אַזוי האָט זיך שוין באַקומען, אַז אין דעם "טיוב", ווי די לאָנדאָנער תּושבֿים רופֿן זייער אונטערבאַן, האָב איך זיך ניט אַראָפּגעלאָזט אין משך פֿון עטלעכע יאָר. געוויינטלעך קום איך קיין לאָנדאָן מיט אַן אויטאָ, צו די קינדער. אַן אויטאָבוס האָט פֿון מאָל צו מאָל געלייזט מײַנע פּראָבלעמען פֿון פֿאָרן ערגעץ אין צענטער, וווּ ס׳איז משוגע טײַער איבערצולאָזן אַן אויטאָ. אָבער דעם זומער האָב איך אַ פּאָר מאָל יאָ גענוצט דעם "טיוב" און האָב אַ טראַכט געטאָן, אַז די דאָזיקע אַלטע טראַנספּאָרט-נעץ איז ניט צו פֿאַרגלײַכן בעסער פֿון דער ניו-יאָרקער אונטערבאַן.
קיין שעדעווער פֿון אַרכיטעקטור איז עס ניט, אָבער מע פֿילט זיך ניט, פֿונדעסטוועגן, דערנידעריקט — אַ געפֿיל וואָס איך האָב אָפֿט מאָל, ווען איך שטיי אויף אַן אונטערבאַן-פּלאַטפֿאָרם אין ניו-יאָרק.
עס בלײַבט מיר נאָר צו האָפֿן, אַז אַ מאָל וועט אַ פּרעזידענט-קאַנדידאַט קומען מיט אַ פּראָגראַם פֿון מאָדערניזירן די אַמעריקאַנער טראַנספּאָרט סיסטעם, בפֿרט די מיאוסקייט פֿון "סאָבוויי". צי הייסט עס אַז מע דאַרף אומבאַדינגט נעמען פֿאַר אַ מאָדעל די לאָנדאָנער דערפֿאַרונג? אָדער בויען אונטערערדישע פּאַלאַצן ווי אין מאָסקווע? פֿאַרשטייט זיך, אַז ניט דאָס איז דער ריכטיקער ענטפֿער. מע דאַרף זיך אָנשפּאַרן אויף דער גאַנצער עקזיסטירנדיקער דערפֿאַרונג און אויף דעם סמך אויסקלײַבן אַ בעסערע קאָמבינאַציע.
עפּעס אַזוינס מוז אויך זײַן מיטן מאָדערניזירן די אַמעריקאַנער מעדיצין־סיסטעם. וווּ שטייט עס געשריבן, אַז די בריטישע סיסטעם איז אַ פּערפֿעקטער פֿאַרגלײַך-וואַריאַנט? עס האָט אירע פּאָזיטיווע און נעגאַטיווע זײַטן. אָבער דאָס הייסט ניט, אַז טאָמער עפּעס גייט ניט זייער גוט אין ענגלאַנד, דאַרף מען ניט בײַטן דעם געלט-גיריקן אַמעריקאַנער מעדיצינישן מאָנסטער, וועלכער באַציט זיך אומיושרדיק צו צענדליקער מיליאָנען לײַט.
איך וווין שוין אין ענגלאַנד נאָענט צו צוואַנציק יאָר, און מיר איז ניט איין מאָל אויסגעקומען צו קומען אין אַ דירעקטן, צי אומדירעקטן, באַריר מיט דער היגער מעדיצינישער באַדינונג. איך האָב קיין מאָל אַפֿילו ניט געהערט (ביז איך האָב עס ניט איבערגעלייענט אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע), אַז די בריטישע דאָקטוירים זאָגן זיך אָפּ צו העלפֿן אַלטע לײַט. דאָס איז זיכער אַ ווילדער שקר. איין מאָל האָב איך געמוזט פֿאַרברענגען אין שפּיטאָל כּמעט אַ גאַנצן טאָג און מע האָט מיך אַוועקגעלייגט אין אַ פּאַלאַטע. בין איך געווען זיכער, אַז דאָס איז געווען אַ געריאַטרישער אָפּטייל, מחמת אַלע שכנים מײַנע זײַנען געווען אין די אַכציקער. מײַן טאָכטער, דעמאָלט אַ סטודענטקע פֿון מעדיצין, האָט לאַנג געלאַכט, ווען איך האָב איר דאָס געזאָגט. "אַלע פּאַלאַטעס זײַנען געריאַטרישע. וועמען נאָך האַלט מען אין שפּיטאָלן?" — האָט זי מיר דערקלערט.
