געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

תּשליך בײַם ברעג ים, תּל־אָבֿיבֿ

מיר זענען שוין אין די לעצטע טעג פֿון חודש אלול תּשע״א. במשך דעם חודש האָבן ייִדן אומעטום, באַזונדערס אין ירושלים עיר־הקודש, אָנגעהויבן זיך מכין זײַן צו באַגעגענען די ימים־נוראָים, די פֿאָרכטיקע טעג. אין דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר פֿלעגט מען זאָגן, אַז "ווען עס קומט אָן דער חודש אלול, ציטערן אַפֿילו די פֿיש אין וואַסער..."
אין די בתּי־מדרשים, אין די שטיבלעך פֿון מאה־שערים, גאולה און אַנדערע שכונות אין ירושלים, האָבן ייִדן געדאַוונט אין די דאָזיקע טעג מיט מער כּוונה ווי אין די אַנדערע טעג פֿון דעם יאָר.
מען האָּט "געזאָגט" סליחות און געבלאָזן שופֿר אין די שחרית־מנינים פֿון די ספֿרדישע קהילות. די אַשכּנזישע מנינים האָּבן זיך באַנוגנט מיט זאָגן סליחות און בלאָזן שופֿר, נאָר אין דער לעצטער וואָך פֿון חודש — פֿאַר ראָש־השנה.
במשך דעם חודש אלול האָבן ייִדן זיך באַמיט צו טאָן מעשׂים־טובֿים "בין אָדם לחבֿרו", כּדי צו באַווײַזן זיך אין דעם יום־הדין מיט וואָס מער מיצוות, און זיך אויסבעטן בײַ דעם רבונו־של־עולם, פֿאַר זיך, פֿאַר דער משפּחה און פֿאַר כּלל־ישׂראל, אַ גוטן, געזונטן און גליקלעכן יאָר.
די ימים־נוראָים זענען טעג פֿון "תּשובֿה, תּפֿילה וצדקה המעבֿירין את רוע־הגזרה" פֿאַר יעדן איינעם פֿון אונדז...
אין קעגנזאַץ צו אונדז, פֿײַערן די אומות־העולם דעם אָנקום פֿון זייער נײַעם יאָר מיט הוליאַנקעס, טענץ און שׂיכּרות. מיר מערקן אָפּ אונדזער נײַעם יאָר מיט אַן ערנסטן חשבון־הנפֿש, מיט אַ "קול־דממה דקה", מיט בעטן סליחה־ומחילה פֿון די זינד, וואָס מיר זענען באַגאַנגען אין דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר...

געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סעפּטעמבער שטעלט מיט זיך פֿאָר כּלערליי אַסאָציאַציעס און היסטאָרישע געשעענישן, ווי די טעראָר־גרופּע "דער שוואַרצער סעפּטעמבער"

אין די לעצטע חדשים ביז די איצטיקע טעג, ווען מיר זאָגן אַרויס דאָס וואָרט סעפּטעמבער, דעם געוויינלעכן נאָמען פֿונעם נײַנטן חודש פֿון יאָר אויפֿן צײַט־קאַלענדאַר, רופֿט ער אַרויס בײַ אונדז אַ היפּשן פּחד, אַ מורא פֿאַר דעם וואָס ער איז עלול אונדז צו ברענגען. בכלל האָט דער דאָזיקער חודש אַן אָפּשרעקנדיקע קאָנאָטאַציע; ער רופֿט אַרויס צומאָל אַ שוידער שוין דערפֿאַר, ווײַל דער סאַמע ערשטער טאָג פֿון דעם חודש, דער 1טער סעפּטעמבער, מיט 72 יאָר צוריק, האָט געברענגט מיט זיך די גרויזאַמע היטלער־מלחמה און מיט איר דעם חורבן פֿון אונדזער פֿאָלק.

שפּעטער, מיט 41 יאָר צוריק — דער "שוואַרצער סעפּטעמבער", דער נאָמען פֿון דער פּאַלעסטינער טעראָר־אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָט בײַ איר אָנהייב, אַנטלויפֿנדיק דעם 17טן סעפּטעמבער 1970 פֿון די רדיפֿות אין דעם שכנותדיקן יאָרדאַנישן קעניגרײַך, געפֿונען אַ שוץ־אַזיל גראָד אין דער ייִדישער מדינה און דאָ זיך אויסגעהאָדעוועט אין דער געשטאַלט פֿונעם "כאַמאַס" און פֿון די אַנדערע טעראָריסטישע שלעק. און (נאָך נישט) צום סוף, מיט צען יאָר צוריק, דער "נײַן אילעווען", דער 11טער סעפּטעמבער 2001: דער חורבן־קלאַפּ, וועלכן דער איסלאַמישער פֿונדאַמענטאַליסטישער טעראָר האָט דערלאַנגט דעם אַמעריקאַנער צענטער פֿון פֿינאַנציעלן און מיליטערישן כּוח און פֿון דער אַמעריקאַנער גאווה...

