|
פּראָפֿ׳ יהודה באַוער, דער אַקאַדעמישער עצה־געבער פֿון "יד־ושם" האַלט אָפּ די הויפּט־רעדע בײַ דער עפֿענונג פֿון דער קאָנפֿערענץ. זײַן טעמע: "האָט דער חורבן גורם געווען דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל?" |
Yad Vashem |
אײַנדרוקן פֿון קאָנפֿערענץ אין "יד־ושם"
אין די טעג פֿון 8טן ביזן 11טן דעצעמבער 2008, צום אָפּשלוס פֿון 60 יאָר פֿון דער מדינה, איז אין "יד־ושם" אין ירושלים, אָפּגעהאַלטן געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ פֿון פֿאָרשער אד"ט "השואה, הניצולים ומדינת־ישׂראל" — דער חורבן, די געראַטעוועטע און מדינת־ישׂראל.
ווי עס איז געווען צו דערוואַרטן, איז דער אוידיטאָריום־זאַל פֿון "יד־ושם" געווען פֿול־געפּאַקט מיט הונדערטער לעבן־געבליבענע פֿון חורבן פֿון גאַנצן לאַנד און געסט פֿון אויסלאַנד.
פֿאָרשער פֿון דעם חורבן האָבן שוין פֿון לאַנג פֿעסטגעשטעלט און באַגרינדעט מיט פֿאַקטן, זיי האָבן אָפּגעשאַצט דעם וויכטיקן בײַטראָג פֿון דער שארית־הפּליטה פֿון דעם אומגעבראַכטן אייראָפּעיִשן ייִדנטום נאָך דעם קריג, צו די אָנגייענדיקע פּאָליטישע פֿאַרהאַנדלונגען און דעבאַטעס אין דער "יו־ען". זיי האָבן שוין לאַנג אָנערקענט דעם פֿאַקט, אַז צו־להכעיס דער קעגנערשאַפֿט פֿון די אַראַבישע מדינות און זייערע אונטערשטיצער, איז לויט אַ מערהייט אָנגענומען געוואָרן, דעם 29סטן נאָוועמעבער 1947, דער באַשלוס צו צעטיילן ארץ־ישׂראל (דאַן פּאַלעסטינע) אין צוויי טיילן: אין אַ פּאַלעסטינער טייל און אין אַ ייִדישן טייל, וווּ עס וועט עטאַבלירט ווערן אַ ייִדישע מדינה, וואָס זאָל דינען ווי אַ היים און געבן אַ דאַך איבערן קאָפּ צו די 250 טויזנט לעבן־געבליבענע, היימלאָזע ייִדן, וועלכע האָבן געשמאַכט דאַן אין די פּליטים־לאַגערן פֿון דײַטשלאַנד, עסטרײַך, איטאַליע און אַנדערע פּלעצער, אין דער נאָך־מלחמהדיקער, באַפֿרײַטער פֿון די נאַציס אייראָפּע.
די דאָזיקע פֿאַקטן האָבן בולט און בילדעריש אַרויסגעבראַכט דער פֿאָרזיצער פֿון דער דערעפֿענונגס־סעסיע פֿון דער קאָנפֿערענץ, דער היסטאָריקר דוד באַנקיר, אַבֿנר שלו (שאַלעוו), פֿאָרזיצער פֿון "יד־ושם", און באַזונדערס בידלעריש און אויספֿירלעך, דער גוט־באַקאַנטער היסטאָריקער פֿון חורבן, מחבר פֿון אַ צאָל וויכטיקע פֿאָרשאַרבעטן, מיטגליד פֿון דער נאַציאָנאַלער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע, פּראָפֿ' יהודה באַוער.
אין זײַן לענגערן, באַגרינדעטן און פּרטימדיקן איבערבליק פֿון יענער תּקופֿה, האָט פּראָפֿ' באַוער אָנגעוויזן אויף דעם פּאָליטישן דרוק פֿון דער שארית־הפּליטה אויף דער עפֿנטלעכער מיינונג אין דער וועלט, און אויף דער העלדישער סאַגע פֿון די 66 אומלעגאַלע, איבערגעלאָדענע שיפֿן מיט די 85 טויזנט עולים — מענער, פֿרויען, קינדער און אַלטע לײַט, וועלכע האָבן חדשים־לאַנג געוואַנדערט איבער ימען. זיי האָבן געקעמפֿט און זיך געראַנגלט מיט די באַוואָפֿנטע בריטישע זעלנער, כּדי צו ברעכן די בלאָקאַדע און דערגרייכן די ברעגעס פֿון ארץ־ישׂראל.
