- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איך האָב שוין אין משך פֿון צוויי חדשים ניט געהאַלטן אין די הענט קיין "לעבעדיקן" נומער פֿון "ניו-יאָרק טײַמס" צי פֿון אַן אַנדער אַמעריקאַנער צײַטונג. אָבער דורך אינטערנעץ קען איך, פֿון דער אַנדערער זײַט פֿון אַטלאַנטיק, אַרײַנקוקן אין דעם אינהאַלט פֿון דער ניו-יאָרקער פּרעסע. אפֿשר דאַכט זיך עס מיר פֿון דער ווײַטנס, אָבער בײַ מיר האָט זיך דערווײַל געשאַפֿן אַ מיינונג, אַז אין ענגלאַנד האָט מען זיך אַפֿילו מער ווי אין אַמעריקע פֿאַראינטערעסירט מיט דעם מנין לײַט, וועלכע ווערן באַשולדיקט אין שפּיאָנירן (אָדער, לכל-הפּחות, זײַן גרייט צו שפּיאָנירן) לטובֿת רוסלאַנד. אויף דער פּאָפּולערער ייִדישער ראַדיאָ־פּראָגראַם אין ניו־יאָרק, "זאבֿ ברענער שאָו" האָט מען פּלוצלינג דערהערט אַ רירנדיקע רעקלאַמע. אין אַ היימיש־חסידישן ייִדיש זאָגט אַ פֿרוי: "איך בין די מאַמע פֿון יואלי ענגלמאַן. יואלי איז אַ מיטגעמאַכטער פֿון ׳מאָלעסטיישאָן׳ [סעקסועלע באַלעסטיקונג], אַלס קינד, פֿון זײַן מנהל אין חדר מיט 15 יאָר צוריק. דער זעלבער מנהל איז הײַנט אַ מלמד פֿון ייִנגלעך אין זעלבן חדר, און די הנהלה טוט אים אומפֿאַרשעמטערהייט באַשיצן. די שוידערלעכע עוולה און געוואַלדיקער חילול־השם קען קומען צו אַ מסקנה נאָר דורכן "טשײַלד וויקטימס אַקט" (Child Victims Act)*, וואָס וועט צווינגען די הנהלה צו באַשיצן אומשולדיקע ייִדישע קינדער, אַנשטאָט דעם שולדיקן מלמד. דעם באַגריף פֿון "בלוטיקן זונטיק" אַסאָציִיִרט מען מיט עטלעכע טרויעריקע געשעענישן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין פֿאַרשיידענע תּקופֿות און פֿאַרשיידענע לענדער. אין רוסלאַנד איז עס, פֿאַרשטייט זיך, דער זונטיק דעם 9טן (אָדער דעם 22סטן, לויטן מאָדערנעם קאַלענדאַר) יאַנואַר 1905, ווען די צאַרישע אַרמיי האָט געשאָסן אין אַ פֿרידלעכער דעמאָנסטראַציע. אין בריטישן און אירלענדישן היסטאָרישן זכּרון איז עס גאָר אַן אַנדער טאָג — דער 30סטער יאַנואַר 1972, ווען בריטישע זעלנער פֿון אַ פּאַראַשוטיסטן-רעגימענט האָבן גענומען שיסן אין אירלענדיש-קאַטוילישע דעמאָנסטראַנטן. שוין דאָס זעקסטע מאָל, ווי עס קומען פֿאָר אין דער אָפֿיציעלער רעזידענץ פֿון פּרעזידענט פֿון דער מדינה, שמעון פּערעס אין ירושלים, באַגעגענישן אין דער סעריע "ספֿרות ותרבות בבֿית־הנשׂיא" — ליטעראַטור און קולטור אין בית־הנשׂיא. מיטוואָך, דעם 23סטן יוני, איז די באַגעגעניש געווען געווידמעט דער טעמע: "היידיש — תּרבותה והתעוררותה" — ייִדיש, איר קולטור און איר אויפֿוואַכונג. עס איז געווען אַ הייסער זומער־נאָכמיטאָג. הונדערטער מענטשן, יונג און אַלט, האָבן געשטראָמט צו בית־הנשׂיא, כּדי אָנטייל צו נעמען אין דער דאָזיקער