- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פּאָליטיק, זאָגט מען, איז אַן אָנגעבלאָזענער באַלעם אין די הענט פֿון פּאָליטיקערס. און פּאָליטיקערס האָבן געוויינטלעך בײַם עולם נישט קיין גוטן שם. אויך פּאָליטיק, וואָס פֿון איר איז אָפּהענגיק דער גורל פֿון דער מענטשהייט און דער קיום פֿון דער וועלט, מיט וועלכער זי פֿירט אייגנטלעך אָן, איז אין אַלגעמיין נישט קיין באַליבטער ענין, און זייער אַ סך מענטשן טרייסלען זיך אָפּ פֿון איר ווי פֿון אַ מגפֿה. איך קען אַ סך — אַפֿילו אינטעליגענטע — מענטשן, וואָס זאָגן, אַז זיי לייענען נישט אין די צײַטונגען און זשורנאַלן קיין זאַך וואָס האָט צו טאָן מיט פּאָליטיק. די מערסטע מענטשן לייענען נאָר די בײַלאַגעס וועגן ספּאָרט; אַנדערע — נאָר וועגן ליטעראַטור, קולטור און קונסט — סײַדן, עס טרעפֿט עפּעס אומגעוויינטלעכס: ווען אַ מענטש בײַסט אַ הונט, און נישט פֿאַרקערט, ווען אַ פּרעזידענט פֿון אַ מדינה ווערט געמישפּט פֿאַר שאַנד־אַקטן, פֿאַר פֿאַרגוואַלדיקונג, אָדער ווען עס טרעפֿט מע הערט לעצטנס אַ סך וועגן יונגע לײַט, וואָס פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט. אַפֿילו אויב זיי היטן נאָך די מיצוות, שושקעט מען זיך, אַז זיי זענען "אַראָפ פֿון דרך", פּשוט ווײַל זיי לעבן אין דער פֿרײַער געזעלשאַפֿט, און זענען מער נישט אונטער דער שליטה פֿון דער חסידישער קהילה. אויב אָבער אַ גאַנצע משפּחה פֿאַרלאָזט די חסידישע וועלט, און שיקט זייערע קינדער הײַנט אין אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער טאָגשול — הייסט דאָס אויך, אַז זיי זענען "אַראָפ פֿון דרך"? בפֿרט אַז זיי דערציִען די קינדער ווײַטער אויף אַ געשמאַקן ייִדיש, זענען געוואָרן געטרײַע לייענער פֿונעם "פֿאָרווערטס", און חלומען וועגן ברענגען זייערע קינדער אויף דער "ייִדיש־וואָך" פֿון "יוגנטרוף"? ערשט לעצטנס האָב איך זיך באַקענט מיט אַזאַ משפּחה: טאַטע־מאַמע זענען ביידע 33 יאָר, האָבן פֿיר קינדער, און ביז מיט 1/2־3 יאָר צוריק, האָבן זיי געלעבט אין אַ שטרענג־חסידישער קהילה. בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" האָבן די עלטערן, נחום און חיה ווײַס (נישט זייערע אמתע נעמען), דערציילט וועגן דעם פּײַנלעכן פּראָצעס וואָס האָט זיי דערפֿירט צו פֿאַרלאָזן די קהילה, מיטן תּנאַי, אַז מע זאָל נישט איבערגעבן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט, וווּ זיי וווינען הײַנט. די געשיכטע איז אַ פֿאַרכאַפּנדיקע, ווײַל ביידע זענען זיי אינטעליגענטע, טאַלאַנטירטע מענטשן, וואָס דריקן אויס, אויף אַ טיף־פּערזענלעכן אופֿן, די געפֿילן, וועלכע