פֿון דער אַנדערער זײַט איז דער סעפּטעמבער נישט דווקא אַזוי שוואַרץ ווי עס איז זײַן נאָמען. ער האָט אויך נישט ווײַניק "ווײַסע פֿלעקן" פֿון נחמה און האָפֿענונג — ווי דאָס איז געווען, למשל, דער 13טער סעפּטעמבער 1993, מיט ח"י יאָר צוריק, דער טאָג פֿון אונטערשרײַבן דעם אָפּמאַך פֿון אָסלאָ, וואָס איז געוואָרן די גרונט־באַזע פֿאַר דעם שלום־פּראָצעס און וועלכער איז אָבער אַרײַן אין דעם בלינדן געסל פֿון סעפּטעמבער 2011.

געזעלשאַפֿט
די באַטייליקטע אינעם

אין דער שוועדישער שפּראַך געפֿינט זיך אַ וואָרט, וואָס איז נישט סתּם אַ וואָרט, נאָר אַ קולטורעלער באַגריף: "לאַגאָם". בערך מיינט עס "נישט איבערכאַפּן די מאָס". אין שוועדן האַלט מען, אַז אַ מענטש דאַרף תּמיד זײַן באַשיידן און אויסמײַדן עקסטרעמען; זײַן נישט צו רײַך און נישט צו אָרעם; נישט צו פֿריילעך און נישט צו טרויעריק; זיך נישט אַרײַנמישן אין די ענינים פֿון אַנדערע; בקיצור — זיך נישט וואַרפֿן אין די אויגן.

דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך האָבן בערך 90 ייִדישע אײַנוווינער פֿון שוועדן — כּמעט אַלע צווישן 50 און 65 יאָר, און ס׳רובֿ פֿון זיי, קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה — געהאַט אַ געלעגנהייט זיך צו באַפֿרײַען אַ ביסל פֿון "לאַגאָם", און פֿון דער שוועדישער געזעלשאַפֿט בכלל. במשך פֿון דרײַ טעג האָבן זיי אין אַ קליינעם האָטעל, מחוץ דער שטאָט שטאָקהאָלם, זיך מחיה געווען מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, געהערט לעקציעס, געפֿירט דיסקוסיעס, געזונגען לידער, און געשריבן און פֿאָרגעשטעלט הומאָריסטישע סקיצעס אויף ייִדיש. אין פֿאַרגלײַך מיט זייער געוויינטלעכן שוועדישן אויפֿפֿיר, האָבן זיי דאָ מיטן גאַנצן האַרצן אַרומגענומען זייערע פֿרײַנד, זיך באַרימט מיט די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זייערע אייניקלעך, זיך געטיילט מיט זכרונות וועגן זייערע מיזרח־אייראָפּעיִשע משפּחות, דערציילט וויצן אויף ייִדיש (נישט תּמיד סאַלאָן־פֿעיִקע), און אָפֿט מאָל זיך געקאַטשעט פֿון געלעכטער.

די אונטערנעמונג איז געווען דאָס צוועלפֿטע יאָר פֿונעם שוועדישן "ייִדיש־סעמינאַר". צוליב דעם וואָס ייִדיש האָט דאָ דעם סטאַטוס פֿון אַן אָפֿיציעלער מינאָריטעט־שפּראַך, האָט די רעגירונג אין אַלע פֿריִערדיקע יאָרן ברייטהאַרציק פֿינאַנצירט דעם סעמינאַר דורך אַ סובסידיע פֿון 630,000 שוועדישע קראָנען (100,000$ דאָלאַר), און דערבײַ דערמעגלעכט די אָרגאַניזירער צו ברענגען עקספּערטן און אַרטיסטן פֿון אויסלאַנד צו געבן לעקציעס און פֿאַרווײַלן דעם עולם אויף מאַמע־לשון. צווישן די געסט פֿון פֿריִערדיקע יאָרן: דער "פֿאָרווערטס"־שרײַבער גענאַדי עסטרײַך; דער פּאַריזער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר יצחק ניבאָרסקי; די ניו־יאָרקער אַקטיאָרן אָרון ריקמאַן און יעלענע שמואלענזאָן, און דער רעציטאַטאָר און כּישוף־מאַכער שיין בייקער. הײַאָר האָט מען פֿאַרבעטן די נאָרוועגישע זינגערין בענטע קאַהאַן (וואָס איז, אַגבֿ, אַ ווײַטע קוזינע פֿונעם גרינדער פֿון "יונג ייִדיש" אין ירושלים, מענדי קאַהאַן); דער לינגוויסט דוד־הירשע כּץ, און די שרײַבערין פֿון די שורות.

געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק איז געווען דער ערשטער טאָג, וואָס מע קען פֿאָרן אויף דער נײַער באַן־סיסטעם אין ירושלים. אויפֿן בילד: ישׂראלים גרייטן זיך צו פֿאָרן אין דער באַן.

וואָס איז געבליבן פֿון יענער עקזאָטישער לאַנדשאַפֿט, אין וועלכער עס האָט זיך געשטאַלטיקט אין ייִדישן — און נישט נאָר אין ייִדישן — באַוווּסטזײַן דער נאָענטער און דער מיטעלער אָריענט, און אין אים, דאָס הייליקע לאַנד מיט זײַן געטלעכן רום און אָריענטאַלישער אידיליע? און ווי פּאַסן זיך צונויף די בילדער פֿון דער הײַנטיקער ווירקלעכקייט און פֿון די איצטיקע געשעענישן אין דעם צעטרייסלטן ראַיאָן, מיט די אימאַזשינירטע בילדער פֿון אונדזער אײַנגעבילדעטן אַמאָל?

יעדע אידעאָלאָגישע באַוועגונג, יעדער אידעאַליזם בכלל, פֿאָרמאָגט זײַן רעוואָלוציאָנערע ראָמאַנטיק פֿונעם אידעאַליזירטן אַמאָל. דער אַמאָל טראָגט אין זיך דעם צויבער פֿון פֿאַרלוירן־געגאַנגענע, אָדער פֿאַרגעסן־געוואָרענע, ווערטן פֿון הויכער מאָראַל, פֿון גרייטקייט זיך מקריבֿ צו זײַן פֿאַר אידעאַלן. אונדזער הײַנטיקע מאַטעריאַליסטישע עפּאָכע פֿון ראַציאָנעלן געדאַנק, וועלכער שטויסט פֿאָרויס און דערנערט די מאָדערנע טעכנאָלאָגיע און עפֿנט פֿאַר דעם מענטשן נײַע וועלטן מיט נײַע פּערספּעקטיוון, לאָזט נישט איבער קיין אָרט פֿאַר קיין סענטימענטן און קיין צײַט אויף צו בענקען נאָך דער אַמאָליקער ראָמאַנטיק.

ליידער, קאָן מען הײַנט נישט זאָגן, אַז דער דאָזיקער נאָסטאַלגישער זכּרון, די בענקשאַפֿט צו דער ראָמאַנטיק און די בענקשאַפֿט צו די אידעאַלן פֿון אַמאָל ווערן פֿאַרטומלט אין דעם ווירוואַר פֿון דער טעכנאָלאָגיע, פֿון בויען די אויסגעחלומטע און אידעאַליזירטע "נײַע וועלט". דאַקעגן קאָן מען יאָ זאָגן, אַז די שיינע צוקונפֿט־חלומות ווערן פֿאַרטומלט אין דעם רויש און אין וועלטלויף פֿון דער ווילדער קאָנקורענץ; פֿון יאָגן זיך נאָך רווחים אויפֿן "פֿרײַען מאַרק" פֿון דער מאָדערנער שקלאַפֿערײַ, אין דער וועלט פֿון קינאה און שׂינאה; פֿון אייגנליבע, פֿון נישט פֿאַרגינערישקייט און אויסנוצערײַ.

געזעלשאַפֿט
עטלעכע באַטייליקטע אין דעם ניו־יאָרקער פּראָטעסט

מיט דער פֿאַרשטאַרקונג פֿון די דעמאָנסטראַציעס און פּראָטעסטן פֿאַר סאָציאַלן יושר אין ישׂראל, פֿילן זיך די ישׂראלים אין חוץ-לאָרץ וואָס מער פֿאַרפֿליכטעט אַרויסצוּווײַזן זייער סאָלידאַריטעט מיט דעם. דאָס וואָס האָט זיך אָנגעהויבן ווי אַ פּראָטעסט קעגן די שטײַגנדיקע קאָטעדזש־פּרײַזן און איז אויסגעוואָקסן צו אַ וווינונגס-מרידה (זע: יצחק לודען, 29 יולי און 12 אויגוסט), איז איצט דערגאַנגען צו אַ פֿעסטער פֿאָדערונג אַריבערצופֿירן די מדינה פֿון דער נעאָ-ליבעראַלער דאָקטרין, וואָס פֿאַרהייליקט דעם אַזוי גערופֿענעם פֿרייען מאַרק, צו אַ מער אייראָפּעיִשן דרך פֿון אַ געמישטער ווירטשאַפֿט — אַ מין וווילשטאַנד-מדינה. צו הערן אַזעלכע נײַעס (300 טויזנט ישׂראלים אויף די גאַסן!) פֿון אַ לאַנד, מיט וועלכן מ׳איז שטאַרק פֿאַרבונדן און בלײַבן גלײַכגילטיק, איז אוממעגלעך. דאַרף מען עפּעס טאָן. אָבער וואָס?

