געזעלשאַפֿט

אין אוריאל ווײַנרײַכס האַנטביכל פֿאַר טוריסטן, Say it in Yiddish (זאָגט עס אויף ייִדיש), גיט ער איבער פֿאַרשידענע טערמינען און פֿראַגעס, וואָס אַ קונה קאָן פֿרעגן ווען ער באַשטעלט אַ צימער אין אַ האָטעל, ווי, למשל, "וויפֿל קאָסט אַ צימער מיט צוויי בעטן?" אָדער "צי סערווירט מען דאָ פֿרישטיק?" אָבער צוליב דעם וואָס ס׳איז הײַנט נישט פֿאַראַן קיין ייִדיש־רעדנדיקע מלוכה, זעט דאָס ביכל אויס מער ווי אַ פֿאַנטאַזיע פֿאַר ייִדישיסטן, איידער אַ פּראַקטישער וועגווײַזער.

אויב אָבער אַ מענטש באַשליסט אײַנצושטיין אינעם נײַעם "קאָנדאָר־האָטעל" אין ברוקלין, וועט ער נישט בלויז קענען שטעלן זײַנע פֿראַגעס אויף ייִדיש, אָבער ער וועט אויך הערן ווי מענער פֿירן געשעפֿטן אויף די מאָבילקעס, און ווי מאַמעס שרײַען נאָך די קינדער — אַלץ אויף מאַמע־לשון.

(איין אויסנאַם: די אויפֿנעמערין פֿון האָטעל, וואָס ענטפֿערט דעם טעלעפֿאָן און זיצט בײַם אַרײַנגאַנג, רעדט דווקא נישט קיין ייִדיש. הייסט עס, אויב מע וויל שטעלן פֿראַגעס אויף ייִדיש, דאַרף מען זיך ווענדן צום פֿאַרוואַלטער, ר׳ יואל־בנימין קאַלער.)

דער פֿינף־שטאָקיקער "קאָנדאָר־האָטעל", וואָס האָט זיך געעפֿנט מיט אַכט וואָכן צוריק, באַשטייט פֿון 35 קלענערע און גרעסערע צימערן, און געפֿינט זיך אויף פֿרענקלין־עוועניו, אַ קליין געסל אין דער חסידישער געגנט פֿון וויליאַמסבורג. אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע האָטעלן, וואָס לעכצן הײַנט נאָך קונים בעת די שווערע עקאָנאָמישע צײַטן, גייט עס דעם "קאָנדאָר", ברוך־השם, זייער גוט. במשך פֿון די ערשטע צוויי חדשים, זענען בײַ זיי שוין אײַנגעשטאַנען געשעפֿטסלײַט פֿון ישׂראל, לאָנדאָן און מאָנטרעאָל, און אויך גאַנצע גרופּעס, וואָס זענען געקומען קיין וויליאַמסבורג זיך צו באַטייליקן אין שׂימחות. איין בעל־שׂימחה האָט באַשטעלט 10 צימערן פֿאַר זײַנע געסט, און אַ צווייטער — 15 צימערן. און צוליב דעם וואָס דער האָטעל האָט אונטן אַ גרויסן זאַל מיט אַ קיך, האָט מען די שׂימחות געפּראַוועט טאַקע אין האָטעל. ביז איצט איז שוין פֿאָרגעקומען אַן אויפֿרוף, שבֿע־ברכות, אַ בר־מיצווה און תּנאָים.

שטעלט זיך די פֿראַגע: ווי אַזוי האָט דער האָטעל באַוויזן אַזוי גיך צוצוציִען אַזוי פֿיל קונים? די פּרײַזן זענען נישט נידעריק: אַ געוויינטלעכער צימער (וואָס נעמט אַרײַן אַ קליינע טעראַסע) קאָסט 159$ אַ נאַכט אין די וואָכנטעג, און שבת — 199$, און אַ גרעסערער צימער איז 179$, און שבת — 219$.

ווי דער פֿאַרוואַלטער, קאַלער, גיט איבער, האָבן די אייגנטימער פֿונעם האָטעל, זלמן גלויבער און זעליג ווײַס, דערפֿילט, אַז ס’איז דאָ אַ שטאַרקער פֿאַרלאַנג פֿאַר אַ האָטעל אין וויליאַמסבורג. (אין באָראָ־פּאַרק זענען שוין דאָ צוויי אַזוינע האָטעלן.)

"אַ סך מענטשן האָבן דאָ נישט קיין פּלאַץ אַרײַנצונעמען געסט ווען זייערע משפּחות קומען אויף אַ שׂימחה," האָט קאַלער דערקלערט. און פֿרומע געשעפֿטסלײַט וואָס קומען קיין ניו־יאָרק, און האָבן נישט קיין משפּחה דאָ, באַשליסן, אַז ס׳איז מער כּדאַי אײַנצושטיין אין וויליאַמסבורג אין אַ כּשרן האָטעל, ווי אין אַ האָטעל אין מאַנהעטן, וואָס פֿאַרשטייט נישט די באַדערפֿענישן פֿון אַ פֿרומען ייִד.