אַנדערע חסידים לעבן אפֿשר, אויך איבער, אָבער האָבן מורא עס אַרויפֿצוברענגען אויף די ליפּן. די טרויער־אַקאַדעמיע אין "יד־ושם" דער "יום־השואה והגבֿורה" — דער אָנדענק־טאָג פֿון חורבן און גבֿורה — איז שוין פֿאַרבײַ, אָבער דאָך, פֿילן מיר נאָך אַלץ אין אונדז דעם צער און ציטער, וואָס נעמט אונדז אַרום, ווען עס קומט אָן און ווען עס לאָזט איבער מיט אונדז דער אומהיילבאַרער ווייטיק, ביז דעם קומענדיקן יאָר. עס איז שטענדיק שווער, זייער שווער, זיך צו באַרויִקן פֿון דעם וואָס מען זעט און מען הערט אין די דאָזיקע דערמאָנונגס־טעג, אין דער מעדיאַ און מען לייענט די שילדערונגען אין דער פּרעסע. די אָנדענק־פּראָגראַמען לזכר דעם אומקום פֿון אונדזערע משפּחות בעת דעם חורבן און די שאַלנדיקע סירענע־קלאַנגען אין דעם אַלגעמיינעם טרויער־טאָג שטעלן אָפּ, ניט נאָר די באַוועגונג און פֿאַרקער אין די גאַסן און שאָסייען איבערן לאַנד, נאָר אויך אויף אַ ווײַל, אונדזער אָטעמצוג. זיי ברענגען פֿאַר די אויגן די בילדער פֿון יענע טראַגישע, שוידערלעכע טעג פֿון מאָרד און חורבן פֿון אונדזערע ליבסטע; פֿון אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק. אין דער טרויער־אַקאַדעמיע אין "יד־ושם" אין ירושלים, האָבן 6 ניצולי־השואה — געראַטעוועטע פֿון חורבן — אָנגעצונדן משׂואות — שטורקאַצן. יעדער איינער פֿון זיי איז באַגלייט געוואָרן פֿון אַן אייניקל, וועלכע האָבן בײַ דער געלעגנהייט זיי עפֿנטלעך באַגריסט און אויסגעדריקט זייער ליבע, דאַנק און שטאָלץ, וואָס זיי זענען געראַטעוועט געוואָרן פֿון טויט און זוכה געווען צוריק אויפֿצושטעלן אַ היים — אַ משפּחה אין ישׂראל. דער דאָזיקער זשעסט פֿון המשך־דור איז אויפֿגענומען געוואָרן מיט גרויס אָנערקענונג פֿון אַלעמען. אין דער אמתן, האָב איך זיך געקליבן צו שרײַבן וועגן דעם פּרעזידענט אָבאַמאַס מעטריקע. פֿון איין זײַט האָט די גאַנצע טעמע קיין ווערט ניט, ס׳איז פּשוט אַ טראַגי־קאָמעדיע מיט דאָנאַלד טראָמפּן אין דער ראָלע פֿונעם הויפּט-לץ. (ניט צופֿעליק איז דאָך זײַן טשופּרינע אַזאַ קלאָונישע.) פֿון אַן אַנדער זײַט, צוזאַמען מיט די ציפֿערן פֿון אויספֿרעגן, איז עס אַן אָפּשפּיגלונג פֿון זייער אַ טרויעריקן פֿענאָמען אין אַמעריקאַנער לעבן און אַ שלעכטער סימן פֿאַרן צווייטן טערמין פֿונעם איצטיקן פּרעזידענט. סײַדן וועט ער מוזן טאַקע קאָנקורירן מיט דעם זעלבן טראָמפּן צי מיט אַן אַנדערן שוואַכינקן קאַנדידאַט פֿון אַזאַ שניט. אָבער איך וועל שרײַבן וועגן אַן אַנדער זאַך, דהײַנו: טשערנאָביל, וואָס איז אַרײַן אין דער געשיכטע נאָכן באמת שוואַרצן טאָג, דעם 26סטן אַפּריל 1986, ווען