- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אינעם פֿאָריקן נומער פֿון "פֿאָרווערטס" איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן מרכדי דוניצס אַרטיקל וועגן די אַנומלטיקע קאָנטראָווערסאַלע דעמאָנסטראַציעס פֿון פֿרומע נאַציאָנאַליסטן אין ישׂראל, אונטערן קעפּל "רבנים קעגן די געזעצן פֿון לאַנד". די טרויעריקע און באַדראָענדיקע מעשׂה, וועלכע דוניץ האָט געשילדערט, האָט אַ לאַנגע געשיכטע און איז פֿאַרבונדן מיטן נע־ונד אין דער הײַנטיקער חב״ד־באַוועגונג. מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט די ישׂראלדיקע פּאָליציי פֿאַרדעכטיקט הרבֿ דובֿ ליאור, אַ באַקאַנטן ליובאַוויטשער רבֿ און אַ פֿירער פֿון די עקסטרעם־רעכטע ייִשובֿניקעס, אין פּרעדיקן שׂינאה קעגן די נישט־ייִדן און קעגן דער ישׂראלדיקער רעגירונג. ליאור האָט געשטיצט דעם ספֿר "תּורת־המלך", וווּ עס ווערט דערקלערט, אַז אַ ייִד האָט, כּלומרשט, רעכט צו דערהרגענען אַלע גויים, וועלכע דערוועגן זיך אַרויסצוטרעטן קעגן מדינת־ישׂראל, צוזאַמען מיט זייערע קינדער. דער מחבר פֿונעם דאָזיקן ספֿר, הרבֿ יצחק שאַפּירא, אויך אַ ליובאַוויטשער רבֿ און אויך אַ פֿירער פֿון די ייִשובֿניקעס, דערקלערט גאַנץ קלאָר, אַז אַלע גויים, אַפֿילו די בעסטע צווישן זיי, זענען אונטערמענטשן, וועלכע קאָנען נישט פֿאַרגליכן ווערן מיט די הייליקע ייִדן. דערפֿאַר, הגם מע טאָר נישט אומברענגען אַ גוי סתּם אַזוי, אָן קיין סיבה, דאַרפֿן נישט די ייִדן, לויט שאַפּיראס מיינונונג, צערעמאָניעווען זיך צופֿיל מיט די פֿאָרשטייער פֿון אַנדערע פֿעלקער. נאָך זײַן נײַעם סעריאַלן נצחון, מיט וועלכן דער פּרעמיער־מיניסטער נתניהו איז הײַנטיקע וואָך באַשאָנקען געוואָרן אין זײַן פֿאַרמעסט קעגן די פּרוּוון פֿון די פּראָ־פּאַלעסטינער אָרגאַניזאַציעס אין אייראָפּע אַדורכצוברעכן די בלאָקאַדע קעגן עזה — איז אים געוואָרן פֿאָרגעלייגט, ווי זײַן קומענדיקע אָפּעראַציע, מבֿטל צו מאַכן דעם חודש סעפּטעמבער אינעם קאַלענדאַר — און פּטור אַן עסק. אויס מיט סעפּטעמבער — און אויס מיטן קאָפּ־ווייטיק! דעם דאָזיקן "קאָנסטרוקטיוון פֿאָרשלאַג" האָט ער באַקומען, פֿאַרשטייט זיך, אין אַ סאַטירישער קאַריקאַטור אין איינער פֿון די היגע צײַטונגען. אויף וויפֿל דער געדאַנק ווערט אויסגעדריקט אין די ראַמען פֿון דעם פּובליציסטישן הומאָר, שפּיגלט ער אָבער אָפּ דעם טרויעריקן אמת פֿון דער פּאָליטישער ווירקלעכקייט, לויט וועלכער דער חודש סעפּטעמבער וואָלט געטאָן דעם פּרעמיער נתניהו אַ גרויסע מיצווה, ווען ער וואָלט געלאָזט זיך אויסמעקן פֿון דעם קאַלענדאַר. אָבער אַזוי ווי עס קען שוין נישט ווערן אויסגעמעקט פֿון דער געשיכטע דער פֿאַרשאָלטענער 1טער סעפּטעמבער 1939, וועלכער האָט אונדז געבראַכט די היטלער־מלחמה און דעם חורבן פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום, אַזוי