- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן כּמעט 600 פּעדאַגאָגן און אַדמיניסטראַטאָרן פֿון ייִדישע טאָגשולן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע זיך געטראָפֿן אויף אַ דרײַ־טאָגיקער קאָנפֿערענץ אינעם "מאַריאָט־האָטעל" אין טינעק, ניו־דזשערזי, אויף דער טעמע Thriving in a New Reality (ווי מיר קאָנען בעסער געניסן פֿון דער נײַער תּקופֿה). דער ציל: זען, אויב די טאָגשולן פֿון פֿאַרשידענע רעליגיעזע שטראָמען — אָרטאָדאָקסיש, די לעצטע טעג האָב איך כּמעט אויפֿגעהערט צו קוקן די טעלעוויזיע-נײַעס, ווײַל מע קײַעט דאָרטן איבער די גאַנצע צײַט די זעלבע פֿראַגע: וואָס מיינט דער נצחון פֿון סקאָט בראַון אין די אַנומלטיקע סענאַט-וואַלן — אַז דער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט זיך באַנאַרישט אָדער אַז דער מאַסאַטשוסעטער המון איז אין גאַנצן אַראָפּ פֿון זינען? אָדער נאָך עפּעס אַזוינס. וועגן דעם וועט מען איצט רעדן און רעדן; כאָטש קיינער, דאַכט זיך, גיט ניט קיין קלאָרן ענטפֿער. מאָדנע לענדער, ווי אויך כּמו-לענדער און כּמעט-קיין-לענדער-ניט, האָבן זיך באַוויזן אין אייראָפּע מיט צוויי יאָרצענדליק צוריק, אויף די חורבֿות פֿון דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און יוגאָסלאַוויע. באָסניע איז איינע פֿון אַזעלכע מדינות. נאָך דער בלוטיקער מלחמה אין די 1990ער יאָרן, האָט מען, אונטערן פּאָליטישן און מיליטערישן דרוק מצד די פֿאַראייניקטע שטאַטן און מערבֿ-אייראָפּע, קוים-קוים געפֿונען עפּעס אַ פּשרה. די שחיטה איז אָפּגעשטעלט געוואָרן. מיט הונדערט יאָר צוריק האָט אין "פֿאָרווערטס" דעביוטירט מיט אַ דערציילונג דער יונגער פּען-מענטש מענדל אָשעראָוויטש (1888—1965). אין אַמעריקע האָט ער, אַ געבוירענער אין אוקראַיִנע, צו יענער צײַט פֿאַרבראַכט נאָר אַ יאָר און געזוכט, מיט וואָס ער זאָל זיך באַשעפֿטיקן. אין 1914 האָט ער אַ באַשעפֿטיקונג געפֿונען: אים האָט מען פֿאָרגעלייגט צו אַרבעטן אין "פֿאָרווערטס". שפּעטער איז ער געווען אַ פֿירנדיקער "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסט און רעדאַקטאָר. דער יעקבֿ גראָפּער־פֿאָנד, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן לויט דער צוואה פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם ייִדיש־רומענישן דיכטער יעקבֿ גראָפּער, פֿאַרטיילט יעדעס יאָר פּרעמיעס פֿאַר ייִדישע דיכטער, שרײַבער און פֿאָרשער פֿון רומענישן ייִדנטום, כּדי זיי צו דערמעגלעכן אַרויסצוגעבן זייערע שאַפֿונגען, ווי אויך סטיפּענדיעס פֿאַר סטודענטן, וועלכע צייכענען זיך אויס בײַ זייערע לימודים פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור און דער געשיכטע פֿון רומענישן ייִדנטום. עטלעכע מחשבֿות און אײַנדרוקן ניטאָ אין דער גאָרער ייִדישער וועלט אַזאַ שטאָט, וווּ מען פֿילט זיך אין די איצטיקע טעג אַזוי טיף־עמאָציאָנעל, ווי אין ירושלים. גענוג בלויז צו הערן, דאָס קול פֿונעם שמשׂ אין די נאָך־פֿינצטערע שעהען פֿון דעם פֿרימאָרגן: "ייִדן שטייט אויף צו סליחות!" און דעם הילכיקן קלאַנג פֿון דעם שופֿר, וואָס זאָגט אָן, אַז ייִדן זאָלן אָנהייבן "זיך מכין צו זײַן" צו די טעג פֿון יום־הדין און חשבון־הנפֿש, וואָס רירן און וועקן אויף אַ ציטעריקע סטרונע טיף אין האַרצן. עס איז שוין אַן אײַנגעשטעלטע