אין די געוויינטלעכע האָטעלן, למשל, שאַפֿן זיך שוועריקייטן שבת (נישט בלויז פֿאַר חסידים, נאָר פֿאַר אַלע ייִדן וואָס היטן שבת), ווײַל בײַ כּמעט אַלע האָטעלן הײַנט־צו־טאָג איז דער שליסל צו דער טיר אַן עלעקטראָנישער. די פּראָבלעם איז, שבת טאָר מען נישט ניצן קיין עלעקטראָנישע אַפּאַראַטן. הגם דער "קאָנדאָר־האָטעל" ניצט אין די וואָכנטעג אויך עלעקטראָנישע שליסלען, טיילן זיי ערבֿ־שבת אויס פּשוטע האַנטשליסלען. מוצאי־שבת קערט דער גאַסט אום דעם האַנטשליסל, און באַקומט ווידער דעם עלעקטראָנישן.

גלויבער און ווײַס האָבן דערזען אַ גאָלדענע געלעגנהייט. נישט געקוקט אויף דעם וואָס זיי האָבן נישט געהאַט קיין דערפֿאַרונג מיט בויען האָטעלן, האָבן זיי אינוועסטירט 5 מיליאָן דאָלאַר אָפּצוקויפֿן אַן אַלטן גאַראַזש, עס אַראָפּגעריסן, און אויפֿן אָרט געבויט דעם האָטעל.

אויפֿן ערשטן בליק זעט דער "קאָנדאָר" טאַקע אויס ווי אַ געוויינטלעכער האָטעל — אַ מאָדערנער פּאַרטער ("לאָבי"), אַ סאַלאָן און אַ גאָרטן מיט טישעלעך און בענקלעך — אָבער ס׳ווערט באַלד קלאָר וועלכן עולם מע דינט. בײַ יעדער טיר הענגט אַ מזוזה. אין די צימערן איז נישטאָ קיין טעלעוויזאָר (בײַ די שטאַרק־פֿרומע קוקט מען נישט קיין טעלעוויזיע) און אין די שאַפֿעס געפֿינט זיך אַ קליינער באַסיין פֿאַר נטילת־ידים און אַ געשטעל, וווּ די פֿרויען קאָנען אויפֿהענגען זייערע שייטלען. בײַ יעדן צימער קען מען אויך עפֿענען אַ טיר צום שכנותדיקן צימער — אַ גרויסע מעלה פֿאַר די גרויסע חסידישע משפּחות.

כּשר עסן איז אויך נישט קיין פּראָבלעם. הגם דער "קאָנדאָר" האָט נישט קיין עסצימער אָדער רעסטאָראַן, שטעלט ער צו אַ קליינעם, קאַלטן פֿרישטיק ("קאָנטינענטאַל ברעקפֿעסט") פֿון בולקעס, געבעקסן, קעז און קאַווע; און ווער עס וויל אַ הייסע מאָלצײַט, קאָן פּשוט צושפּאַצירן צו איינעם פֿון די כּשרע רעסטאָראַנען אין דער געגנט. ווער עס זוכט אַ מנין, קען גיין דאַווענען אין דער שיל, וואָס געפֿינט זיך בלויז אַ האַלבן בלאָק אַוועק.

איין חסרון אָבער: סײַדן מע פֿאָרט מיט אַן אויטאָ, איז אַ ביסל קאָמפּליצירט אָנצוקומען אַהין. די נאָענטסטע באַן־סטאַנציע איז 10 בלאָק אַוועק, וואָס איז אַ טירחה, טאָמער שלעפּט מען אַ שווערע וואַליזקע. און נאָך אַ פּראָבלעם: די באַן־ליניע וואָס קומט אַהין — די G־באַן — פֿאָרט אַפֿילו נישט אַרײַן אין מאַנהעטן. אויב מע קומט פֿון מאַנהעטן, דאַרף מען, צוערשט, נעמען די A אָדער די L באַן, און דערנאָך זיך שפּעטער איבערזעצן אויף דער G. פֿון דעסטוועגן, איז וויליאַמסבורג גאַנץ נאָענט צו מאַנהעטן, אַזוי אַז די נסיעה דויערט נישט מער ווי 25 מינוט.

טאָמער גלוסט זיך אײַך אויסצופּרוּוון אַ ייִדיש־רעדנדיקן האָטעל, זײַט וויסן, אַז אין אַ וואָכנטאָג איז גרינגער צו באַקומען אַ צימער ווי שבת, אָבער מיט דער צײַט וועט אפֿשר אין מיטן וואָך אויך ווערן שווער. פֿאַר וואָס? אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ ייִדן, וואָס פּראַווען זייערע שׂימחות בלויז זונטיק, פֿײַערן די חסידים זייערע חתונות און מסיבות יעדן טאָג פֿון דער וואָך. דאָס איז אַ פֿאַרשטענדלעכע זאַך, ווען מע נעמט אין באַטראַכט, אַז יעדע משפּחה האָט צווישן אַכט און דרײַצן קינדער.

"ווען מיר וואָלטן געהאַט אונדזערע שׂימחות בלויז זונטיק — האָט קאַלער באַמערקט — וואָלט מען געדאַרפֿט וואַרטן צוואַנציק יאָר חתונה צו האָבן."