נו, ווי ס׳רובֿ זאַכן הײַנט צו טאָג, האָבן זיך אַ גרופּע ישׂראלים אין ניו-יאָרק אָרגאַניזירט דורכן "פּנים-בוך" (פֿייסבוק), און באַשלאָסן זיך צונויפֿצוטרעפֿן דעם סוף-וואָך אין "וואַשינגטאָן־סקווער־פּאַרק". מיט אַ פּאָר געצעלטן, שילדן אויף העברעיִש צי אויף ענגליש און מיט ישׂראלדיקע פֿענער זענען זיך דאָרט צונויפֿגעקומען איבער 20 מענטשן. געדאַרפֿט האָבן זיי זיך אַריבערציִען צוויי מאָל, לויט דער פֿאָדערונג פֿון דער פּאָליציי, און נאָך אַ קורצער צײַט באַפֿרײַען דאָס אָרט, אָבער דאָס אַלץ האָט ניט קאַליע געמאַכט די גוטע שטימונג פֿון דער חבֿרה. נאָכדעם, איז מע געבליבן שמועסן עטלעכע שעה אונטער די גרינע ביימער אין פּאַרק. גערעדט האָט מען וועגן סאָציאַלע ענינים; וועגן דעם, וואָס מיינט צו זײַן ישׂראלים אין אַמעריקע בעת אַזאַ מין תּקופֿה; און צווישן אַנדערן זיך צוגעהערט מיט נײַגער צו אַן עדות-זאָגער, גלײַך פֿון דער "געצעלטן-שטאָט" אין ירושלים, וואָס איז געקומען אויף אַ באַזוך קיין ניו-יאָרק.

געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דעם 21סטן אויגוסט אין באר־שבֿע נאָך אַ פּאַלעסטינער אַטאַק

מיר האָבן געהאָפֿט, אַז דער זומער וועט אַריבערגיין נישט ערגער ווי פֿריִער, חוץ די געוויינטלעכע, אָפֿטע געשעענישן און אומגליקן, וואָס געשעען אין אונדזער לאַנד, צו וועלכע מיר זענען שוין, ליידער, געוווינט.

יעדעס מאָל, ווען עס טרעפֿט עפּעס בײַ אונדז, נעמען מיר עס אויף פּערזענלעך, אָדער קאָלעקטיוו מיט צער, ווייטיק און באַדויער. מיר באַמיִען זיך אַראָפּצושלינגען די ביטערע פּיל פֿון אונדזער גורל און גייען ווײַטער אָן מיט אונדזער טאָג־טעגלעכער רוטין, האָפֿנדיק, אַז דער מאָרגן וועט זײַן אַ בעסערער, אַ לויטערער פֿאַר יעדן איינעם פֿון אונדז.

מיר האָבן געהאָפֿט, אַז מיר וועלן אַריבערקומען דעם זומער בשלום און מיר וועלן באַגעגענען דעם אָנקומענדיקן חודש סעפּטעמבער, מיט אַלע זײַנע פֿאָרויסגעזעענע סכּנות און אָנשיקענישן, וואָס לויערן אויף אונדז... ליידער, איז עס געקומען פֿריִער ווי מיר האָבן געטראַכט. דאָס וואָס איז געשען אין דער פֿאַרגאַנגענער סוף־וואָך אין דרום פֿון לאַנד, האָט אונדז אַלעמען איבערראַשט און פֿאַרשאַפֿט צער און ווייטיק.

דער פֿאַרלוסט פֿון אַזוי פֿיל לעבנס און פֿאַרוווּנדעטע ציווילע בירגער און זעלנער פֿון דער ישׂראל־אַרמיי, האָט אונדז אַלעמען דערשיטערט. ניט געקוקט אויף די אַלע באַוואָרענישן און זיכערהייט־מיטלען, מיט וועלכע די מיליטער־כּוחות און רעגירונגס־מענטשן האָבן אונדז באַזאָרגט, האָבן מיר געליטן אין די דאָזיקע טעג אַ גרויסע צאָל קרבנות און פֿאַרוווּנדעטע פֿון די "קאַסאַם"־ און "גראַד"־ראַקעטן, פֿון די קוילן, פֿון דער לײַכטער און שווערער אַרטילעריע פֿון די "כאַמאַס" און "אַל־קײַדאַ"־טעראָריסטן. דער סך־הכּל פֿון די געשעענישן פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך, איז אַ דערשיטערנדיקער און טרויעריקער. ביז איצט האָבן די טעראָריסטן אַרויסגעשיקט פֿון עזה אַרום 100 טויטלעכע ראַקעטן אויף די שטעט און ייִשובֿים, וואָס ליגן אין דרום פֿון לאַנד.

געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בעת דעם "פּוטש" דעם 19טן אויגוסט 1991 בין איך אין מאָסקווע ניט געווען. צו דער צײַט פֿון דער איבערקערעניש, ווען מע האָט געפּרוּווט אַראָפּוואַרפֿן מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוון און זיך אומקערן אויפֿן סקאַרבאָוונעם סאָוועטישן וועג, האָב איך — צוזאַמען מיט מײַן משפּחה — געוויילט אין אַ דאָרף, עטלעכע קילאָמעטער פֿון מײַן היימשטאָט זאַפּאָריזשיע (איך נוץ דאָ דעם אוקראַיִנישן נאָמען פֿון דער שטאָט). מיר זײַנען געקומען אַהין, כּדי פֿאַרברענגען עטלעכע וואָכן בײַם דניעפּר, צוזאַמען מיט מײַן מאַמען און שוועסטער, בפֿרט נאָך, אַז מיר האָבן ניט געוווּסט, צי מיר וועלן זיך זען אין דעם קומענדיקן יאָר.

איך האָב זיך דעמאָלט שוין באַפֿרײַט פֿון מײַן אַרבעט אין דעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", און מײַן ווײַב האָט פֿאַרלאָזט איר אַרבעט אין אַ מאָסקווער לערן־שול. אַלץ איז געווען מער אָדער ווייניקער גרייט כּדי אַרויסצופֿאָרן קיין אָקספֿאָרד, וווּהין מיך האָט מען אָנגענומען צו שרײַבן אַ דאָקטאָראַט. זיך אומקערן קיין רוסלאַנד האָבן מיר ניט פּלאַנירט. זינט 1979 זײַנען אין די "געהעריקע אינסטיטוציעס" געלעגן אונדזערע פּאַפּירן אויף צו עמיגרירן פֿון דעם לאַנד, וווּ מיר זײַנען געבוירן געוואָרן, אויסגעוואַקסן, אָבער לאַנגע יאָרן געלעבט מיט אַ האָפֿענונג זיך פֿון דאָרטן אַרויסרײַסן.

און פּלוצעם — דער "פּוטש". דאָס האָט געשמעקט מיט זייער ערנסטע נאָכפֿאָלגן פֿאַר אַזעלכע "ניט-סאָוועטישע" לײַט ווי איך. אין בעסטן פֿאַל וואָלט געווען אוממעגלעך צו פֿאָרן קיין ענגלאַנד. דרײַ טעג זײַנען מיר ממש געווען צוגעקאָוועט צו דער טעלעוויזיע און צום ראַדיאָ. אָבער נאָך אָט דעם תּישעה-באָבֿ איז געקומען די אייפֿאָריע פֿון די גסיסה-טעג פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. מיר האָבן זיך יאָ אַרויסגעריסן קיין מערבֿ און אין משך פֿון די צוואַנציק יאָר האָב איך קיין איין רגע ניט געבענקט נאָך די אוקראַיִנישע און רוסישע יאָרן מײַנע. זיי זײַנען געוואָרן — ווי די ענגלענדער זאָגן — "וואַסער אונטער דער בריק"; און ס’איז באַוווּסט, אַז צוויי מאָל אין דעם זעלבן וואַסער גייט מען ניט אַרײַן.

געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בערך 200,000 ישׂראלים מאַרשירן אינעם צענטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ, דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת

"פּלוצעם שטייט אויף דער מענטש אין דער פֿרי און דערזעט, אַז ער איז געוואָרן אַ פֿאָלק, און ער הייבט אָן צו גיין".

אַזוי, בערך, זינגט זיך אין איינעם פֿון די לידער פֿון איינעם פֿון די הײַנטצײַטיקע העברעיִשע דיכטער. די ווערטער אין דעם ליד שפּיגלען אָפּ דעם גײַסט פֿון דער פּראָטעסט־באַוועגונג, וואָס איז אויפֿגעשטאַנען דורכן אינטערנעט מיט זעקס וואָכן צוריק קעגן דער פֿאַרטײַערונג פֿון דעם קליינטשיקן "קאָטעדזש"־פּראָדוקט, און איז מיטן לויף פֿון די טעג אויסגעוואַקסן צו דער ריזיקער דעמאָנסטראַציע קעגן דעם יקרות און סאָציאַלן אומרעכט — און פֿון איר, ווי אַ מעכטיקע סטיכיע, צו דער נאָך גרעסערער מאַניפֿעסטאַציע, צו דער מרידה פֿונעם פֿאָלק, אונטערן לאָזונג: "העם דורש צדק חבֿרתי" — דאָס פֿאָלק פֿאָדערט סאָציאַלע גערעכטיקייט!