דאָס רובֿ פֿון זיי האָבן די ענגלענדער אַרויפֿגעלאָדן אויף זייערע געפּאַנצערטע קריגס־שיפֿן און זיי אינטערנירט אין לאַגערן אויף דעם אינדזל ציפּערן. געווען אויך פֿאַלן ווען עטלעכע שיפֿן האָבן מיט צוואַנג צוריקגעבראַכט טויזנטער אומלעגאַלע עולים קיין דײַטשלאַנד, צוריק אין די פּליטים־לאַגערן פֿון דער שארית־הפּליטה.
די דאָזיקע וואַנדערנדיקע שיפֿן מיט די אומלעגאַלע עולים האָבן, לויט פּראָפֿ' באַוער, אָן קיין ספֿק, אַרויסגערופֿן גרויס סימפּאַטיע אין דער נאָך־מלחמהדיקער וועלט. זייערע ליידן און זייער שווערער מצבֿ האָבן געהאַט — דירעקט אָדער אומדירעקט — אַ געוויסע השפּעה אויף די אינטערנאַציאָנאַלע פּאָליטישע פֿאַקטאָרן, וואָס האָבן דאַן געזוכט צו געפֿינען אַ לייזונג פֿאַר די טויזנטער פּליטים אין די לאַגערן פֿון אייראָפּע.
* * *
גלײַך נאָך דעם צעטיילונג־באַשלוס פֿון דער "יו־ען", איז אין ארץ־ישׂראל אויסגעבראָכן די באַפֿרײַונגס־מלחמה (מלחמת־השיחרור), קעגן דער אינוואַזיע פֿון די 6 אַראַבישע מדינות.
די טויזנטער עולים, וואָס זענען אָנגעקומען קיין ארץ־ישׂראל צווישן די יאָרן 1945—1947, האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין די רייען פֿון די קעמפֿנדיקע אונטערגרונט־גרופּעס, ווי "הגנה", פּלמ"ח, לח"י און אצ"ל. 23 טויזנט יונגע מענער און פֿרויען, וואָלונטירן פֿון אויסלאַנד אין די ראַמען פֿון גח"ל (גיוס חוץ־לאָרץ), זענען גלײַך נאָכן אַראָפּגיין פֿון די שיפֿן, צווישן זיי טויזנטער לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, מאָביליזירט און אַוועקגעשיקט געוואָרן צו די פֿראָנטן אַרום ירושלים, לטרון, אין גליל און אין נגבֿ.
די מערסטע פֿון זיי האָבן אַפֿילו ניט געהאַט קיין מיליטערישע דערפֿאַרונג. בלויז אַ קליין טייל פֿון זיי, וועלכע זענען געקומען פֿון די פּליטים־לאַגערן אין דײַטשלאַנד, עסטרײַך און אַפֿילו אין ציפּערן, זענען דורכגעגאַנגען קורצע מיליטערישע צוגרייטונגען. אַ טייל פֿון זיי זענען געווען זעלנער אין דער צײַט פֿון קריג אין דער רויטער אַרמיי, אין אַנדערע אַרמייען, און אין די פּאַרטיזאַנער־גרופּעס אין די וועלדער, אונטער דער דײַטשער אָקופּאַציע.
ניט געקוקט אויף דעם האָבן זיי מיט ענטוזיאַזם און פֿולער גרייטקייט זיך אָנגעשלאָסן אָן די קעמפֿנדיקע ישׂראלים. מיט שטאָלץ און צופֿרידנקייט האָבן זיי אויסגעפֿירט אַלע סכּנותפֿולע אויפֿגאַבעס און באַפֿעלן פֿון זייערע קאָמאַנדירן און אָפֿיצירן.
ווען זיי האָבן באַקומען אין זייערע הענט אַ טשעכישן ביקס, האָבן זיי געזען אַ געוויסן סימבאָל און געהאַט דעם געפֿיל, אַז זיי זענען מער ניט הילפֿלאָז און איינזאַם, ווי זיי זענען געווען אין זייערע גלות־לענדער, אַז זיי קעמפֿן פֿאַר דער אייגענער ייִדישער מדינה.
* * *
אין דער ספּעציעלער פּובליקאַציע אונטערן נאָמען "תּקומה", וואָס איז דערשינען בשײַכות מיט דער קאָנפֿערענץ, ווערט דערציילט וועגן דעם אײַנדרוק וואָס די פּליטים, די נאָר וואָס אָנגעקומענע פֿון די שיפֿן, האָבן געמאַכט אויף די ישׂראל־קעמפֿערס אויף די פֿראָנטן.
אין זײַנע זכרונות האָט געשילדערט וועגן דעם אַריק שרון, ווען ער האָט זיי דערזען אין זײַן אָפּטיילונג, אין אַ וועלדל בײַ חולדה, ניט ווײַט פֿון ירושלים:
..."זייערע פּנימער בלאַס און אײַנגעפֿאַלן, אויף זייערע אָרעמס טאַטויִרטע ציפֿערן. יעדער איינער איז שטילערהייט און געהאָרכזאַם צוגעגאַנגען צו באַקומען זײַנע מיליטרישע בגדים, און מיט גרויס אייפֿער און עקזאַלטאַציע אָנגענומען זײַן ביקס אין זײַנע הענט".
