג האָבן געהאַט די אויסלענדישע געסט פֿון פֿראַנקרײַך (9 פּראָצענט), גרויס-בריטאַניע (6 פּראָצענט) און פּוילן (5 פּראָצענט). אַ קלענערע, דאָך קענטיקע, ראָלע האָבן געשפּילט טוריסטן פֿון אוקראַיִנע, דײַטשלאַנד, קאַנאַדע און שפּאַניע. יעדער פֿערטער אָנגעקומענער איז געווען אַ ייִד, 66 פּראָצענט — קריסטלעכע. אַ ביסל ווייניקער פֿון 60 פּראָצענט אָנגעקומענע האָבן צום ערשטן מאָל באַזוכט דאָס לאַנד.

אין דעם יערלעכן באַריכט פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן טוריסטישן פֿאָרום, האָט ישׂראל פֿאַרנומען אין יאָר 2008 דאָס 35סטע אָרט. גלײַכצײַטיק איז עס דאָס ערשטע אָרט צווישן די לענדער פֿון מיטל-מיזרח און צפֿון-אַפֿריקע. די עקספּערטן האָבן גאַנץ הויך אָפּגעשאַצט די קאַדרען, ווי אויך די אינפֿראַסטרוקטור און עקאָלאָגיע. ס'איז אונטערגעשטראָכן געוואָרן, אַז דאָס לאַנד האָט אַן אויסגעצייכנטע סיסטעם פֿון מעדיצין. אָבער די פּראָבלעמען פֿון טעראָריזם האָבן ניט געגעבן ישׂראל קיין העכער אָרט אין דער וועלט-קלאַסיפֿיקאַציע.

אין ישׂראל אַרבעטן איצט 334 האָטעלן מיט 45,000 צימערן, בערך אַ דריטל פֿון די האָטעלן און אַ העלפֿט פֿון די צימערן געפֿינען זיך אין ירושלים און אילתּ. ווער וועט אין זיי וווינען אין משך פֿון יאָר 2009? קיין ענטפֿער אויף אָט דער פֿראַגע האָט דערווײַל קיינער ניט. אָבער ס'איז קלאָר, אַז פֿאַרן טוריסטישן סעקטאָר וועט זײַן ניט גרינג איבערצולעבן די קאָמפּליצירטע צײַט. ס'איז אַ סך גרינגער צו פֿאַרלירן קונים איידער זיי דערנאָך ווידער צוציִען.