|
עטלעכע באַטייליקטע אין דעם ניו־יאָרקער פּראָטעסט |
Photo: Adi Mahalel |
מיט דער פֿאַרשטאַרקונג פֿון די דעמאָנסטראַציעס און פּראָטעסטן פֿאַר סאָציאַלן יושר אין ישׂראל, פֿילן זיך די ישׂראלים אין חוץ-לאָרץ וואָס מער פֿאַרפֿליכטעט אַרויסצוּווײַזן זייער סאָלידאַריטעט מיט דעם. דאָס וואָס האָט זיך אָנגעהויבן ווי אַ פּראָטעסט קעגן די שטײַגנדיקע קאָטעדזש־פּרײַזן און איז אויסגעוואָקסן צו אַ וווינונגס-מרידה (זע: יצחק לודען, 29 יולי און 12 אויגוסט), איז איצט דערגאַנגען צו אַ פֿעסטער פֿאָדערונג אַריבערצופֿירן די מדינה פֿון דער נעאָ-ליבעראַלער דאָקטרין, וואָס פֿאַרהייליקט דעם אַזוי גערופֿענעם פֿרייען מאַרק, צו אַ מער אייראָפּעיִשן דרך פֿון אַ געמישטער ווירטשאַפֿט — אַ מין וווילשטאַנד-מדינה. צו הערן אַזעלכע נײַעס (300 טויזנט ישׂראלים אויף די גאַסן!) פֿון אַ לאַנד, מיט וועלכן מ׳איז שטאַרק פֿאַרבונדן און בלײַבן גלײַכגילטיק, איז אוממעגלעך. דאַרף מען עפּעס טאָן. אָבער וואָס?
נו, ווי ס׳רובֿ זאַכן הײַנט צו טאָג, האָבן זיך אַ גרופּע ישׂראלים אין ניו-יאָרק אָרגאַניזירט דורכן "פּנים-בוך" (פֿייסבוק), און באַשלאָסן זיך צונויפֿצוטרעפֿן דעם סוף-וואָך אין "וואַשינגטאָן־סקווער־פּאַרק". מיט אַ פּאָר געצעלטן, שילדן אויף העברעיִש צי אויף ענגליש און מיט ישׂראלדיקע פֿענער זענען זיך דאָרט צונויפֿגעקומען איבער 20 מענטשן. געדאַרפֿט האָבן זיי זיך אַריבערציִען צוויי מאָל, לויט דער פֿאָדערונג פֿון דער פּאָליציי, און נאָך אַ קורצער צײַט באַפֿרײַען דאָס אָרט, אָבער דאָס אַלץ האָט ניט קאַליע געמאַכט די גוטע שטימונג פֿון דער חבֿרה. נאָכדעם, איז מע געבליבן שמועסן עטלעכע שעה אונטער די גרינע ביימער אין פּאַרק. גערעדט האָט מען וועגן סאָציאַלע ענינים; וועגן דעם, וואָס מיינט צו זײַן ישׂראלים אין אַמעריקע בעת אַזאַ מין תּקופֿה; און צווישן אַנדערן זיך צוגעהערט מיט נײַגער צו אַן עדות-זאָגער, גלײַך פֿון דער "געצעלטן-שטאָט" אין ירושלים, וואָס איז געקומען אויף אַ באַזוך קיין ניו-יאָרק.
"די שאַנסן מצליח צו זיין זענען גאָר נישט קיין הויכע", זאָגט מיר טליה שמיר, אַ זשורנאַליסטקע פֿאַר דער עקאָנאָמישער סעקציע פֿון דער ישׂראלדיקער צײַטונג "ידיעות", וואָס איז אויך בײַגעווען דאָרטן. "ס׳וועט נישט דערגיין צו קיין פֿולשטענדיקער רעוואָלוציע, נאָר קליינטשיקע זאַכן דאָ און דאָרטן. עס וועלן זײַן זיכערהייטלעכע פּראָבלעמען, וואָס וועלן פֿאַרשטעלן מיט זיך די וויכטיקייט פֿון די 'אויפֿשטענדלער’. נאָך סעפּטעמבער וועט דער אויפֿמערק זיך ווענדן אַהין." וועגן פֿאַרגלײַכן די אַמעריקאַנער ווירטשאַפֿט מיט דער ישׂראלדיקער, זאָגט זי, אַז "די אַמעריקאַנער ווירטשאַפֿט שפּיגלט אָפּ דעם כאַראַקטער פֿון ביבי. ס׳איז לעכערלעך צו שטרעבן דערצו, בעת אַמעריקע געפֿינט זיך אין דעם שווערסטן עקאָנאָמישן מצבֿ זינט איר עקזיסטענץ. די ווירטשאַפֿטלעכע שיטה אין אַמעריקע איז סקאַנדאַליעז. דער 'פֿרײַער מאַרק’ איז בלויז אַ שילד, אין דער אמתן איז פֿאַראַן אַ גרויסע מלוכישע אונטערשטיצונג — למשל, די הנחות — פֿאַר די גאָר רײַכע..."
די איניציאַטיוו צו דעמאָנסטרירן דאָ אין ניו-יאָרק איז געקומען פֿון יערה שחורי, אַ סטודענטקע פֿאַר עקאָנאָמיע אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. "מײַנע חבֿרים און איך זײַנען שטאַרק גערירט פֿון דעם אַלעמען, וואָס ס׳געשעט איצט אין לאַנד און מע איז פֿרוסטרירט, אַז מע איז נישט דאָרט. איז מען געקומען אַהער דאָס צו שטיצן. חוץ דעם, איז עס אויך אונדזער קאַמף! אַ טייל פֿון אונדז זענען געקומען קיין אַמעריקע אויף אַ קורצער, און אַ טייל פֿון אונדז וואָלטן זיך געוואָלט אומקערן קיין ישׂראל; אָבער דער יקרות פֿון לעבן דאָרט איז אומדערטרעגלעך. אונדזער מדינה פֿלעגט זײַן מער באַזירט אויף יסודות פֿון אַ וווילשטאַנד-מדינה, ווי דאָ אין אַמעריקע. הלוואַי זאָלן די אַמעריקאַנער אויך נעמען געצעלטן אין האַנט (לעצטנס, איז דערשינען די ידיעה, אַז מע פּלאַנירט עפּעס ענלעכס דורכצופֿירן אין מאַנהעטן אין סעפּטעמבער, אַנטקעגן וואָל־סטריט — ע. מ.). איך גלייב, אַז דאָס פֿאָלק וועט נישט אַנטשוויגן ווערן ביז ס׳וועלן נישט אָנגענומען ווערן באַטײַטנדיקע רעזולטאַטן. די דעמאָנסטראַציעס גייען ווײַטער אָן און איך מײַן, אַז זיי וועלן נאָך ממשיך זײַן."
אַחוץ די ישׂראלים, האָבן זיך אינעם "וואַשינגטאָן־סקווער־פּאַרק" באַטייליקט אויך אַ פּאָר אַמעריקאַנער ייִדן. לינדאַ ראָזענטאַל, אַן אַדוואָקאַטין וואָס האָט אַמאָל געלעבט אָנדערטהאַלב יאָר אין ישׂראל, האָט דערקלערט פֿאַר וואָס זי איז אַהער געקומען: "הלוואַי וואָלט עס געענדערט דעם מצבֿ. אָבער ס׳איז שווער צו טראַכטן אַזוי, בעת די רעגירונג אינוועסטירט אַזוי פֿיל געלט אין באַשיצן די שטחים אויפֿן חשבון פֿון דעם לעבנס-קוואַליטעט אין ישׂראל גופֿא! די אַמעריקאַנער ייִדן דאַרפֿן שטיצן די פּראָגרעסיווע כּוחות אין ישׂראל; אָבער, דער עיקר, מוז די ישׂראלדיקע רעגירונג אַליין זיך אָפּרופֿן אויף די באַדערפֿענישן פֿון פֿונעם פֿאָלק".
נאָך אַן אַמעריקאַנער ייִד דאָרטן איז געווען דוד רומשיצקי, אַ וויסנשאַפֿטלער פֿון זײַן פֿאַך. גאָר פֿליסיק סײַ אויף העברעיִש און סײַ אויף ייִדיש, האָט ער ניט נאָר פֿרײַ געשמועסט מיט אַלעמען, נאָר אויך געגעבן אַ ספּעציעלן אינטערוויו אויף מאַמע-לשון. ייִדיש קען ער פֿון דער היים און פֿון דער ביאַליק-שול, וווּ ער האָט זיך אויך אויסגעלערנט עבֿרית. "דער קלאַסן-אונטערשייד אין ישׂראל — אַ לאַנד, וווּ די בירגער רײַסן אָפּ אַזוי פֿיל פֿון זיך און געבן דער מדינה, איז נישט גערעכט. עס זענען דאָ גאַנץ ווייניק סופּער-רײַכע מענטשן און די אַלע אַנדערע האָבן נישט גענוג געלט פֿאַר זייערע לעבנס-הוצאות. איך לייען אין אַ צײַטונג יעדן טאָג וועגן די דעמאָנסטראַציעס אין ארץ-ישׂראל, און איך שטיץ זיי אונטער. איך האָב באַזוכט ישׂראל שוין 7־8 מאָל, און אין די לעצטע יאָרן קען מען נישט אויסמײַדן צו באַמערקן די שאַרפֿע סאָציאַלע קאָנטראַסטן אין לאַנד. דרײַ הונדערט טויזנט איז אַ סך מענטשן און איך מיין, אַז זיי דאַרפֿן נישט אויפֿגעבן זייער דרוק אויף דער פּאָליטישער סיסטעם; מיט אַזאַ מין דרוק וועט אפֿשר עפּעס פּאַסירן."