..."איך בין געווען שטאַרק גערירט און באַהערשט פֿון אויסנעמלעכע געפֿילן און געדאַנקען", שרײַבט אַריק שרון אין זײַנע זכרונות, "איך האָב ניט געקענט באַנעמען דעם געדאַנק און געטראַכט, ווי אַזוי און וווּ האָבן זיי זיך אָנגענומען מיט מוט און די גײַסטיקע כּוחות ממשיך צו זײַן מיט זייער לעבנס־ווילן, נאָך דעם ווי זיי האָבן איבערגעלעבט דעם שוידערלעכן גיהנום, דעם חורבן און אומקום פֿון זייערע עלטערן, זייערע משפּחות? וווּ האָבן זיי זיך אָנגעפֿילט מיט דעם פֿיזישן כּוח זיך צו שטעלן צום קאַמף קעגן דעם אַראַבישן שׂונא, נאָך דעם ווי זיי זענען ענדלעך אָנגעקומען אין דעם אויסגעטרוימטן לאַנד אַרײַן?" האָט אַריק שרון זיך אַליין געפֿרעגט.
זיי האָבן געקעמפֿט קעגן דעם שׂונא אויף אַלע פֿראָנטן. זייער מאָטיוואַציע איז געווען שטאַרק, זיי זענען געגאַנגען צום קאַמף אָן מורא, מיט געהויבענע קעפּ, גרייט זיך מקריבֿ צו זײַן פֿאַר דעם אויפֿקום פֿון דער אייגענער מדינה.
זיי האָבן זיך אויסגעצייכנט מיט זייער העלדישקייט און מוטיקייט און דערגרייכט הויכע ראַנגען אין דער יונגער צה"ל־אַרמיי. לויט דער אָפֿיציעלער סטאַטיסטיק 45 טויזנט פֿון 104 טויזנט מאָביליזירטע אין דער באַפֿרײַונגס־מלחמה זענען געווען ניצולי־שואה. 50% פֿון די געפֿאַלענע אין די קאַמפֿן זענען געווען ניצולי־שואה, לעבן־געבליבענע פֿון חורבן אין אייראָפּע.
* * *
ווי באַוווּסט, אַז נאָך דעם זיג איבער די שׂונאים, ווען די מדינה האָט געמאַכט אירע ערשטע טריט, איז דער אַלגעמיינער עקאָנאָמישער און סאָציאַלער מצבֿ אין לאַנד געווען זייער אַ שווערער אויף אַלע געביטן פֿון לעבן, האָבן געוויסע רעגירונגס־אינסטאַנצן, בראָש מיט דוד בן־גוריון זיך באַמיט צו פֿאַרוואַנדלען די נײַע עולים פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע און פֿון די מיזרח־עדות אין פּראָדוקטיווע בירגער.
מען האָט זיי געשיקט אין די קיבוצים און מושבֿים צו אַרבעטן אין לאַנדווירטשאַפֿט, אַנדערע האָבן זיך באַזעצט אין די גרעסערע און אויך קלענערע שטעט, וווּ זיי זענען מיט דער צײַט געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג.
די נײַע עולים האָבן זיך באַמיט זיך צוצופּאַסן צו די באַדינגונגען פֿון זייער סבֿיבֿה, צו ווערן "פֿולע ישׂראלים". עס זענען געווען פֿאַלן ווען אייניקע האָבן געוואָלט פֿאַרגעסן זייער קאָשמאַרע פֿאַרגאַנגענהייט און אַפֿילו אָפּצומעקן די טאַטויִרטע קאַצעט־נומערן אויף זייערע אָרעמס. זייערע קינדער און אייניקלעך זענען געגאַנגען אין די ישׂראל־שולעס, העכערע אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס, געדינט אין דער ישׂראל־אַרמיי. זיי האָבן זיך אײַנגעגלידערט אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט, אין דער עקאָנאָמישער, אינדוסטריעלער, קולטורעלער סטרוקטור און לעבן־שטייגער.
* * *
אין לויף פֿון די דרײַ פֿולע טעג פֿון דער קאָנפֿערענץ זענען פֿאָרגעקומען 8 סעסיעס בעת וועלכע עס זענען אויסגעהערט געוואָרן פֿאָרטראָגן און דיסקוסיעס פֿון פֿאַרשיידענעם כאַראַקטער, וואָס שייך "דעם בײַטראָג פֿון די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן צו מדינת־ישׂראל".