קען אויך נישט איגנאָרירט ווערן דער פֿאַקט, אַז אויסער די פּאַסירונגען, וואָס דערוואַרטן דער מדינה אין דעם נאָענטן חודש סעפּטעמבער 2011, וועלכער שטייט שוין אָט-אָט "אַ ליאַדע מינוט" אויף דער שוועל, האָבן מיר הינטער זיך אויך די היסטאָרישע דאַטע פֿון דעם 13טן סעפּטעמבער 1993, מיט 18 יאָר צוריק, ווען עס איז געוואָרן אונטערגעשריבן אין וואַשינגטאָן דער אָפּמאַך פֿון אָסלאָ. הײַיאָר, דעם 29סטן סעפּטעמבער, וועט ווערן זיבעציק יאָר זינט דעם טאָג, ווען דער קיִעווער באַבי-יאַר האָט אויפֿגעהערט צו זײַן פּשוט אַ געגנט אין דער אוקראַיִנישער הויפּטשטאָט. מיט זיבן יאָרצענדליק צוריק איז עס אַרײַן אין דער געשיכטע ווי אַן אָרט פֿון איינער פֿון די שרעקלעכסטע שחיטות אין דער חורבן-געשיכטע. נאָך דער מלחמה האָט באַבי-יאַר בולט סימבאָליזירט די באַציִונג פֿון דעם סאָוועטישן רעזשים צו חורבן-מעמאָריאַלן. הגם אַן אַרטיקל פֿון מירע אײַזענשטאַדט — אונטערן טיטל "אַ דענקמאָל אין באַבי-יאַר" — האָט זיך באַוויזן אין דער מאָסקווער ייִדישער צײַטונג "אייניקייט" נאָך דעם 7טן יולי 1945, האָט דאָס שחיטה-אָרט ניט געהאַט קיין מעמאָריאַל אין משך פֿון די קומענדיקע דרײַ יאָרצענדליק. און ווען מע האָט שוין יאָ געשטעלט אַ דענקמאָל, האָט עס בכּיוון קיין שײַכות ניט געהאַט צו ייִדן. די סאָוועטישע רעגירונג האָט בשום-אופֿן ניט געוואָלט שאַפֿן קיין באַזונדערן ייִדישן אָנדעק-אָרט, און ס׳איז שווער צו געפֿינען אַ מאָס, וואָס קען אָפּמעסטן דעם חלק פֿון אַנטיסעמיטיזם און דעם חלק, וואָס האָט אָפּגעשפּיגלט די מורא פֿון "שטאַרקער מאַכן דעם ייִדישן נאַציאָנאַליזם". מע האָט אויך קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן, אַז די שחיטה האָבן דורכגעפֿירט 1,500 גזלנים, צווישן וועלכע עס זײַנען געווען 300 דײַטשן און 1,200 אוקראַיִנער. אַזעלכע פּרטים האָבן געקענט שטערן דעם אָפֿיציעלן געפֿיל פֿון "פֿעלקער-פֿרײַנדשאַפֿט", וואָס האָט געדאַרפֿט הערשן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד בכלל, און אין סאָוועטן-אוקראַיִנע, בפֿרט. בײַ מיר אין שטוב ליגן עטלעכע ראָמאַנען און דערציילונג־זאַמלונגען פֿון חסידישע און אַנדערע פֿרומע שרײַבער. ווי עס זעט אויס, איז דער ציל פֿון די ביכער אַ צוויי־פֿאַכיקער: ערשטנס, צו פֿאַרווײַלן די לייענער, אַוודאי, אָבער צווייטנס, צו אינספּירירן אים (אָדער זי) וועגן דער פּראַכט פֿון גאָטס וועלט; אָנצוּווײַזן ווי אַזוי אַ מענטש קען געפֿינען אַ גײַסטיקן חיזוק אַפֿילו פֿון די פּשוטסטע טאָג־טעגלעכע געשעענישן. די ביכער זענען זייער פּאָזיטיוו־געשטימט, און מײַדן אויס לשון־הרע (מיט אַנדערע ווערטער, קריטיק און נעגאַטיווע באַמערקונגען). דער ציל קלינגט שיין. די פּראָבלעם איז אָבער, אַז די העלדן קומען אויס איין־זײַטיק. איך קען זיך מיט זיי נישט אידענטיפֿיצירן