עס האָט זיך אויפֿגעריסן אַ בלאָק פֿון דער אַטאָם-סטאַנציע. די רוסישע טעלעוויזיע, און די מעדיאַ בכלל, האָט לעצטנס וועגן טשערנאָביל זייער אַ סך גערעדט און געשריבן. בפֿרט נאָך, אַז די קאַטאַסטראָפֿע מיט 25 יאָר צוריק האָט הײַנט אַ פֿרישן, טראַגישן אָפּקלאַנג אין יאַפּאַן. אויף דער קיניגלעכער חתונה אין לאָנדאָן בין איך ניט געווען צוליב צוויי סיבות: ערשטנס, האָב איך פּונקט דעמאָלט געמוזט זײַן אין ניו-יאָרק. צווייטנס, האָט מען מיך ניט פֿאַרבעטן — אפֿשר צוליב די זעלבע טעמים ווי מיט די געוועזענע פּרעמיער-מיניסטערס, טאָני בלער און גאָרדאָן בראַון, און אפֿשר האָב איך זיך פֿאַרזינדיקט אויף אַן אַנדער אופֿן. אָבער אַ שעה צי אַפֿילו מער האָב איך פֿאַרבראַכט בײַ דער טעלעוויזיע. דאָס הייסט, געווען איינער פֿון די בערך צוויי ביליאָן נחת-קלײַבער. מע זאָגט דאָך, אַ שטייגער, אַז יעדער פֿינפֿטער ישׂראלי האָט נאָכגעפֿאָלגט די געשעענישן אין צענטער פֿון לאָנדאָן. ס׳איז געווען טאַקע זייער שיין, ממש פּרעכטיק. די ענגלענדער זײַנען גרויסע מײַסטערס פֿון אַזעלכע זאַכן. בפֿרט נאָך, אַז די "דעקאָראַציעס" האָט מען געבויט אין משך פֿון יאָרהונדערטער. אַלץ האָט מען דורכגעטראַכט. די פֿערד. די זעלנער. די מוזיק. און די הוטן, וואָס די פֿרויען האָבן געטראָגן! אָבער, דער עיקר, פֿון דעסטוועגן איז געווען — די כּלה. אין מײַן סאָוועטישן לעבן האָב איך תּמיד געזען אַרום זיך ייִדן, וועלכע עס האָט געצויגן נאָר צו איין זאַך, דהײַנו: געלט. אין מײַן משפּחה פֿלעגן אַזעלכע טיפּן זיך טרעפֿן זעלטן, ווײַל ס׳רובֿ קרובֿים האָבן געשטאַמט פֿון ייִדישע קאָלאָניסטן, צי פּשוט געזאָגט — פּויערים, האָרעפּאַשניקעס. און אַ געשעפֿט איז דאָך, בדרך-כּלל, אַ שטעטלדיקער, מנחם-מענדלשער (אין שלום-עליכמס זין) ענין. בײַ אַ מנחם-מענדל אַרבעט אַנדערש ניט נאָר דער קאָפּ זײַנער, נאָר אויך דאָס געוויסן. לויט מנחם-מענדלס אייגנאַרטיקער מאָראַל איז אַ גנבֿה כּשר און אַפֿילו יושרדיק, אויב מע גנבֿעט בײַ דער מלוכה צי בײַ פֿרעמדע מענטשן. און יעדער "געשעפֿטמענטש" פֿון אַזאַ סאָרט האָט אַן אייגענעם באַגריף פֿון "אייגענע מענטשן", בײַ וועלכע ער וועט (אפֿשר) קיין איבעריקע פּרוטה ניט נעמען. די דאָזיקע גנבֿישע פּסיכאָלאָגיע איז כאַראַקטעריש ניט נאָר פֿאַרן אַלטן שטעטל. זי לעבט אויך אין זייער מאָדערן-אויסזעענדיקע ייִדן, אין וועלכע מע זעט ניט צו מאָל גלײַך די מאָראַלישע פּרימיטיווקייט פֿון די אַמאָליקע צײַטן. דאָס זײַנען דאָך, אין תּוך אַרײַן, מענטשן, וועלכע זײַנען פּשוט ניט אימשטאַנד צו פֿירן אַ נאָרמאַלן געשעפֿט, אַפֿילו ווען קיינער שטערט זיי ניט עס