ברייט און אַלזײַטיק זענען באהאַנדלט געוואָרן די אַספּעקטן פֿון דער דאָזיקער טעמע פֿון פֿאָרשער פֿון ישׂראל און פֿון אַ גרויסער צאָל פֿון פֿאַרשיידענע אוניווערסיטעטן אין אויסלאַנד.
איך וועל בלויז דאָ דערמאָנען אייניקע פֿון זיי, כּדי דער לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" זאָל באַקומען אַ געוויסע אַנונג פֿון דעם אינטערעסאַנטן אינהאַלט פֿון די לעקציעס, די נעמען פֿון די לעקטאָרן און פֿון די וויכטיקע אָנטייל־נעמער אין דער קאָנפֿערענץ און איר פֿאַרנעם.
פֿאָרזיצערין פֿון דער ערשטער סעסיע: פּראָפֿ' אַניטאַ שפּיראָ, תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. לעקטאָרן: אַריה כּוכבי, העברעיִשער אוניווערסיטעט אד"ט: "די קאַלטע מלחמה און דער אויפֿקום פֿון דער מדינה"; תּכלה טוני, באָלאָניע־אוניווערסיטעט אד"ט: "די פּוילישע פּרעסע און געבורט פֿון מדינת־ישׂראל"; גוידו פּראַצינטי, אוניווערסיטעט פֿון מיזרח־פּײַדאַמענט, אַלעסאַנדריאַ, אד"ט: "מדינת־ישׂראל אין שפּיגל פֿון די מקורות אין דער תּקופֿה 1947—1948";
צווייטע סעסיע: "דילעמעס פֿון דער שארית־הפּליטה" (פֿאָרזיצער הרבֿ מאיר לאַו, פֿאָרזיצער פֿון "יד־ושם", הרבֿ הראָשי פֿון תּל־אָבֿיבֿ-יפֿו).
דריטע סעסיע: אַדיטאַ גאַבריאַן, יאַגעלאָנער אוניווערסיטעט, קראָקע, פּוילן, אד"ט: "קיין ישׂראל, אָדער ניט. לעבן־געבליבענע פֿון חורבן אין פּוילן באַשליסן זייער אייגענעם גורל".
ספּעציעלע סעסיע: עטאַבלירונג פֿון "צענטער פֿאַר פֿאָרשונג און די רעזולטאַטן פֿון דער שואה" (פֿאָרזיצערין לילי זבאַראָווסקי־נווה).
פֿערטע סעסיע: פֿאָרזיצער יצחק הערצאָג, מיניסטער פֿאַר וווילזײַן און ממונה איבער די תּפֿוצות און דעם קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם.
ספּעציעלע סעסיע געווידמעט דעם פּראָיעקט "דער בײַטראָג פֿון די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן צו מדינת־ישׂראל". אין דער לעצטער סעסיע פֿון דער קאָנפֿערענץ זענען אויפֿגעטראָטן פּראָפֿ' דן מכמן (מאכמאַן) פֿון בר־אילן־אוניווערסיטעט און חנה יאַבלאָנקאַ פֿון בן־גוריון־אוניווערסיטעט אין נגבֿ, וועלכע האָבן אָפּגעגעבן אַן אויספֿירלעכן באַריכט און סך־הכּל פֿון אַלע אָפּגעהאַלטענע סעסיעס און פֿאָרטראָגן.
צום סוף, איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז אין חודש אַפּריל 2008 איז דערעפֿנט געוואָרן אין "יד־ושם" אַן אויסנעמלעכע אויסשטעלונג א"נ "כּאן ביתי" — דאָ איז מײַן היים, וואָס שילדערט דעם בײַטראָג און השפּעה פֿון די געראַטעוועטע פֿון חורבן אויף דער מדינה און איר באַפֿעלקערונג בכלל. די אויסשטעלונג שפּיגלט בולט אָפּ זייער אָנטייל אין אַלע געביטן פֿון לעבן אין לאַנד: אין די קיבוצים, אינדוסטריע, מעדיצין, אַקאַדעמיע, מיליטער, פּרעסע, יוריספּרודענץ, קולטור און שאַפֿונג. טויזנטער באַזוכער האָבן ביז איצט שוין געזען די דאָזיקע וויכטיקע אויסשטעלונג. אויך די אָנטייל־נעמער אין דער קאָנפֿערענץ האָבן געהאַט די געלעגנהייט צו ווידמען עטלעכע שעהען און ווערן שטאַרק באַאײַנדרוקט פֿון אַלץ וואָס זיי האָבן געזען און געהערט פֿון די זייער סימפּאַטישע און באַגאַבטע מורי־דרך — וועגווײַזערס.
אַ האַרציקער יישר־כּוח און דאַנק זיי אַלעמען!