ווײַל אין מיר אַליין געפֿינען זיך דאָך סײַ פּאָזיטיווע, סײַ נעגאַטיווע געפֿילן; סײַ האָפֿענונגען, סײַ אַנטוישונגען; סײַ פֿרייד, סײַ כּעס. דערפֿאַר, ווען איך לייען אַזאַ דערציילונג, קען איך נישט מיטפֿילן מיטן שרײַבער, סײַדן ער ווײַזט אָן זײַנע, אָדער זײַן העלדס אמתדיקע געפֿילן און געדאַנקען. במשך פֿון די לעצטע צען יאָר האָט זיך אָבער געפֿונען אַ חסידישער שרײַבער אויף דער אינטערנעץ, וואָס שרײַבט יאָ פֿון האַרצן, און טאַקע אויף ייִדיש. מיט אַ קריטיש אויג און אַ שאַרפֿן הומאָר, גיט ער איבער זײַנע אָבסערוואַציעס סײַ פֿון דער חסידישער, סײַ פֿון דער סעקולערער געזעלשאַפֿט: וועגן ליבע און חתונה האָבן, וועגן ערלעכקייט און היפּאָקריטסווע, אַפֿילו וועגן זײַנע אייגענע סעסיעס בײַ אַ סעקולערער פּסיכאָטעראַפּעווטין. ער שרײַבט די אָבסערוואַציעס אונטערן פּסעוודאָנים, קטלא קניא (דער טײַטש דערפֿון: "אַיִר־שנײַדער" אָדער "פֿאַרשטאָפּטן קאָפּ"), אינעם בלאָג* http://www.katlekanye.blogspot.com דאָנערשטיק, דעם 27סטן יוני, האָט די ישׂראל־פּאָליציי אַרעסטירט אויף אַ קורצער צײַט דעם רבֿ דבֿ ליאור פֿון קרית־אַרבע, נעבן חבֿרון, איינער פֿון די פּראָמינענטע מנהיגים פֿון רעליגיעזן ציוניזם. די סיבה: מיט אַ צײַט צוריק איז ער געווען אײַנגעלאַדן צו קומען אין דעם פּאָליציי־אַמט, אויפֿן סמך פֿון דעם חשד, אַז ער האָט געהעצט קעגן דער רעגירונג; אַז ער האָט געשטיצט די באַהויפּטונגען אין דעם ספֿר "תּורת־המלך", וואָס דערלויבט לויט דער הלכה, צו הרגענען אַ גוי, אין דעם פֿאַל אַ ישׂראל־אַראַבער, אָן וועלכער עס איז שולד. דער חשובֿער רבֿ האָט עפֿנטלעך איגנאָרירט די דאָזיקע אײַנלאַדונג פֿון דער ישׂראל־פּאָליציי. ער האָט עפֿנטלעך דערקלערט, אַז ער איז ניט מחויבֿ אויסצופֿילן די דאָזיקע פֿאַרבעטונג צו ווערן אויסגעפֿאָרשט פֿון דער פּאָליציי. ווען ער איז אין יענעם טאָג אָנגעקומען קיין ירושלים האָט אים די פּאָליציי פּלוצלינג געכאַפּט און אַוועקגעפֿירט אין אויספֿאָרשונגס־אַמט אין לוד, און נאָך אַ קורצן פֿאַרהער האָט מען אים באַפֿרײַט. עס האָט לאַנג ניט געדויערט, ווי די ידיעה וועגן דעם אַרעסט האָט זיך שנעל פֿאַרשפּרייט אומעטום, צווישן די רעכטע, עקסטרעמע, מיליטאַנטישע רעליגיעזע קרײַזן. נאָכמיטאָג האָבן הונדערטער פֿון זיי זיך פֿאַרזאַמלט און באַלאַגערט דעם בנין פֿון העכסטן געריכט אין צענטער פֿון שטאָט, אַן אַנדער גרופּע האָט זיך קאָנצענטרירט און פֿאַרשטאָפּט דעם שאָסיי בײַם אַרײַנקום אין ירושלים. דאָס זעלבע איז געשען אין אַנדערע שטעט און ייִשובֿים. נישט נאָר די מאָדערנע טעכנאָלאָגיע פֿון דעם 21סטן יאָרהונדערט האַלט אין איין באַווײַזן וווּנדער. מיטן כּוח פֿון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע האָט אויך גענומען באַווײַזן אירע וווּנדערס די מאָדערנע סאָציאָלאָגיע, וואָס האָט אין