אָנזעעוודיקער און חשובֿער באַגעגעניש. יעדער איינער פֿון זיי, וואָס ייִדיש איז אים ליב און טײַער, אָדער וועלכער האָט אַ באַזונדערס וואַרעמען געפֿיל צו ייִדיש, צוזאַמען מיט דער גרויסער צאָל "ייִדישע שרײַבער און דיכטער, אַקטיאָרן פֿון דער ייִדישער בינע, ייִדיש־לערער און ייִדישע קולטור־טוער האָבן געפֿילט אַ דערהייבונג זיך צו טרעפֿן פּנים־אל־פּנים מיט דעם פּרעזידענט פֿון דער מדינה אַ דאַנק אַ גרויסער סובסידיע פֿון איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע פֿונדאַציעס אין אַמעריקע, וועלן די רבנים־סעמינאַרן פֿון דרײַ הויפּט־רעליגיעזע שטראָמען שאַפֿן אַ היסטאָרישע שותּפֿות אויסצושולן ייִדישע לערער. די "פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון דזשים דזשאָסעף" האָט מאָנטיק געמאָלדן, אַז זי וועט אויסטיילן 33 מיליאָן דאָלאַר צו דעם "היברו יוניאָן קאָלעדזש" פֿאַראַן אין ישׂראל אַ מוטיקער און געוואַגטער זשורנאַליסט, זײַן נאָמען איז — בועז ביסמוט — און זײַן געוואַגטקייט באַשטייט אין דעם וואָס ער שרעקט זיך נישט צו באַזוכן די אַראַבישע לענדער און קומען אין באַריר מיט ייִדן. ווי אַזוי טוט ער עס? ער האָט מסתּמא צוויי פּאַספּאָרטן: איינעם אַ ישׂראלדיקן וואָס ער האָט מסתּמא אויף אַ זיכער אָרט מען זאָל אים נישט זען, און דעם צווייטן — פֿון אַן אייראָפּעיִשער מדינה. מיט דעם לעצטן האָט ער שוין באַזוכט אַ גאַנצע ריי אַראַבישע לענדער און געשריבן וועגן די ייִדן. איצט איז געקומען די ריי אויף תּימן, וווּ עס זענען נאָך געבליבן 130 פֿון אַחינו־בני־ישׂראל, וועלכע האָבן בשעתּו נישט געוואָלט עולה זײַן, און איצט — ווען דער מצבֿ איז דאָרט געוואָרן אומדערטרעגלעך ווײַל מען הרגעט ייִדן — בעטן זיי מען זאָל זיי העלפֿן. ס׳איז באַוווּסט, אַז אין די ערשטע פֿינף יאָר פֿון דער "פֿאָרווערטס"-געשיכטע האָט אַב. קאַהאַן פֿאַרבראַכט ווייניק צײַט אין דער צײַטונג. ער איז ניט געווען צופֿרידן מיט דעם טרוקענעם נוסח פֿון זשורנאַליזם, וואָס האָט קוים-קוים-געהאַלטן דעם "פֿאָרווערטס" אויף דער אייבערפֿלאַך. קאַהאַן האָט געגלייבט, אַז אַ צײַטונג עקזיסטירט ניט צוליב איבערחזרן טאָג-אײַן טאָג-אויס די אידעען פֿון קאַרל מאַרקס. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס קאַהאַן האָט פֿאַרשטאַנען סאָציאַליזם ווי אַ וועג צו אַ בעסערן לעבן, אַ בעסערן אָרט אין דער געזעלשאַפֿט. מאָלט זיך אויס אַזאַ בילד: מיטוואָך נאָכמיטאָג. פֿיר רבנים מיט בערד זיצן שעהען לאַנג אַרום אַ טיש, שאָקלען זיך בײַ דער גמרא און אַנדערע ספֿרים, און פּרוּוון אויספּלאָנטערן, צי אַ ייִד, וועלכער פֿאַרמאָגט אַ טויער־טורעם בײַם אַרײַנגאַנג צו זײַן ווילע, דאַרף דאָרט אויפֿהענגען אַ מזוזה. איז דאָס אַ בית־מדרש