צו טאָן. זיי מוזן דרייען. וואָס האָט, דאַכט זיך, געשטערט מיידאָפֿן צו זײַן אַ נאָרמאַלער ביזנעסמען? נאָר איין זאַך: ער איז געווען מאָראַליש פֿאַרפֿוילט, האָט געבויט אַלץ אין זײַן לעבן אויף איין פּרינציפּ — אַבי געלט. און ער איז, אַוודאי, גאָר ניט דער איינציקער. דאָס איז נישט געווען קיין פּורים־שפּיל, כאָטש עס האָט זיך אָפּגעשפּילט מער אָדער ווייניקער אין די טעג פֿון פּורים. דאָס איז געווען אַן אַכזריותדיקע שדים־שפּיל פֿון אַלע בייזע אונטערערדישע און איבערערדישע רוחות פֿון דער צעווילדעוועטער נאַטור — און אָן מאַסקעס. לויט אַלע סימנים האָט אונדזער דור, צוזאַמען מיט דעם דור פֿון אונדזערע קינדער און אייניקלעך, דעם טרויעריקן זכות צו לעבן אין אַן עפּאָכע פֿון גראַנדיעזע היסטאָרישע אויפֿטרייסלונגען. ווי דירעקט באַטייליקטע אין אָט דער דראַמע, אָדער ווי אירע אומבאַוווּסטזיניקע עדות אָדער קרבנות, און נישט האָבנדיק נאָך די גענוגנדיקע פּערספּעקטיוו פֿון צײַט, זענען מיר נישט מסוגל זי, ווי געהעריק, אָפּצושאַצן. נישט באַוויזן זיך אַרומצוזען נאָך דעם סאָציאַל־געזעלשאַפֿטלעכן שטורעם אין דער אַראַבישער וועלט, און גלײַך דערפֿילט די קלעפּ פֿון דער נאַטור־סטיכיע. די גלאָבאַליזאַציע האָט זיך אויסגעשפּרייט אויך אויף דער נאַטור. איצט שטייט די וועלט אַ צעטומלטע קעגנאיבער די ניט דערוואַרטע עווענטועלע נאָכפֿאָלגן פֿון דעם פֿאָרגעקומענעם אוניווערסאַלן צונאַמי. די ביאַליק־ראָגאָזין־שולע אין דרום־תּל־אָבֿיבֿ איז מיר גוט באַקאַנט. מיט יאָרן צוריק, ווען איך בין געווען דער אינספּעקטאָר אין דעם בילדונגס־מיניסטעריום פֿאַרן ייִדיש־לימוד אין די ישׂראל־שולעס, פֿלעג איך אָפֿט מאָל באַזוכן דאָרטן די קלאַסן פֿון דער שולע. די לייטונג פֿון דער שולע, מיט דער געוועזענער מנהלת (דירעקטאָרין) עמירה יהלום, האָבן שטענדיק אַרויסגעוויזן אַ באַזונדער פֿאַרשטענדעניש און סימפּאַטיע צו דעם ייִדיש־לימוד. במשך די יאָרן האָט דער עטנישער אָפּשטאַם פֿון דער אַרומיקער געגנט פֿון דער שולע זיך ראַדיקאַל געענדערט, און צו גלײַך אויך דער באַשטאַנד און כאַראַקטער פֿון אירע תּלמידים. אַלע גאַסן אַרום דער אַלטער, צענטראַלער "אגד"־אויטאָבוס־סטאַנציע אין תּל־אָבֿיבֿ, זײַנען איצט באַוווינט פֿון משפּחות פֿון די אַזוי־גערופֿענע "עובֿדים זרים" (פֿרעמדע אַרבעטער) פֿון 48 לענדער, אַממערסטנס פֿון אַפֿריקע און אַזיע און אויך אַ טייל פֿון אייראָפּע. די איצטיקע אַנטוויקלונגען אין מיטעלן מיזרח לאָזן נישט איבער קיין ספֿק, אַז ער וועט מאָרגן־איבערמאָרגן שוין נישט זײַן דער זעלבער מיטעלער מיזרח, ווי ער איז געווען נעכטן־אייערנעכטן. קיינער