טראַדיציע אין אונדזער מדינה, אַז ווען עס דערנענטערט זיך צו זײַן סוף דער הייסער אויגוסט־חודש, און דער קאַלענדאַר זאָגט אָן דעם אָנקום פֿון דעם 1טן טאָג פֿון סעפּטעמבער, הייבן זיך אָן אומעטום די פֿיבערדיקע און פֿלײַסיקע הכנות צו דעם נײַעם לערן־יאָר. די געשעפֿטן ווערן באַלאַגערט מיט משפּחות און קינדער, וואָס קויפֿן אײַן די לערנביכער, העפֿטן און אַנדערע נייטיקע מאַטעריאַלן און צודאַטן פֿאַר די נאָענטע לימודים אין קלאַס און אין דער היים. אין די לעצטע חדשים האָב איך שוין עטלעכע מאָל באַשריבן די דעמאָנסטראַציעס און צוזאַמענשטויסן מיט דער פּאָליציי, צווישן די עקסטרעמע חרדישע גרופּעס פֿון מאה־שערים און אַנדערע פֿרומע, רעליגיעזע געגנטן, קעגן דעם ראָש־העיר (בירגערמײַסטער) פֿון ירושלים ניר ברקת (באַרקאַט), פֿאַר זײַן באַשלוס צו דערלויבן די הונדערטער אויטאָס, וואָס קומען שבת און יום־טובֿ קיין ירושלים, צו פּאַרקן אין דעם "קרתּא"־פּאַרקפּלאַץ, נאָענט צו דעם שער־יפֿו. אַזוי האָט זיך שוין באַקומען, אַז אין דעם "טיוב", ווי די לאָנדאָנער תּושבֿים רופֿן זייער אונטערבאַן, האָב איך זיך ניט אַראָפּגעלאָזט אין משך פֿון עטלעכע יאָר. געוויינטלעך קום איך קיין לאָנדאָן מיט אַן אויטאָ, צו די קינדער. אַן אויטאָבוס האָט פֿון מאָל צו מאָל געלייזט מײַנע פּראָבלעמען פֿון פֿאָרן ערגעץ אין צענטער, וווּ ס׳איז משוגע טײַער איבערצולאָזן אַן אויטאָ. אָבער דעם זומער האָב איך אַ פּאָר מאָל יאָ גענוצט דעם "טיוב" און האָב אַ טראַכט געטאָן, אַז די דאָזיקע אַלטע טראַנספּאָרט-נעץ איז ניט צו פֿאַרגלײַכן בעסער פֿון דער ניו-יאָרקער אונטערבאַן. כ׳האָב אַמאָל געקענט אַ חבֿרה־מאַנטע, וועלכע איז כּסדר אַרומגעלאָפֿן איבער בויבעריק, אַן אַמאָליקע ייִדישע זומער־קאָלאָניע אין פּאָקיפּסי, ניו־יאָרק, און געשריגן: "געוואַלד ייִדן! כ׳האָב פֿאַרלוירן מײַן שמואל ב׳, אפֿשר האָט עמעצער געזען מײַן שמואל ב׳?" פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳רובֿ פֿון די בויבעריקאַנער האָבן נישט געהאַט די מינדסטע אַנונג וואָס דאָ קומט פֿאָר און וואָס די גרויסע רביצין האַקט אַ טשײַניק. האָט איינע זי אָפּגעשטעלט און געפֿרעגט: דאָס לערניאָר 2008—2009 האָט זיך שוין פֿאַרענדיקט. איבער אַ מיליאָן צוויי הונדערט טויזנט תּלמידים פֿון די קינדער־גערטנער און עלעמענטאַרע שולן, איבער זעקס הונדערט טויזנט תּלמידים פֿון די מיטלשולן אין לאַנד, זענען איצט פֿרײַ פֿון זייער לערניאָר, ביז דעם 1טן סעפּטעמבער — גאַנצע צוויי חדשים פֿון חופֿש־הגדול, פֿון די זומער־וואַקאַציעס. די הייסע זומערטעג זענען אין פֿולן ברען. טויזנטער און טויזנטער יוגנטלעכע און דערוואַקסענע פֿאַרברענגען אויף די פּלאַזשעס — די ים־ברעגן פֿון לאַנד, די ייִנגערע און די פֿאַרשיידענע זומער־לאַגערן, אָרגאַניזירט פֿון די מוניציפּאַליטעטן, אָדער פּריוואַטע אונטערנעמער. איר געדענקט, אַ פּנים, ווי אין דעם פֿילם Moonstruck (וואָס איך האָב ליב און נעם אויף ווי, אין תּוך אַרײַן, אַ ייִדישע געשיכטע מיט איטאַליענישע פּערסאָנאַזשן) זאָגט צום סוף דער פֿאַרוויינטער עלטערער קאַסטאָריני: I am confused, "איך האָב זיך פֿאַרפּלאָנטערט" — דער זקן האָט ניט געקענט פֿאַרשטיין, מיט וועמען זײַן אייניקל גייט חתונה האָבן. אַזוי האָבן לעצטנס געהאַלטן בײַם פֿאַרפּלאָנטערן זיך די בריטישע ריכטער. |