דעם 14טן מאַרץ איז אין רוסלאַנד געווען אַ טאָג פֿון וואַלן. אַזוי איז איצט פֿאַרפֿירט דאָרטן — צוויי מאָל אַ יאָר אָרגאַניזירט מען וואַלן אויף אַ קאָאָרדינירטן אופֿן. מע קלײַבט אויס דעפּוטאַטן און מייאָרס אין די ערטער, וווּ ס׳איז געקומען די צײַט עס צו טאָן. די איצטיקע וואַלן זײַנען געווען פּראָווינציעלע. און דאָך האָבן זיי קלאָר געוויזן, ווי עס אַרבעט די פּאָליטישע סטרוקטור, וועלכע עס האָט זיך געשאַפֿן אין דעם לעצטן יאָרצענדליק, וואָס איז אין רוסלאַנד אַסאָציִיִרט מיטן "נאַציאָנאַלן פֿירער", וולאַדימיר פּוטין, און זײַן קאָמאַנדע.
אין די 2000סטע יאָרן האָט זיך אין רוסלאַנד פֿעסט אײַנגעשטעלט אַ ווערטיקאַלע סטרוקטור, דעם גוף פֿון וועלכער עס האָט געשאַפֿן די פּאַרטיי "דאָס געאייניקטע רוסלאַנד". די דאָזיקע פּאַרטיי האָט זיך באַוויזן אין דעצעמבער 2001 ווי אַ פֿאַראייניקונג פֿון עטלעכע קלענערע פּאָליטישע אָרגאַניזאַציעס. בראָש פֿון דעם "געאייניקטן רוסלאַנד" שטייט דער 60־יאָריקער באָריס גריזלאָוו, אַ כראָניש מרה-שחורהדיקער מאַנצביל (מרה-שחורה סימבאָליזירט אין רוסלאַנד ערנסטקייט), וואָס איז גלײַכצײַטיק דער פֿאָרזיצער פֿון דעם פּאַרלאַמענט (דומע). גריזלאָוו איז אויך באַקאַנט מיט זײַן פֿראַזע: "פּאַרלאַמענט איז ניט קיין אָרט פֿאַר דיסקוסיעס".
"דאָס געאייניקטע רוסלאַנד" האָט איבערגענומען אַ סך אייגנאַרטיקייטן פֿון די שפּעטע סאָוועטישע יאָרצענדליקער, ווען די קאָמוניסטישע ביוראָקראַטיע האָט געהאַלטן אין אירע הענט דאָס גאַנצע לאַנד און איז געווען גליקלעך דערמיט. די איצטיקע ביוראָקראַטן לעבן אַ סך בעסער פֿון די סאָוועטישע, ווײַל זיי קענען קאָמבינירן זייער אינסטיטוציאָנעלע מאַכט מיט רײַכקייט, צו וועלכער זיי האָבן אַ צוטריט אָדער דורך קאָרופּציע, אָדער דורך אייגענע קאָמערציעלע געשעפֿטן. די ביוראָקראַטיע האָט פֿאַקטיש געשאַפֿן די עליטע אין הײַנטיקן רוסלאַנד און וויל אײַנהאַלטן די מאַכט דורך טאָטאַליטאַרע מעטאָדן, צוגעפּוצטע מיט אייניקע סימנים פֿון דעמאָקראַטיע.
כּדי צו אימיטירן דעמאָקראַטיע, דערלאָזט די מאַכט נאָך דרײַ פּאַרטייען צו די וואַלן: די קאָמוניסטישע פּאַרטיי, די ליבעראַל-דעמאָקראַטישע פּאַרטיי, און די פּאַרטיי "דאָס יושרדיקע רוסלאַנד". די קאָמוניסטן זײַנען די שטאַרקסטע. זיי קלײַבן צונויף אַרום 20 פּראָצענט שטימען. דאָס זײַנען, דער עיקר, נאָסטאַלגישע שטימען — נאָך די "גוטע" סאָוועטישע צײַטן, ווען די קאָמוניסטישע מנהיגים פֿלעגן זיך אויפֿפֿירן אַ סך באַשיידענער פֿון דעם הײַנטיקן "באָמאָנד". הגם ס׳רובֿ קאָמוניסטן זײַנען עלטערע לײַט, ציט די פּאַרטיי אויך צו אַ געוויסן חלק יונגע מענטשן.
די ליבעראַל-דעמאָקראַטן זײַנען, אין דער אמתן, פּאָפּוליסטן. זיי געפֿינען אַ שטיצע בײַם המון, וואָס קלײַבט נחת פֿון דער ניט-פּאָליטיש-קאָרעקטער דעמאַגאָגיע פֿון זייער פֿירער, וולאַדימיר זשירינאָווסקי. אַ געשלאָגענער הונט פֿון רוסישער פּאָליטיק, ווייסט זשירינאָווסקי ווי אַזוי צו רעדן מיט פּראָסטע לײַט, ווי אַזוי אויסצונוצן דעם פֿאַרדראָס, וואָס זיי האָבן צו דער מאַכט. זשירינאָווסקיס פֿאָטער איז געווען אַ ייִד (זײַן נאָמען איז געווען איידלשטיין און ער איז געשטאָרבן אין ישׂראל). אָבער דאָס שטעלט ניט אָפּ דעם ליבעראַל-דעמאָקראַטישן פֿירער פֿון קסענאָפֿאָבישע, ווי אויך אַנטי-ייִדישע אַרויסזאָגונגען.