קען אָבער נישט פֿאָרויסזאָגן ווי אַזוי אָט דער "נײַער מיטעלער מיזרח" וועט אויסזען; וואָס פֿאַר אַ פּנים וועט ער האָבן אויף צומאָרגנס נאָך דער "אַראַבישער רעוואָלוציע". אַזוי ווי עס איז נאָך קיינעם נישט באַוווּסט ווי אַזוי עס וועט אויסזען די וועלט נאָך דעם ווי משיח וועט קומען... די פּאָליטישע וועלט איז איצט פֿאַרקאָכט אין איר; זי איז אומרויִק, פֿאַרזאָרגט. ווײַל דאָס וועט אָן ספֿק זיך אָפּרופֿן אויפֿן פּאָליטישן גורל פֿון דער וועלט — און אויף די סאָציאַלע פּראָבלעמען פֿון דער מענטשלעכער געזעלשאַפֿט — אויף די פּרײַזן פֿון נאַפֿט, אויף דעם סאָציאַלן וווילשטאַנד פֿון דער באַפֿעלקערונג אין די פֿאַרשיידענע לענדער, אויף די מיליטערישע בודזשעטן און אויף די נאַציאָנאַלע פּריאָריטעטן. דאָס ציווילע בירגערלעכע לעבן, מחוץ די רעוואָלטירנדיקע לענדער, גייט אָבער אָן מיט איר נאָרמאַלן גאַנג, ווי נישט זיי וואָלט מען געמיינט. אין דער צײַט ווען עס וועגט זיך דער נאַציאָנאַלער גורל פֿון אירע שכנים, איז מדינת־ישׂראל איצט באַשעפֿטיקט מיטן שטרײַק פֿון די סאָציאַלע אַרבעטער, וואָס ראַנגלען זיך אין זייער פֿאַרמעסט צו העלפֿן דער אומבאַהאָלפֿענער נויטלײַדנדיקער באַפֿעלקערונג אין באַדינגונגען פֿון זייער אייגענער סאָציאַלער געפֿאַלנקייט, אַליין זיך נייטיקנדיק אין סאָציאַלער הילף פֿון דער מדינה. פֿאָרנדיק אויף דער אונטערבאַן, באַמערק איך אַ מאָל ווי ס׳זיצט אַ יונגע פֿרוי, צניעותדיק אָנגעטאָן מיט שוואַרצע געדיכטע זאָקן, און זאָגט תּהילים. אַזוי לערנט מען די מיידלעך אין דער חסידישער וועלט: אויב מע האָט אַ ביסל צײַט, וווּ מע זיצט מיט ליידיקע הענט, זאָל מען זאָגן תּהילים, כּדי נישט צו פֿאַרפֿעלן אַ געלעגנהייט אַרײַנצוברענגען אַ ביסל הייליקייט אין דער וועלט, און במילא אויך העלפֿן אויסצוהיילן די קראַנקע, די פֿאַרוווּנדיקטע און די קימפּעטאָרינס. דערפֿאַר איז מיר געווען אַ חידוש לעצטנס אויסצוגעפֿינען, אַז אויף אַן אמת פֿאַרשטייען אַ סך פֿון די פֿרויען זייער ווייניק לשון־קודש, צי ס׳איז תּהילים, צי די תּפֿילות וואָס זיי זאָגן יעדן טאָג, ווײַל אין די חסידישע מיידל־שולן, בפֿרט בײַ די סאַטמערער, לערנט מען די מיידלעך בלויז אויף ייִדיש. כ׳האָב אויסגעפֿרעגט פֿיר יונגע פֿרויען פֿון חסידישע היימען: דרײַ האָבן זיך געלערנט אין די סאַטמערער שולן, און איינע אין אַ וויזשניצער. הגם די פֿיר פֿרויען פֿירן הײַנט מער נישט קיין חסידישן לעבנס־שטייגער, און דערפֿאַר קאָן זייער מיינונג וועגן די שולן זײַן אַ ביסל מער נעגאַטיוו, ווי בײַ די פֿרויען וואָס זענען געבליבן חסידים, קאָן זייער באַשרײַבונג אויך זײַן מער