דעם צווייטן יאָרצענדליק פֿון דריטן יאָרטויזנט אַרויסגעפֿירט אויף די באַריקאַדן פֿון דער סאָציאַלער רעוואָלוציע "אין הייליקן לאַנד" די נײַע "סינדערעלאַ" פֿון דער בלוי־ווײַסער שפּײַז־אינדוסטריע, דעם קאָטעדזש־קעז — דעם ווייכן צוואָרעך פֿאַר אָרעמעלײַט — און אים געקרוינט מיטן ריטערלעכן ערן־טיטל פֿון דער מאָדערנער סאָציאַלער רעוואָלוציע: די זאָ גענאַנטע, אַזוי־גערופֿענע "קאָטעדזש־רעוואָלוציע". עס בעט זיך אָבער צו געבן אייניקע אויפֿקלערונגען בנוגע די מאָדערנע באַגריפֿן און דערשײַנונגען, וואָס זענען אַנגאַזשירט אין דעם דאָזיקן אויסטערלישן פּראָצעס: די באַריקאַדן זײַנען נישט קיין באַריקאַדן, און — אין שאַרפֿן קעגנזאַץ צו די רעוואָלוציאָנערע אַנטוויקלונגען, וואָס קומען איצט פֿאָר אין דער שכנותדיקער סבֿיבֿה — אין דער אַראַבישער וועלט אַרום אונדז, וווּ עס ווערט פֿאַרגאָסן מענטשלעך בלוט אויף די גאַסן פֿון באַלאַגערטע שטעט — איז די ווײַסע קאָטעדזש־רעוואָלוציע אַ "ווירטועלע", אין וועלכער עס ווערט נישט פֿאַרגאָסן נישט נאָר קיין טראָפּן בלוט, נאָר אויך נישט קיין טראָפּן טינט; און אַפֿילו נישט קיין טראָפּן מילך, פֿון וועלכן דער "קאָטעדזש" ווערט פּראָדוצירט. בײַ אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס קענען זיך אויס אויף דער אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקער פּאָליטיק, איז מאָרטאָן קלײַן, דער פּרעזידענט פֿון דער "ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע פֿון אַמעריקע" (ZOA), אַ באַקאַנטער נאָמען. מער ווי 300 פֿון זײַנע בריוו און אַרטיקלען זענען שוין אָפּגעדרוקט געוואָרן אין צײַטונגען און זשורנאַלן איבער דער וועלט, אַרײַנגערעכנט דער "ניו־יאָרק טײַמס", "וואַשינגטאָן פּאָסט", "יו־עס־איי טודיי", "וואָל־סטריט דזשורנאַל", "הארץ", דזשערוסאַלעם פּאָסט" און דער ישׂראלדיקער רוסישער צײַטונג "וועסטי". אויף דער וועבזײַט פֿון דער ZOA שטייט געשריבן, אַז איר ציל איז צו באַקענען דעם ברייטן עולם, די אַמטירנדיקע פּאָליטיקער, די מעדיאַ און די קאָלעדזש־סטודענטן מיט דער אָנגייענדיקער אַראַבישער מלחמה קעגן ישׂראל. סוף יולי עפֿנט זיך בײַ דער "קיים־פֿאַרם", לעבן באַלטימאָר, די ערשטע "ייִדיש־פֿאַרם" — אַ ווירטשאַפֿטלעכער פּראָיעקט, וואָס פֿאַראייניקט אַגריקולטור, עקאָלאָגיע און די ייִדישע שפּראַך. אין דער ערשטער אומפֿאָרמעלער באַגעגעניש פֿון די "ייִדיש־פֿאַרמער", וועלכע איז פֿאָרגעקומען מיט עטלעכע וואָכן צוריק, האָבן זיך באַטייליקט בערך 15 חסידים פֿון די ניו־יאָרקער פֿאָרשטעט. וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָבן די חסידים צו אַ פּראָגראַם, וואָס קלינגט ווי אַ געמיש פֿון ייִדישיזם און אַ מין קיבוץ? הגם אַ סך חסידים רעדן דווקא אויף ייִדיש און האָבן אַן אייגענע שפּראַך־אידעאָלאָגיע, באַציִען זיך אַ סך פֿון זיי