בעת די קאָמוניסטן און אַפֿילו די ליבעראַל-דעמאָקראַטן זײַנען שוין אַלטע פּאַרטייען, איז "דאָס יושרדיקע רוסלאַנד" ווייניקער ווי פֿיר יאָר אַלט. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט מען די פּאַרטיי אָנגענומען אין דעם סאָציאַליסטישן אינטערנאַציאָנאַל. אמת, קיין ריכטיקער מיטגליד איז זי ניט געוואָרן; די פּאַרטיי האָט דערווײַל דעם סטאַטוס פֿון אַן "אָבסערוואַטאָר". סײַ-ווי-סײַ איז עס אין דעם זעלבן קלומפּ ווי, אַ שטייגער, דער "בונד" און די פּועלי-ציוניסטן. אַזוי, לכל-הפּחות, ווילן זיי, די יושרדיקע רוסן, אויסזען. אין דער רעאַלקייט, אָבער, זעט עס אויס מער ווי אַ קאָמפּאָנענט פֿון אַן אימיטירטער דעמאָקראַטיע. עפּעס אַזוינס האָט מען נאָך מיט אַ פּאָר יאָרצענדליק צוריק געהאַט אין אַזעלכע לענדער ווי פּוילן און מיזרח-דײַטשלאַנד, ווען זיי זײַנען געווען קאָמוניסטישע מלוכות. מע האָט געהאַלטן קלענערע מאַריאָנעטן-פּאַרטייען — פֿאַר פּויערים, קריסטן, אינטעליגענטן. וולאַדימיר פּוטין, וואָס האָט געדינט ווי אַ סאָוועטישער אויסשפּיר-אַגענט אין דײַטשלאַנד, ווייסט די דאָזיקע אימיטאַציע-סיסטעם זייער גוט.
קיין אַנדערע גרופּירונגען, וועלכע קאָנען מיט זיך פֿאָרשטעלן אַ ריכטיקע אָפּאָזיציע, האָבן ניט קיין צוטריט צו דער טעלעוויזיע און אַנדערע הויפּט־שטראָמיקע אינפֿאָרמאַציע-קאַנאַלן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס די אָפּאָזיציע האָט דערווײַל ניט געפֿונען קיין כאַריזמאַטישע פֿירער און קיין איבערצײַגעוודיקע שפּראַך, כּדי דער עולם זאָל זי אונטערשטיצן.
די רוסישע רעגירונג ווייסט ווי אַזוי צו רעדן מיטן פֿאָלק און מיט וועלכע צוקערקעס אײַנצושטילן אומצופֿרידנקייט. די עקאָנאָמיע, אויפֿגעבויט אויף מינעראַלע רעסורסן (נאַפֿט, גאַז וכּ׳) מאַכט רײַך די עליטע און דערלויבט צו געבן דעם עולם אַ מער-ווייניקער אָננעמלעכן ניוואָ פֿון לעבן. די טעג האָב איך, דורך דער אינטערנעץ, גערעדט מיט אַן אַלטן ייִדישן חבֿר, וואָס וווינט אין דער עכט-רוסישער שטאָט יאַראָסלאַוול. אַ 66־יאָריקער, האָט ער באַשלאָסן, אַז אים איז שוין שווער צו אַרבעטן (ער איז אַ הויך-קוואַליפֿיצירטער פּראָגראַמיסט) און ס׳איז געקומען די צײַט צו ווערן אַ פּענסיאָנער. האָב איך בײַ אים געפֿרעגט, צי זײַן און זײַן ווײַבס פּענסיעס וועלן זיי דערלויבן צו פֿירן אַ נאָרמאַל לעבן. זײַן ענטפֿער איז געווען: יאָ. זיי האָבן אַ דירה, אַ דאַטשע, עפּעס אַ סומע געלט אין באַנק, און די פּענסיע פֿון 500 דאָלאַר אַ חודש וועט זיי סטײַען אויף די באַשיידענע באַדערפֿענישן, וואָס זיי האָבן. בפֿרט נאָך, אַז די קינדער זייערע האָבן זיך גוט אַרויפֿגעאַרבעט.
ווי לאַנג וועט רוסלאַנד קענען אימיטירן דעמאָקראַטיע? דאָס ווייסט קיינער ניט. דערווײַל העלפֿן דערצו אַ צאָל פֿאַקטאָרן, אַרײַנגערעכנט דעם פּאָליטישן און עקאָנאָמישן מישמאַש אין אוקראַיִנע און גרוזיע, ווי אויך עקאָנאָמישע שוועריקייטן אין די באַלטישע לענדער. פֿאַר אַ רוסישן בירגער איז דערווײַל ניט געשאַפֿן געוואָרן קיין אַנדער, באמת הצלחהדיקער און צוציִענדיקער, מאָדעל פֿון אַנטוויקלונג אין אַ נאָך-סאָוועטישער מדינה. דאָך האָבן די וואַלן דעם 14טן מאַרץ געוויזן, אַז די "געאייניקטע רוסן" האָבן אָנגעקליבן דורכשניטלעך בלויז אַ העלפֿט פֿון די שטימען. עס קען זיך דאָך מאַכן, אַז אַן אימיטאַציע קען פֿאַרוואַנדלט ווערן אין עפּעס אַ יש.