אָפֿנהאַרציק, ווײַל די פֿרויען שרעקן זיך נישט "אויסצוזאָגן פֿון חדר". אין סאָוועטיש-ייִדיש האָט מען אַ מאָל גענוצט אַזאַ וואָרט: "חודשניק", וואָס איז געווען אַ קאַלקירטע איבערזעצונג פֿונעם רוסישן "מעסיאַטשניק" — אַזוי האָט מען גערופֿן כּלערליי קאַמפּאַניעס צי אונטערנעמונגען, וועלכע האָבן געדויערט אַ חודש-לאַנג. עס זעט אויס, אַז חודשניקעס זײַנען הײַנט-צו-טאָג אַרײַן אין דער מאָדע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. למשל, מאַרץ איז דורך דער רעגירונג אָנגערופֿן געוואָרן ווי דער חודש פֿאַר ענינים, וואָס זײַנען אַסאָציִיִרט מיט פֿרויען. מיר געפֿעלט עס. בפֿרט נאָך, אַז איך האָב ליב פֿרויען. זיי זײַנען, בדרך-כּלל, אינטערעסאַנטער איידער מאַנצבילן. זייער רעאַקציע אויף געשעענישן איז לעבעדיקער, עמאָציאָנעלער. פֿרויען זײַנען, אין תּוך אַרײַן, קליגער. טראַכט זיך אײַן: מאַנצבילן ווערן פֿיר-פֿינף מאָל אָפֿטער געקלאַפּט דורך בליצן. מיר שײַנט עס ווי אַ בולטער סימן פֿון נאַרישקייט. און איך געדענק תּמיד, אַז די דאָליע פֿון פֿרויען איז געוויינטלעך שווערער. צום אַלעם ערשטן, מוזן זיי אויסהאַלטן פֿון אונדז. שוין אָפּגעשמועסט פֿון אַזעלכע "קלייניקייטן" ווי האָבן קינדער, אַרבעטן, פֿירן אַ באַלעבאַטישקייט, און דערצו נאָך — אויסזען! די צײַטן פֿון דער גרויסער עליה, בפֿרט פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, איז שוין אַן ענין פֿאַר היסטאָריקער און סאָציאָלאָגן. הײַנט קומען אויך טויזנטער לײַט פֿון יענע מקומות, בערך 7.5 טויזנט זײַנען אָנגעקומען אין דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, אָבער פֿון דער צוטריטלעכער אינפֿאָרמאַציע איז גאָר ניט קלאָר, אויף וויפֿל זיי קענען בכלל זײַן באַשריבן מיטן טערמין "עולים". איינער אַזאַ "עולה" האָט דעם זומער פֿאַרבראַכט אַ וואָך בײַ אונדז אין ענגלאַנד. זייער אַ וווילער יאַט, אַ קינד פֿון אַן אַלטן חבֿר מײַנעם. ער איז אַוועק פֿון אוקראַיִנע מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, נאָכן פֿאַרענדיקן אַן אוניווערסיטעט, און האָט זיך באַזעצט אין ישׂראל. אַ פֿעיִקער פּראָגראַמיסט, האָט ער זיך זייער גוט אײַנגעאָרדנט. אָבער מיט ישׂראל האָט דער יונגערמאַן, אין תּוך אַרײַן, זייער ווייניק קאָנטאַקטן. ער איז, פֿאַקטיש, ניט קיין ייִד — נאָר איין זיידע זײַנער, מײַן חבֿרס פֿאָטער, איז געווען אַ ייִדישער. קיין העברעיִש קען ער נאָך אַלץ כּמעט ניט, ווײַל די אַרבעט ווערט געפֿירט אין גאַנצן אויף ענגליש, בשותּפֿות מיט אַן אַמעריקאַנער פֿירמע, און נאָך דער אַרבעט דרייט ער זיך צווישן רוסיש-רעדנדיקע פֿרײַנד. |