אין באָראָ־פּאַרק? לייקוווּד? ניין, ס׳איז דווקא אַ כּולל אין דאַלאַס, טעקסאַס... דער חידוש איז אָבער נישט בלויז וואָס אינעם אַמאָליקן האַרץ פֿון קאַובוי־לאַנד לערנט הײַנט אַ גרופּע תּלמידי־חכמים גמרא, נאָר ווי אַזוי די רבנים האָבן ממש איבערגעמאַכט די אָרטיקע ייִדישע קהילה. אַז מען שיקט מיר צו אַן אויסצוג פֿונעם ווילנער אָוונטבלאַט "וואַקאַראָ זשיניאָס" ווייס איך, אַז דאָרטן וועט זײַן שמוץ אויף ייִדן. נאָר אַזאַ אַנטיסעמיטישע בילערײַ ווי הײַיאָר, אין מערץ חודש, איז נאָך ניט געווען. אין ריגע איז דאַן פֿאָרגעקומען אַ חורבן־קאָנפֿערענץ, וואָס עס האָט אָרגאַניזירט דער וועלט־קאָנגרעס פֿון רוסיש־רעדנדיקע ייִדן. די הויפּט־רעדנער זײַנען געווען דער דירעקטאָר פֿון ש. וויזענטאַל־צענטער אפֿרים זוראָף, דער אָנפֿירער פֿון דעם קאָנגרעס באָריס שפּיגל און דער קאָנגרעס־פֿאָרשטייער פֿון ישׂראל לעאָן גרינבערג. דעם 14טן מאַרץ איז אין רוסלאַנד געווען אַ טאָג פֿון וואַלן. אַזוי איז איצט פֿאַרפֿירט דאָרטן — צוויי מאָל אַ יאָר אָרגאַניזירט מען וואַלן אויף אַ קאָאָרדינירטן אופֿן. מע קלײַבט אויס דעפּוטאַטן און מייאָרס אין די ערטער, וווּ ס׳איז געקומען די צײַט עס צו טאָן. די איצטיקע וואַלן זײַנען געווען פּראָווינציעלע. און דאָך האָבן זיי קלאָר געוויזן, ווי עס אַרבעט די פּאָליטישע סטרוקטור, וועלכע עס האָט זיך געשאַפֿן אין דעם לעצטן יאָרצענדליק, וואָס איז אין רוסלאַנד אַסאָציִיִרט מיטן "נאַציאָנאַלן פֿירער", וולאַדימיר פּוטין, און זײַן קאָמאַנדע. ווי באַקאַנט, גייט מען הייאָר פֿײַערן דעם 65סטן יוביליי נאָכן נצחון איבער נאַצי־דײַטשלאַנד. אין שײַכות מיט דער וויכטיקער דאַטע האָט מען אין דעם אַנשטאַלט פֿון דער מאָסקווער מוניציפּאַליטעט באַהאַנדלט, וווּ און וויפֿל אַרויסצושטעלן פּאָרטרעטן פֿון סטאַלינען. פֿרעגט זיך, וואָס פֿאַר אַ לײַטיש פּנים נאָך דעם קען מען האָבן אין דער דעמאָקראַטישער וועלט? נישט לענגער ווי פֿאַראַיאָרן האָט די אייראָפּעיִשע פּאַרלאַמענט־אַסאַמבלעע אָנגענומען אַ דעקלאַראַציע, וווּ עס ווערט געשטעלט אַ גלײַכצייכן צווישן דעם סטאַליניסטישן קאָמוניזם און היטלעריסטישן נאַציזם. דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָרהונדערט האָט זיך אָנגעהויבן און פֿאַרענדיקט מיט צוויי ריזיקע כוואַליעס פֿון ייִדישער עמיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּע. די רעזולטאַטן פֿון דער ערשטער עמיגראַציע קיין אַמעריקע זײַנען שוין גוט באַקאַנט, ווײַל דווקא יענע כוואַליע האָט געהאַט אַ וויכטיקע השפּעה אויפֿן אויספֿורעמען דעם אַמעריקאַנער ייִדישן ציבור. אָבער די לעצטע כוואַליע, דער עיקר, קיין ישׂראל, האָט נאָך ניט באַקומען אַ געהעריקע היסטאָרישע אָפּשאַצונג. |