ווי אַ מענטש, וואָס האָט אַ דערפֿאַרונג פֿון ביידע זײַטן אָקעאַן, ווייס איך, אַז עס זײַנען טאַקע דאָ גרויסע אונטערשיידן צווישן דער אַמעריקאַנער און בריטישער מעדיצינישער סיסטעם. מיט אַ צײַט צוריק האָב איך אָנגעהויבן פֿילן — און זען — אַז אונטער מײַנע אויגן וואַקסן אויס פֿון צײַט צו צײַט גאַנצע "זעק"; דאָס הייסט, זיי ווערן געשוואָלן ווי עס מאַכט זיך בײַ אַן אַלערגישער רעאַקציע. איך האָב אַפֿילו געטראַכט, אַז אַזוי האָט מײַן אָרגאַניזם רעאַגירט אויף דער בוש-פּאָליטיק. אָבער ס׳איז שוין געקומען אָבאַמאַ, און די "זעק" פֿלעגן סײַ-ווי-סײַ זיך באַווײַזן.
סוף-כּל-סוף, האָב איך באַשלאָסן (נאָך באַקומען אַ גאָב פֿון מײַן ווײַב) צו גיין צו אַ דאָקטער. געווען איז עס ענגלאַנד. האָב איך אָנגעקלונגען נײַן אַ זייגער אין דער פֿרי, און אַרום איינס אַזייגער בין איך שוין געזעסן בײַם דאָקטער, וואָס האָט אויף מיר אַ קוק געטאָן, געגעבן מיר אַ רעצעפּט און געבעטן קומען, אויב די רפֿואה וועט ניט העלפֿן. געדויערט האָט עס אַ מינוט פֿינף, ניט מער. די רפֿואה האָט יאָ געהאָלפֿן, און נאָך מער האָט מיר געהאָלפֿן אַן אײַנפֿאַל — איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז איך בין געוואָרן אַלערגיש צו גרייפּפֿרוכטן און מאַראַנצן. מילא, אָן דעם קען איך לעבן, ס׳איז דאָך ניט משקה.
דער וויזיט בײַם דאָקטער איז געווען פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, און פֿאַר דער רפֿואה האָב איך באַצאָלט 7 פֿונט מיט 20 פּענס — אַזוי פֿיל קאָסט יעדע רפֿואה אין ענגלאַנד. אין עטלעכע יאָר אַרום, ווען איך וועל ווערן 60 יאָר אַלט, וועט עס זײַן פֿאַר מיר אין גאַנצן אומזיסט.
וואָס וואָלט געווען, אויב איך וואָלט אַוועק צו מײַן אַמעריקאַנער דאָקטער? ער וואָלט שוין מיך אַרומגעקוקט און אַרומגעטאַפּט פֿון אַלע זײַטן, אויסגעמאָסטן אַלץ וואָס עס לאָזט זיך מעסטן, און טעסטירט אַלץ וואָס עס לאָזט זיך טעסטירן. די פֿאַרזיכערונג וואָלט עס אַלץ געדעקט. דערווײַל וואָלט איך באַצאָלט 20 דאָלאַר "קאָופּיימענט", און איך ווייס שוין ניט וויפֿל וואָלט די אַפּטייק געמאָנט פֿאַר די רפֿואות.
אָבער נאָך א מאָל: איך לייג ניט פֿאָר צו נעמען ענגלאַנד פֿאַר אַ מאָדעל פֿון יושרדיקער מעדיצין. אין ענגלאַנד לעבט מען דאָך (דורכשניטלעך) אין גאַנצן אויף איין יאָר מער ווי אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. טאָ פֿאַר וואָס ניט אַ קוק טאָן אויף אַזעלכע לענדער ווי ישׂראל צי פֿראַנקרײַך, וווּ מע לעבט אויף אַ פּאָר יאָר לענגער? בכלל, דער גאַנצער היסטערישער רעש אַרום די פּלענער פֿון אויסצומענטשלען די אַמעריקאַנער מעדיצין שטאַמט, דער עיקר, פֿון עם-הארצות. אַנדערש איז עס שווער צו דערקלערן.