די לעצטע טעג האָב איך כּמעט אויפֿגעהערט צו קוקן די טעלעוויזיע-נײַעס, ווײַל מע קײַעט דאָרטן איבער די גאַנצע צײַט די זעלבע פֿראַגע: וואָס מיינט דער נצחון פֿון סקאָט בראַון אין די אַנומלטיקע סענאַט-וואַלן — אַז דער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט זיך באַנאַרישט אָדער אַז דער מאַסאַטשוסעטער המון איז אין גאַנצן אַראָפּ פֿון זינען? אָדער נאָך עפּעס אַזוינס. וועגן דעם וועט מען איצט רעדן און רעדן; כאָטש קיינער, דאַכט זיך, גיט ניט קיין קלאָרן ענטפֿער.
טאָמער ווילט איר הערן מײַן מיינונג, קען איך עס אַרויסזאָגן: מע דאַרף זייער ערנסט אַרײַנקוקן אין דער אַכילה. מיר שײַנט, אַז דעם אַמעריקאַנער עולם שיט מען אונטער עפּעס אַ סם, וואָס מאַכט פֿון זיי זאָמביס. ניט צופֿעליק האָבן דאָך די אייראָפּעער מורא צו קויפֿן עסנוואַרג, פּראָדוצירט אויף דער זײַט פֿון אַטלאַנטיק. אַרטור שאָפּענהאַוער, דער דײַטשישער פֿילאָסאָף-פּעסימיסט, האָט נאָך מיט אַן אָנדערהאַלבן יאָרהונדערט צוריק אַ זאָג געטאָן, כּמעט אויף ייִדיש: Der Mensch ist, was er isst — דער מענטש איז דאָס, וואָס ער עסט. סאָציאָלאָגן וואָלטן געדאַרפֿט אויספֿאָרשן די דיעטע פֿון די מאַסאַטשוסעטער תּושבֿים, צו פֿאַרגלײַכן עס בײַ די וואָס האָבן געשטימט פֿאַר סקאָט בראַונען און קעגן אים.
אַ חוץ דעם זשורנאַליסטישן שילשול, וועט זיך די נײַע, נאָך-סקאָט-בראַונישע פּאָליטישע לאַנדשאַפֿט, בלי-ספֿק, בײַטן אין פֿאַרשיידענע ווינקלען פֿון אַמעריקאַנער (און ניט נאָר אַמעריקאַנער) לעבן. מע האַלט, אַ שטייגער, אַז דער נײַער באַלאַנס פֿון כּוחות וועט העלפֿן די יוניאָנס צו מאַכן שטאַרקער זייערע פּאָזיציעס. די לאָגיק פֿון אָט דער השרה איז אַזאַ: די אַדמיניסטראַציע און די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי וועלן זיך נייטיקן אין דעם אָרגאַניזירטן כּוח פֿון די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראייניקונגען, כּדי זיך ווידער ניט באַנאַרישן אין די קומענדיקע וואַלן. הגם די צאָל יוניאָן-מיטגלידער איז אין יאָר 2009 געפֿאַלן אויף 771,000, בלײַבן נאָך אין די רייען 15.3 מיליאָן אָרגאַניזירטע אַרבעטער — אַ ממשותדיקע וויילער פֿאַר די וואַלן.
די הײַנטיקע יוניאָנס זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, ניט די זעלבע ווי אַ מאָל. קודם-כּל, האָט זיך זייער געביטן דער דורכשניטלעכער פּרצוף פֿון אַ מיטגליד. טאָמער פֿריִער זײַנען עס געווען, דער עיקר, פֿאַבריק-אַרבעטער צי בוי-אַרבעטער, זײַנען עס הײַנט אָפֿט מאָל אָנגעשטעלטע. איצט האָט זיך צום ערשטן מאָל אין דער גאַנצער אַמעריקאַנער געשיכטע געשאַפֿן אַזאַ מצבֿ, ווען ס׳רובֿ יוניאָן-מיטגלידער — 7.9 מיליאָן נפֿשות — אַרבעטן פֿאַר דער מלוכה. אין דעם פּריוואַטן סעקטאָר זײַנען איצט יוניאָניזירט בלויז 7.2 פּראָצענט אַרבעטער, ווייניקער ווי מיט אַ יאָר צוריק, ווען דער חלק איז געווען 7.6 פּראָצענט. אַזאַ קליינעם חלק יוניאָניזירטע אַרבעטער אין דעם פּריוואַטן סעקטאָר האָבן די פֿאַראייניקטע שטאַטן ניט געהאַט זינט דעם יאָר 1900. אין דעם מלוכה-סעקטאָר איז די טענדענץ גאָר אַן אַנדערע: דער פּראָצענט פֿון יוניאָן-מיטגלידערשאַפֿט איז אויסגעוואַקסן פֿון 36.8 אין 2008 ביז 37.4 אין 2009.