און — הערט אַ מעשׂה: עס איז נאָך נישט געווען אין לאַנד קיין סאָציאַלע אָדער געזעלשאַפֿטלעכע דערשײַנונג, וואָס זאָל געניסן פֿון אַזאַ כּמעט טאָטאַלער סימפּאַטיע — פֿון אַלע זײַטן און שיכטן, פֿון יונג און אַלט — ווי דער פּראָטעסט־רעוואָלט אויף דער ראָטשילד־גאַס אין תּל־אָבֿיבֿ.

דאָס איז אויך איינער פֿון די גרויסע פּאַראַדאָקסן פֿון אונדזערע טעג: דער זיווג פֿון די צוויי קאָנטראַסטן: ראָטשילד — דער היסטאָרישער סימבאָל פֿון דעם וועלט־באַרימטן טײַקון, דעם באַנק־מאַגנאַט, דעם גרויסן ייִדישן גבֿיר און נדבֿן, און דאָס אויף דער גאַס וואָס טראָגט זײַן נאָמען — און דער רעוואָלט פֿון דער סאָציאַלער נויט קעגן דער מאַכט פֿון די גבֿירים.

און דאָך איז עס אַ פֿרידלעכע מרידה — אָן באַריקאַדן און אָן גוואַלד, אָבער מיט דער שטאַרקער מאָטיוואַציע פֿון די ברייטע פֿאָלקס־מאַסן — אַרויסצוטרעטן קעגן דעם שרײַענדיקן אומרעכט אינעם סדר פֿון דער הערשנדיקער רעגירונג־סיסטעם, קעגן דער נישט יושרדיקער פֿאַרטיילונג פֿון די נאַציאָנאַלע רעסורסן פֿון דער מדינה.

געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ייִדן פּראַווען תּשעה־באבֿ, מאָנטיק אויף דער נאַכט, בײַם כּותל־המערבֿי

דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק פֿון דער וואָך האָבן ייִדן פֿון ישׂראל און פֿון אומעטום אין די תּפֿוצות, אָפּגעמערקט תּישעה־באָבֿ — דעם נאַציאָנאַלן טרויער־טאָג נאָך דעם חורבן פֿון ירושלים, פֿון חורבנות פֿון דעם ערשטן און צווייטן בית־המיקדש.

ניטאָ נאָך אַ שטאָט און פּלאַץ אין ישׂראל און אין דער גאָרער וועלט, וווּ איינער קען פֿילן דעם פֿאַרנעם פֿון דעם אַלעם, וואָס דער דאָזיקער טאָג שטעלט מיט זיך פֿאָר.

צו זײַן אין ירושלים תּישעה־באָבֿ, צו גיין אין די שמאָלע געסלעך פֿון דער אַלטשטאָט, צו זײַן נאָענט צום כּותל־המערבֿי — דער איינציקער איבערבלײַב פֿון דעם חרובֿן בית־המיקדש, אָנצוטאַפּן זײַנע שטיינער, צו טרעטן אויף די אַרומיקע רויִנען, צו זיצן פֿאַר אים תּישעה־באָבֿ, צוזאַמען מיט די טויזנטער און טויזנטער ייִדן פֿון דער זעלבשטענדיקער ייִדישער מדינה און פֿון דער גאָרער ייִדישער וועלט, און מיטוויינען מיט זיי בעת "איכה" און "קינות"־זאָגן, — איז אַ טיפֿע איבערלעבונג, וואָס נעמט דיך אַרום און איז אַ זעלטענער זכות פֿאַר יעדן ייִד — פֿרום און ניט־פֿרום, אָרטאָדאָקס, רעפֿאָרם, קאָנסערוואַטיוו, אָדער גלאַט אַ ייִד אַן אַגנאָסטיקער, אַן אומגלייביקער...

זינט איך בין געוואָרן אַ ירושלימער תּושבֿ מיט העכער 30 יאָר צוריק, באַמי איך זיך צו גיין צום כּותל־המערבֿי ערבֿ־תּישעה־באָבֿ, אָדער אויף צו מאָרגנס במשך דעם גאַנצן טאָג.

איך אָטעם אַרײַן די דאָרטיקע לופֿט, איך זעטיק זיך אָן מיט מײַנע אָפֿענע אויגן מיט די בילדער און סצענעס וואָס קומען דאָרטן פֿאָר, איך טראָג זיך אַריבער מיט מײַנע געדאַנקען צו יענע יאָרן, צו די פּאַסירונגען וואָס זענען דאָרטן געשען מיט טויזנטער יאָרן צוריק...

געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די דעמאָנסטראַנטן האַלטן טראַנספּאַראַנטן מיט די ווערטער: "מע אַרבעט, אַרבעט, אַרבעט, און מע בלײַבט ווײַטער אָרעם"

אויב עס האָט ווער געמיינט, אַז דער סאָציאַלער צונאַמי, וואָס האָט אַרומגעכאַפּט דעם מיטעלן אָריענט וועט אויסמײַדן מדינת־ישׂראל — האָט ער געהאַט אַ גרויסן טעות. דעם אמתדיקן המשך האָט קיינער נישט פֿאָרויסגעזען. אַפֿילו נישט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם המשך.

והראיה — ער איז געקומען, נישט געקוקט אויף דער אָנגענומענער מיינונג אין דער מערבֿדיקער וועלט און אין דער ייִדישער וועלט בפֿרט, אַז מדינת־ישׂראל געפֿינט זיך מחוץ דעם סאָציאַלן פֿאַרמעסט קעגן די קאָרומפּירטע און אָפּגעשטאַנענע טאָטאַליטאַרע רעזשימען אין דעם ווינקל פֿון דער וועלט. נישט געקוקט אָבער אויף דער טיף אײַנגעוואָרצלטער זעלבסט־איבערצײַגונג, אַז "ישׂראל איז די איינציקע דעמאָקראַטישע מדינה אין נאָענטן אָריענט", און דעריבער איז נישטאָ קיין סיבה זי זאָל ווערן מיטגעריסן מיטן סאָציאַלן צונאַמי; און אויך נישט געקוקט אויף דער אומגעוויינטלעכער היץ, וואָס הערשט די טעג נישט נאָר אין לאָס־אַנדזשעלעס און אין וואַשינגטאָן, נאָר אויך אין תּל־אָבֿיבֿ און אין ירושלים — נישט געקוקט אויף דעם אַלעמען, זענען דעמאָנסטראַטיוו אַרויס צענדליקער טויזנטער יוגנטלעכע אין די גאַסן — נישט נאָר פֿון די הײַזער און פֿון די "פּאַבן", נאָר אַפֿילו אויך פֿון די געצעלטן, וואָס זיי האָבן אויפֿגעשטעלט אויף דעם ראָטשילד־בולוואַר אין צענטער פֿון דעם לעבנס־בינשטאָק פֿון תּל־אָבֿיבֿ; ווי אויך אין ירושלים, באר־שבֿע, חולון און אַפֿילו אין די פּעריפֿעריע־שטעטלעך: ווי קרית־מלאכי און קרית־גת ביז קרית־שמונה אין צפֿון, און ביז אילת אין דרום. דער "קאָטעדזש" איז אַראָפּ פֿון די עטיקעטן אויף די בעכערס פֿון מילכוואַרג און האָט זיך באַזעצט אין די פּראָטעסט־געצעלטן קעגן דער וווינונגס־נויט פֿון דער באַפֿעלקערונג; דער עיקר, פֿון דער יוגנט.

געזעלשאַפֿט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
קרית־יואל

וואָלט מען זיך געקענט פֿאָרשטעלן, אַז דאָס אָרעמסטע שטעטל אין אַמעריקע לײַדט פֿון הונגער, דחקות און נויט; קען מען זיך פֿאָרשטעלן ווי קינדער וואָס לויפֿן אַרום נאַקעט און באָרוועס, פֿון בעטלען, פֿון שנאָרען, פֿון געהאַקטע וווּנדן. וואָלט מען דאָך געקענט מיינען, אַז דאָס שטעטעלע געפֿינט זיך ערגעץ אין די ווײַטע אַפּאַליישיען־בערג, ערגעץ אין העק וועלט, אָדער אין טעקסאַס, אין אַ שטעטל וואָס גרענעצט זיך מיט מעקסיקע, און אפֿשר אויף אַן אינדיאַנער רעזערוואַציע, פֿול מיט יתומים און קראַנקע און היימלאָזע מענטשן וואָס זוכן צו דערנערן זיך פֿון די מיסט־קעסטלעך.

אָבער דאָ רעדט זיך גאָר פֿון אַ ייִדיש שטעטל, וווּ יעדעס הויז איז ווערט אַ מאַיאָנטעק, וווּ מען פֿירט טײַערע געשעפֿטן און אויטאָס, וווּ מען קינדלט אויף וואָס די וועלט שטייט, און די קינדער זעען אויס גוט געפֿלעגט, גוט אָנגעטאָן און גוט אויסגעהיט פֿון אַ פֿרעמד אויג. אַ שטעטעלע וואָס רעדט לויטער ייִדיש; אַגבֿ, אַ צעבראָכענעם ייִדיש; וווּ אַ שיל צום דאַווענען נעמט אַרײַן צען טויזנט מתפּללים, וווּ די געשעפֿטן זײַנען געפּאַקט מיט אַל־דאָס־גוטס, און יעדער אַדורכגייער רעדט אויף אַ צעלולאַרן טעלעפֿאָנדעלע. מ׳מאַכט געשעפֿטן אויף וואָס די וועלט שטייט. מ׳האַנדלט, מ׳וואַנדלט און מ׳שטעקט אַרויס אַ פֿײַג ווען עס קומט צו די געלטער וואָס מ׳באַקומט פֿון דער פֿעדעראַלער און שטאַטישער רעגירונג פֿאַר זייער דחקות.

דאָס שטעטעלע הייסט קרית־יואל, אויפֿן נאָמען פֿון זייער גאָטזעליקן, פֿאַרשטאָרבענעם רבין יואל טענענבוים ז״ל, וואָס ס׳האָט זיך ערשט גערודערט מיט אַ געוויסער צײַט צוריק מיט זײַנע זינדעלעך וואָס האָבן זיך געהאַקט איבער דעם טאַטנס ירושה; אויף אַזוי פֿיל, אַז מען איז נישט געגאַנגען אין בית־דין־שטוב, נאָר אָנגעקומען צום שטאָטישן געריכט. האָט מען זיך געשפּאָלטן און פֿאַרטיילט זיך מיט די יוצרות. איינער פֿון זיי זיצט אין קרית־יואל און דער צווייטער — אין וויליאַמסבורג; און לאָמיר האָפֿן, אַז דער סיכסוך צווישן די צוויי ברידער איז געקומען צום שלוס.

געזעלשאַפֿט
אַ גרופּע פּאָליציאַנטן און מעדיאַ־לײַט פֿאַרן בנין וווּ עס וווינט די משפּחה קלעצקי, פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, אין באָראָ־פּאַרק

אַ מאָרד פֿון אַ קינד שאָקירט און רופֿט אַרויס אַ גרויל אין יעדער געזעלשאַפֿט. פֿון דעסטוועגן, איז די הריגה פֿונעם 8־יאָריקן חסידישן ייִנגל, לייבי קלעצקי, אין ברוקלין פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק, געווען אַ יחיד־במינו: ערשטנס, וואָס דער מערדער, לוי אַהרן, האָט נאָכן דערשטיקן דאָס קינד געטאָן אַ שוידערלעכע זאַך — צעשניטן דעם קערפּער — און צווייטנס, ווײַל דער 35־יאָריקער אַהרן איז אַליין אַ פֿרומער ייִד, "אַן אייגענער", אַזוי צו זאָגן.

יענעם מאָנטיק נאָכמיטאָג איז קלעצקי אַהיימגעגאַנגען פֿונעם "בויאַנער טאָג־לאַגער" אויף 44סטער גאַס און 12טער עוועניו אין קענסינגטאָן, אַ געגנט האַרט לעבן באָראָ־פּאַרק. דאָס ייִנגל האָט געהאַט זיך געבעטן בײַ טאַטע־מאַמע צו לאָזן אים אַהיימגיין אַליין, און מע האָט געהאַט אָפּגערעדט, אַז זיי וועלן אים טרעפֿן אין מיטן וועג, אויף 50סטער גאַס און 13טער עוועניו.

ווען דאָס קינד איז נישט געקומען צום באַשטימטן אָרט, האָט די משפּחה געקלונגען דעם באָראָ־פּאַרק־צווײַג פֿון "שומרים" — אַ פּאַטראָל־אָרגאַניזאַציע פֿון 150 פֿרומע וואָלונטירן, וואָס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער דעם ראַיאָן, זוכנדיק דאָס קינד. אַז מע האָט נאָך צוויי שעה און אַ האַלב נאָך אַלץ עס נישט געפֿונען, האָט מען אינפֿאָרמירט די פּאָליציי. במשך פֿונעם קומענדיקן מעת־לעת האָבן טויזנטער מענטשן געהאָלפֿן מיטן אויפֿהענגען מעלדונגען און זוכן רמזים, וווּ דאָס קינד קאָן זײַן.

מיטוואָך פֿאַרטאָג האָט די פּאָליציי געפֿונען אַ טייל פֿון קלעצקיס אבֿרים אין אַהרנס פֿריזער. ווען מע האָט געפֿרעגט אים, פֿאַר וואָס האָט ער דערהרגעט דאָס קינד, האָט ער געענטפֿערט, אַז ער האָט זיך איבערגעשראָקן, ווען ער האָט דערזען ווי מאַסן מענטשן זוכן עס. אויף דער פֿראַגע, וווּ איז דאָס איבעריקע געביין פֿונעם קינד, האָט ער זיי געבראַכט צו אַ מיסטפּלאַץ אין דער שכנותדיקער געגנט, פּאַרק סלאָופּ, וווּ דער מת איז געלעגן אין אַ רויטער וואַליזע.