מיט אַ חשד צו דער וועלטלעכער ייִדישיסטישער באַוועגונג. פֿון די קיבוצים איז שוין אָפּגערעדט: געוויינטלעך ווערן זיי באַטראַכט אין די חסידישע סבֿיבֿות ווי אַ קוואַל פֿון אַפּיקורסות. ווען אַן אינטעליגענטער, טאַלאַנטירטער ייִדישער בחור אָדער מיידל גראַדויִרט פֿון קאָלעדזש, זוכן זיי געוויינטלעך אַ געביט, וווּ ער אָדער זי קען זיך אויסצייכענען און, אויב מעגלעך, גוט פֿאַרדינען: מעדיצין, יוריספּרודענץ, פֿינאַנץ, די אַקאַדעמישע וועלט, אאַז״וו. אַ טייל פֿון די יונגע לײַט באַשליסן אָבער אַנדערש: אויסצוניצן זייערע פֿעיִקייטן צו פֿאַרבעסערן די ייִדישע געזעלשאַפֿט דאָ אין אַמעריקע אָדער אין ישׂראל. דאָס זענען די מענטשן וואָס די אָרגאַניזאַציע Presentense (איבערזעצונג: "די איצטיקע צײַט") זוכט צו העלפֿן. הײַיאָר האָט Presentense — וואָס אירע צווײַגן געפֿינען זיך אין ניו־יאָרק, פֿילאַדעלפֿיע, באָסטאָן, ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ — אויסגעקליבן 64 אַזוינע געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמער, און במשך פֿון פֿינף חדשים זיי באַקענט מיט געניטע ייִדישע קאָמונאַלע פֿירער, לערער און עצה־געבער אין פֿאַרשידענע געביטן, וואָס האָבן זיי געגעבן קאָנקרעטע עצות, ווי אַזוי צו פֿאַרוואַנדלען זייערע אינאָוואַטאָרישע געדאַנקען אין ווירקלעכע (און פֿינאַנציעל געראָטענע) אונטערנעמונגען. ווער זאָגט עס, אַז נתניהו האָט גאָרנישט געלערנט פֿון זײַנע פּאָליטישע דורכפֿאַלן אין זײַן ערשטער רעגירונג פֿון מיט איבער צען יאָר צוריק און אין די צוויי יאָר פֿון זײַן איצטיקער רעגירונג? זײַן איצטיקער באַזוך אין וואַשינגטאָן און זײַן טריִומפֿאַלער צוריקקער פֿון דאָרט קיין ישׂראל האָט בפֿירוש דערוויזן, אַז ער האָט זיך אין אָט דער צײַט גוט אויסגעלערנט די חכמה און די פּראַקטיק פֿון... רעדן. און, אין קעגנזאַץ צו דעם באַקאַנטן פֿאָלקסווערטל, אַז "ווען רעדן וואָלט געווען אַ פֿאַך", אאַז״וו, האָט ער זיך אַרויסגעוויזן ווי אַ גרויסער קינסטלער, אַ מײַסטער אין דעם פֿאַך. ער האָט אויך אין דער זעלבער צײַט ווי אַ כּישופֿמאַכער דערוויזן, אַז "פֿון זאָגן ווערט מען נישט טראָגן": אין דער קורצער שעה פֿון זײַן רעדע — סײַ פֿאַרן אַמעריקאַנער קאָנגרעס און סײַ פֿאַרן ייִדישן לאַבי, דעם "אייפּאַק", האָט ער אַדורכגעפֿירט אַ סעמאַנטישן אַבאָרט און האָט פֿאַרוואַנדלט זײַן קאַטעגאָרישן "ניין" אין אַן אויסגעבלאָזן איי... אין זכות פֿון אָט דעם רעטאָרישן טאַלאַנט קענען מיר הײַנט שוין פֿרײַ אָפּעטעמען און שלאָפֿן רויִק: עס איז געוואָרן אויסגעמיטן אַ מלחמה צווישן ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע! מיט אַ יאָר פֿופֿציק צוריק פֿלעג איך גיין אין מײַן לערנשול דורך אַ פּאַרק, אָדער ריכטיקער — אַ שטיקל פּאַרק, ווײַל מע האָט אים דעמאָלט נאָר פֿאַרלייגט און אָנגערופֿן "פּאַרק פֿון שלום"; ווײַל פּונקט דעמאָלט האָט ניקיטאַ כרושטשיאָוו זיך אַרומגעטראָגן מיט זײַן סטראַטעגיע פֿון שלום איבער דער גאַנצער וועלט. און נאָך איין מאַנקאָליע האָט ער — כרושטשיאָוו — זיך דעמאָלט אַרײַנגעקלאַפּט אין זײַן פּויעריש-באָלשעוויסטישן קאָפּ, דהײַנו: אַז אין יאָר 1980 וועט דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַרײַנטרעטן אין דער תּקופֿה פֿון קאָמוניזם. ווי מיר ווייסן איצט, האָט אי כרושטשיאָוו אי דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַרײַנגעטראָטן אין אַ היפּש ביסל זאַכן, אָבער ניט אין קאָמוניזם. כרושטשיאָוו איז געווען ניט דער איינציקער, וואָס האָט געגלייבט, אַז דער מאַרקסיסטישער גן-עדן איז ערגעצוווּ גאָר ניט ווײַט, אַז מע קען אים שוין כּמעט אַ טאַפּ טאָן צי, לכל-הפּחות, זען פֿון דער ווײַטנס; בפֿרט, אויב מע געפֿינט זיך אין מאָסקווע. טובֿיה גען, דער סאָוועטיש-ייִדישער שרײַבער, האָט מיר דערציילט, ווי ס׳האָט אין קאָמוניזם געגלייבט דער תּמיד שיכּורעוואַטער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג הינטער מאָסקווע, וווּ גען האָט קוים געפֿונען אַן אַרבעט נאָך דעם ווי מע האָט אין די לעצטע יאָרן פֿון סטאַלינס ממשלה ליקווידירט דעם מאָסקווער פֿאַרלאַג "אמת". יעדן אין דער פֿרי פֿלעגט דער רעדאַקטאָר קומען און קודם-כּל פֿרעגן, צי די רעגירונג האָט נאָך ניט אַנאָנסירט דעם אָנהייב פֿון דער קאָמוניסטישער תּקופֿה. הײַיאָר איז ערבֿ־ל״ג־בעומר אויסגעפֿאַלן מוצאי־שבת, י״ז אייר (22סטן מײַ), וואָס האָט פֿאַרשאַפֿט די רעליגיעז־חרדישע קרײַזן זאָרג און עגמת־נפֿש. זייער דאגה איז געווען, אַז היות דער שבת גייט איצט אַוועק גאַנץ שפּעט אין אָוונט, וועלן די וועלכע קענען זיך ניט דערוואַרטן ביז עס ווערט אויס שבת מחלל־שבת זײַן, און זיי וועלן אָנצינדן זייערע שײַטער־הויפֿנס (מדורות) נאָך פֿאַר דער הבֿדלה... אויך די וועלכע גרייטן אַרויסצולאָזן זיך מיט זייערע משפּחות אין דעם לאַנגן וועג אַרײַן קיין מירון אין גליל, נאָענט פֿון צפֿת, וועלן עס טאָן איידער דער שבת גייט אַוועק, און זיי וועלן אויך מחלל־שבת זײַן... וואָס טוען פֿרומע ייִדן אין אַזעלכע פֿאַלן? זיי גייען צו די רבנים און בעטן, אַז זיי זאָלן פּסקענען די דאָזיקע האַרבע שאלה; אפֿשר מאַכן אַ נידחה, אָפּצולייגן ל״ג־בעומר אויף אַ טאָג שפּעטער — אַנשטאָט מוצאי־שבת, אויף זונטיק בײַ נאַכט — און אַזוי אַרום פֿאַרמײַדן דעם דאָזיקן חילול־שבת... די רבנים האָבן זיך לאַנג ניט געחקירט, און באַשלאָסן "כּך־יהיה" — אַזוי וועט עס טאַקע זײַן. אָבער דאַן האָט זיך אַרײַנגעמישט דער בילדונגס־מיניסטער פֿון דער מדינה גדעון סער (סאַאַר) און אַרויפֿגעלייגט זײַן וועטאָ: "לא מיט אַן אַלף!" מען קען ניט אין מיטן דערינען ענדערן דעם קאַלענדאַר און אָפּלייגן אַ געוויסע דאַטע אויף אַ טאָג שפּעטער. |