דער מצבֿ אין די יוניאָנס שפּיגלט אָפּ דעם אַלגעמיינעם אינדוסטריעלן קריזיס. מיליאָנען מענטשן האָבן פֿאַרלוירן און פֿאַרלירן נאָך אַלץ אַרבעט אין פּריוואַטע אונטערנעמונגען. גלײַכצײַטיק וואַסקט (אמת, ניט געוואַנלדיק גיך) די צאָל לײַט, וואָס באַקומען אַרבעט אין מלוכה-אינסטיטוציעס. מע רעדט וועגן דעם, אַז אַ "גוטע אַרבעט" אין דעם פּריוואַטן סעקטאָר האָט אַ גרעסערן שאַנס פֿון פֿאַרלירן צו ווערן, איידער אַ "שלעכטע אַרבעט". און אַ "גוטע אַרבעט" איז אָפֿט מאָל דווקא אַ יוניאָניזירטע אַרבעט. וועגן דעם זאָגט עדות די סטאַטיסטיק: בעת אַ יוניאָניזירטער אַרבעטער האָט פֿאַראַיאָרן פֿאַרדינט דורכשניטלעך 908 דאָלאַר אַ וואָך, האָבן די וועכנטלעכע שׂכירות פֿון אַ ניט-יוניאָניזירטן אַרבעטער דערגרייכט נאָר 710 דאָלאַר.
שוין איצט זעט מען סימנים פֿון דער גרייטקייט מצד דער וואַשינגטאָנער אַדמיניסטראַציע זיך צוצוהערן צו די יוניאָנס. די רייד גייט, למשל, וועגן אָננעמען פּראָטעקציאָניסטישע געזעצן, קודם-כּל, כּדי געבן אַ מעגלעכקייט צו קאָנקורירן מיט ביליקע פּראָדוקטן פֿון אויסלאַנד, בפֿרט פֿון כינע. מע טוט עס, כּדי צו שאַפֿן באַדינגונגען פֿאַר דער אַמעריקאַנער אינדוסטריע, און דאָס קען, אין לעצטן סך-הכּל, אויסבעסערן די שווערע לאַגע אויפֿן אַרבעטער-מאַרק. העכערע שטײַערן זײַנען שוין אײַנגעפֿירט פֿאַר אימפּאָרטירטע מעטאַל-קאָנסטרוקציעס און גומערייפֿן. אין גיכן וועט מען, אַ פּנים, טאָן דאָס זעלבע מיטן אימפּאָרטירטן גלאָז און מיט אייניקע אַנדערע סחורות.
פֿאַרן ברייטן עולם זײַנען די פּראָטעקציאָניסטישע מיטלען ניט גוט, מחמת זיי וועלן ברענגען מיט זיך העכערע פּרײַזן. אָבער דער ברייטער עולם איז ניט אָרגאַניזירט, בעת די יוניאָנס, וואָס פֿאַראייניקן אינדוסטריעלע אַרבעטער, זײַנען יאָ אָרגאַניזירט און דערפֿאַר רעכנט מען זיך מיט זיי. דער ברייטער עולם האָט אויך אַנדערע אינטערעסן, אין פֿאַרגלײַך מיט די יוניאָנס, וואָס רעפּרעזענטירן די מלוכה-אַרבעטער, וועלכע ווערן אויסגעהאַלטן אַ דאַנק די שטײַערן. דאָס מיינט, אַז ס׳רובֿ אַמעריקאַנער זײַנען פֿאַראינטערעסירט אין מינימיזירן דעם מלוכה-סעקטאָר. הקיצור, פֿאַר אונדזערע אויגן, אין דעם שאָטן פֿון די מאַסאַטשוסעטער וואַלן און אַנדערע געשעענישן, אַנטוויקלט זיך אַ נײַער עפּיזאָד אין דער אַרבעטער-געשיכטע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן.