- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
וואָס שייך דער צאָל פֿון אירע רעדנערס, איז אַראַביש איינע פֿון די שטאַרקסטע און פֿאַרזיכערטסטע לשונות אויף דער וועלט. אַפֿילו ווען מען זאָל רעכענען בלויז די פֿאַר וועמען אַראַביש איז זייער מוטערשפּראַך, באַטרעפֿן זיי הונדערטער מיליאָנען מענטשן און ווען מען גיט נאָך צו אויך די אַלע פֿאַר וועמען אַראַביש איז "בלויז" אַ לשון פֿון רעליגיעזע הצטרכותן, ווערט די צאָל אַראַביש־"באַנוצערס" אַן ערך צוויי מאָל אַזוי פֿיל, אויב ניט נאָך מער! הכּלל, מיר האָבן דאָ צו טאָן מיט אַ גרויס און שטאַרק לשון. איך ווייס ניט, צי איר האָט עס באַמערקט, אָבער אַ נײַע ייִדישע הויפּטשטאָט האָט זיך באַוויזן אין די לעצטע יאָרן. די רייד גייט וועגן דניפּראָפּעטראָווסק, וואָס מע האָט אַ מאָל גערופֿן יעקאַטערינאָסלאַוו אָדער גאָר פּשוט — קאַטערינאָסלאַוו. טאָמער האָט איר ניט געהערט וועגן אַזאַ אָרט, זײַט אַזוי גוט און גיט אַ קוק אויף דער מאַפּע פֿון אוקראַיִנע, אין דעם דרום-מיזרחדיקן טייל פֿונעם לאַנד. דאָרטן געפֿינט זיך איינער פֿון די וויכטיקסטע אינדוסטריעלע צענטערס. אין די סאָוועטישע צײַטן איז די שטאָט געווען אַזוי וויכטיק, אַז מע האָט זי געהאַלטן פֿאַרמאַכט פֿאַר אויסלענדער, זיי זאָלן, חלילה, ניט אַרויסגנבֿענען סודות. אין אַ שבת, סוף־אָקטאָבער, זענען בערך 40 יונגע ייִדן מיט אַ קנאַפּן וויסן וועגן ייִדישקייט געזעסן אין אַ גרויסן סאַלאָן אין ריווערדייל, ניו־יאָרק, און זיך באַטייליקט אין אַ סעסיע, "פֿרעגט דעם רבֿ". "איר קענט מיך פֿרעגן וואָס איר ווילט, און איך וועל פּרוּוון צו ענטפֿערן," האָט דערקלערט הרבֿ דזשאָנאַטאַן ראָזנבלאַט, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון דער אָרטאָדאָקסישער שיל, "ריווערדייל דזשויִש סענטער". לכתּחילה, האָט קיינער נישט אויפֿגעהויבן די האַנט. אָבער נאָך אַ ווײַלע, האָבן זיך אָנגעהויבן שיטן די שאלות: אין אוריאל ווײַנרײַכס האַנטביכל פֿאַר טוריסטן, Say it in Yiddish (זאָגט עס אויף ייִדיש), גיט ער איבער פֿאַרשידענע טערמינען און פֿראַגעס, וואָס אַ קונה קאָן פֿרעגן ווען ער באַשטעלט אַ צימער אין אַ האָטעל, ווי, למשל, "וויפֿל קאָסט אַ צימער מיט צוויי בעטן?" אָדער "צי סערווירט מען דאָ פֿרישטיק?" אָבער צוליב דעם וואָס ס׳איז הײַנט נישט פֿאַראַן קיין ייִדיש־רעדנדיקע מלוכה, זעט דאָס ביכל אויס מער ווי אַ פֿאַנטאַזיע פֿאַר ייִדישיסטן, איידער אַ פּראַקטישער וועגווײַזער. קיין איין אַנדער ייִדישע אָרגאַניזאַציע זיצט ניט אויף אַזאַ פּותּיקא, ווי די "קליימס קאָנפֿערענס". זי איז געשאַפֿן געוואָרן אין יאָר 1951, כּדי זיך באַשעפֿטיקן מיט די דײַטשישע אויסצאָלונגען — פֿאַר די מאָנונגען אין שײַכות מיטן חורבן. די ייִדן, וואָס האָבן די רעכט צו באַקומען פֿינאַנציעלע קאָמפּענסאַציעס, זײַנען צעטיילט אויף עטלעכע קאַטעגאָריעס. אייניקע באַקומען אַן איינמאָליקע אויסצאָלונג, דער עיקר פֿאַר מוזן אַנטלויפֿן פֿון די דײַטשן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. די פֿאַרגאַנגענע וואָך, דעם 8טן נאָוועמבער, איז אין דער שטאָט אַריאל פֿײַערלעך דערעפֿנט געוואָרן דער טעאַטער־פֿעסטיוואַל בײַם פֿול־געפּאַקטן זאַל פֿונעם נײַעם קולטור־הויז. צווישן די געסט, ווי עס ווײַזט אָן די ישׂראל־פּרעסע, זײַנען בײַגעווען מיניסטאָרן, כּנסת־דעפּוטאַטן און געזעלשאַפֿטלעכע טוער.
ס׳איז קלאָר ווי דער טאָג, אַז די אַמעריקאַנער ייִדישער געזעלשאַפֿט מאַכט הײַנט דורך אַ ממשותדיקע ענדערונג. די אײַנגעשטעלטע אינסטיטוציעס, וואָס האָבן רעפּרעזענטירט די ייִדישע קהילה זינט די 1940ער יאָרן, לײַדן איצט פֿון אַ פֿאַלנדיקער מיטגלידערשאַפֿט און שפּילן אַ סך אַ קלענערע ראָלע ווי אַמאָל, בפֿרט בײַם ייִנגערן דור. כּדי אָנצוטאַפּן דעם דופֿק פֿון דער יוגנט, און במילא באַטראַכטן די צוקונפֿט פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה, האָט די "אַבֿי־חי פֿונדאַציע" לעצטנס אינטערוויוירט מער ווי 250 פֿרויען און מענער צווישן 22 און 40 יאָר, וואָס פֿירן הײַנט אָן מיט ייִדישע פּראָיעקטן. לעצטן 30סטן סעפּטעמבער איז אין פּאַריז פֿאָרגעקומען אַ באמת אומגעוויינטלעכע צערעמאָניע. די היסטאָריקערין אַנעט וועוויאָרקע, פֿון די אָנגעזעענסטע פֿאָרשער פֿון דער געשיכטע פֿון דריטן חורבן, האָט באַקומען דעם מעדאַל "אָפֿיציר פֿון מלוכה–אָרדן פֿון ערן–לעגיאָן" — איינע פֿון די חשובֿסטע אויסצייכענונגען וואָס פֿראַנקרײַך טיילט אויס יענע בירגער, וואָס האָבן געברענגט אַ באַזונדערס וואָגיקן בײַטראָג פֿאַרן לאַנד אויף וואָסער עס איז געביט. אויפֿן פֿאַרלאַנג פֿון דער לאַורעאַטין, זענען אויף דער פֿײַערונג געזונגען געוואָרן לידער אויף ייִדיש — מסתּמא צום ערשטן מאָל אין דער לאַנגער געשיכטע פֿונעם ייִחוסדיקן ערן–לעגיאָן, וואָס נאַפּאָלעאָן האָט אים אײַנגעפֿירט אין 1802. פֿאַר דער ייִדיש–וועלט האָט אַנעט וועוויאָרקע נישט נאָר אַ וויכטיקן אייגענעם זכות, נאָר אויך אַ גרויסן זכות–אָבֿות. אין פּאָליטישן לעבן פֿון דער וועלט — און ווער דען דיקטירט עס מיטן לעבן פֿון דער מענטשהייט, אויב נישט די פּאָליטיק? — זענען רגעס פֿון מענטשלעכקייט אַ זעלטענע דערשײַנונג. "מענטשהייט" און "מענטשלעכקייט" זענען נישט אַלע מאָל אַ פֿרידלעכער זיווג. פֿאַראַן מענטשן וואָס טענהן, אַז דווקא דאָס רישעות, די באַהויפּטונג, אַז "אַ מענטש צו אַ מענטש איז אַ וואָלף", שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם מאָטאָר, די נאַטירלעכע טרײַבקראַפֿט פֿון דער מענטשלעכער עקזיסטענץ. לויט דאַרווינען איז דער עצם געראַנגל פֿאַרן לעבן און איבערלעבן דער טרײַב־מאָטאָר פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון די מיליאָנען לעבעדיקע מינים און וועזנס, און צווישן זיי — די אַנטוויקלונג פֿון דעם מין מענטש, וועלכער באַטראַכט זיך פֿאַר דעם "האַר פֿון דער וועלט", דער סאַמע אינטעליגענטסטער פֿון אַלע בעלי־חיים אויף דער וועלט. צום ערשטן מאָל אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע האָט אַ שטעטל אויסגעקליבן אַ מוסולמענישן בירגער-מײַסטער מיט אַ פֿרומען ייִדישן פֿאַרטרעטער. פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק האָט דער שטאָטראַט פֿון טינעק, ניו־דזשערזי, באַשטימט מאָהאַמעד כאַמידודין פֿאַר בירגער-מײַסטער, און אַדאַם גאָסען פֿאַר זײַן פֿאַרטרעטער. זיי וועלן אָנהאַלטן זייערע פּאָזיציעס אויף צוויי יאָר. טינעק איז באַקאַנט בײַ די ניו־יאָרקער ייִדן ווי אַ שפּרודלדיקער צענטער פֿון ייִדישן לעבן: 18 שילן, 2 ייִדישע טאָגשולן און 26 כּשרע רעסטאָראַנען. ווייניקער באַקאַנט איז אָבער, אַז אין טינעק געפֿינען זיך אויך צוויי מעטשעטן און אַ מוסולמענישע טאָגשול. די היץ איז געווען כּמעט אומדערטרעגלעך. אָבער דאָס איז נישט געווען קיין אָפּהאַלט פֿאַר די טויזנטער אָנטייל־נעמער בײַצוזײַן אויף דעם פּראָטעסט־קאָנצערט פֿונעם ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון זובין מעטאַ, וואָס איז לעצטנס צושטאַנד געקומען אינעם "אשכּול"־פּאַרק, אין דרומדיקן טייל פֿון נגבֿ; אַזוי נאָענט ווי מעגלעך, כּדי ס’זאָל דערגרייכן צום געפֿאַנגענעם זעלנער גלעד שליט. דרײַ אויטאָבוסן האָבן געבראַכט די 80 מוזיקער פֿונעם אָרקעסטער וואָס זײַנען אָנגעקומען צו באַטייליקן זיך אינעם קאָנצערט מיטן דראַמאַטישן נאָמען "דער געשריי צו דער וועלט". אַ קאָלעגע פֿון דײַטשלאַנד האָט מיר געזאָגט: "די צאָל ביכער וועגן ייִדן אין מיזרח-דײַטשלאַנד וועט אָט-אָט דערגרייכן די צאָל ייִדן, וואָס האָבן דאָרטן געוווינט." אַז מע קוקט אַרײַן אין דער סטאַטיסטיק, זעט מען וואָס ער האָט געמיינט. אין 1989 האָט די ייִדישע קהילה אין דער דײַטשישער דעמאָקראַטישער רעפּובליק (דדר) געהאַט בסך-הכּל 380 מיטגלידער, בערך 250 פֿון זיי זײַנען געווען בערלינער תּושבֿים. לעצטנס האָב איך אין מינכן, אין דעם ייִדישן ביכער-געשעפֿט וואָס איז לעבן דער היגער שיל, געקויפֿט אַ פֿרישע אויסגאַבע אויף דער טעמע — "די דדר און די ייִדן: אַ קריטישע פֿאָרשונג". |