געזעלשאַפֿט

אין סאָוועטיש-ייִדיש האָט מען אַ מאָל גענוצט אַזאַ וואָרט: "חודשניק", וואָס איז געווען אַ קאַלקירטע איבערזעצונג פֿונעם רוסישן "מעסיאַטשניק" — אַזוי האָט מען גערופֿן כּלערליי קאַמפּאַניעס צי אונטערנעמונגען, וועלכע האָבן געדויערט אַ חודש-לאַנג. עס זעט אויס, אַז חודשניקעס זײַנען הײַנט-צו-טאָג אַרײַן אין דער מאָדע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. למשל, מאַרץ איז דורך דער רעגירונג אָנגערופֿן געוואָרן ווי דער חודש פֿאַר ענינים, וואָס זײַנען אַסאָציִיִרט מיט פֿרויען.

מיר געפֿעלט עס. בפֿרט נאָך, אַז איך האָב ליב פֿרויען. זיי זײַנען, בדרך-כּלל, אינטערעסאַנטער איידער מאַנצבילן. זייער רעאַקציע אויף געשעענישן איז לעבעדיקער, עמאָציאָנעלער. פֿרויען זײַנען, אין תּוך אַרײַן, קליגער. טראַכט זיך אײַן: מאַנצבילן ווערן פֿיר-פֿינף מאָל אָפֿטער געקלאַפּט דורך בליצן. מיר שײַנט עס ווי אַ בולטער סימן פֿון נאַרישקייט. און איך געדענק תּמיד, אַז די דאָליע פֿון פֿרויען איז געוויינטלעך שווערער. צום אַלעם ערשטן, מוזן זיי אויסהאַלטן פֿון אונדז. שוין אָפּגעשמועסט פֿון אַזעלכע "קלייניקייטן" ווי האָבן קינדער, אַרבעטן, פֿירן אַ באַלעבאַטישקייט, און דערצו נאָך — אויסזען!

דאָס "ווײַסע הויז" האָט באַשטעלט אַ פּרטימדיקע סאָציאָלאָגישע פֿאָרשונג פֿון דעם מצבֿ פֿון פֿרויען, און דער באַריכט, פֿול מיט כּלערליי דאַטן, איז צוטריטלעך געוואָרן אין אינטערנעץ. מע זעט פֿון אים, ווי די לאַגע האָט זיך גאַנץ היפּש געביטן אין די לעצטע יאָרצענדליקער. קודם-כּל, איז אויסגעוואַקסן דער עצם חלק פֿון פֿרויען. ביז 1950 האָט אַמעריקע געהאַט מער מאַנצבילן. אָבער אין די לעצטע זעכציק יאָר דאָמינירן פֿרויען דעמאָגראַפֿיש. זייער צאָל איז אויף 4 מיליאָן גרעסער. גורם זײַנען צוויי הויפּט-פֿאַקטאָרן: די פֿרויען לעבן בערך פֿינף יאָר לענגער, און די אימיגראַציע ברענגט ניט אַזוי פֿיל מאַנצבילן אָן פֿרויען ווי דאָס איז געווען אין די אַמאָליקע יאָרן.

די צונויפֿשטעלער פֿונעם באַריכט האָבן געקענט פֿאַרגלײַכן די הײַנטיקע סטאַטיסטיק מיט ענלעכע דאַטן פֿון די 1970ער יאָרן. מע זעט פֿון דעם פֿאַרגלײַך, אַ שטייגער, אַז אין משך פֿון די לעצטע פֿיר יאָרצענדליק האָט זיך אָפּגערוקט דער עלטער, ווען פֿרויען הייבן אָן קינדלען. אין די 1970ער יאָרן האָבן נאָר 4 פּראָצענט פֿרויען געהאַט זייער ערשט קינד ווען זיי האָבן שוין דערגרייכט דעם עלטער פֿון 30 יאָר צי נאָך שפּעטער. הײַנט איז אַזאַ עלטער פֿאַר האָבן דאָס ערשטע קינד כאַראַקטעריש געוואָרן פֿאַר בערך אַ פֿערטל פֿון אַלע אַמעריקאַנער מאַמעס.

בילדונג, און מיט איר די אַסאָציִיִרטע קאַריערע-בויונג, איז די הויפּט-סיבה פֿאַר אַזאַ ממשותדיקער שינוי. בעת אין די 1970ער יאָרן פֿלעגן ווייניקער פֿון 60 פּראָצענט פֿרויען פֿאַרענדיקן אַ שול, אַ קאָלעדזש צי אַן אוניווערסיטעט, האָבן איצט אַזאַ בילדונג 87 פּראָצענט פֿרויען. 28 פּראָצענט פֿרויען פֿאַרענדיקן איצט אַ קאָלעדזש. מיט פֿערציק יאָר צוריק איז אַזאַ בילדונג געווען אַ סך ווייניקער פֿאַרשפּרייט צווישן אַמעריקאַנער פֿרויען — בלויז 8 פּראָצענט פֿלעגן עס דערגרייכן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס 59 פּראָצענט גראַדויִר-סטודענטן זײַנען הײַנטיקע טעג פֿרויען.

דאָס הייסט ניט, פֿאַרשטייט זיך, אַז אַלע סטודענטקעס בלײַבן ניט קיין חתונה געהאַטע. אָבער קינדער אײַלן זיי זיך ניט צו האָבן, ווײַל ס׳איז זייער שווער צו קאָמבינירן לימודים און קאַריערע מיט מוטערשאַפֿט. דאָס איז איינע פֿון די סיבות, פֿאַר וואָס עס וואַקסט די צאָל פֿרויען, וועלכע ווערן ניט קיין מאַמעס. 18 פּראָצענט אַמעריקאַנער פֿרויען אין עלטער 40—44 יאָר האָבן ניט קיין קינדער. אין די מיט-1970ער יאָרן האָבן 10 פּראָצענט פֿרויען פֿון אַזאַ עלטער ניט געהאַט קיין איין קינד. און די דורכשניטלעכע צאָל קינדער, וואָס אַ פֿרוי האָט יאָ צו דעם עלטער 40—44, איז אויך געפֿאַלן, כאָטש ס׳איז נאָך אַלץ בעסער איידער אין אַ סך אייראָפּעיִשע לענדער: פֿון 3.4 אין די מיט-1970ער יאָרן ביז 2.3 אין אונדזערע צײַטן.

דער באַריכט ווײַזט, אַז פֿרויען, בפֿרט אויב זיי האָבן ניט קיין מאַן, זײַנען אָרעמער. אַז זיי האָבן אַ שטאַרקערע נטיה צו דעפּרעסיע, אָבער זײַנען ווייניקער גענייגט צו האַרץ-קרענק. און אַז אַ דריטל אַמעריקאַנער פֿרויען זײַנען פֿעטער ווי עס דאַרף צו זײַן — מאַנצבילן זײַנען פֿון דעסטוועגן מער פֿיזיש אַקטיוו.

אין דעם באַריכט איז ניט אַרײַן אַזאַ וויכטיקער אינדעקס: וויפֿל אַמעריקאַנער פֿרויען קענען צוגרייטן אַ געשמאַקע אַכילה? איך מיין ניט אָנוואַרעמען אַ גרייטן מאכל פֿון אַ געשעפֿט. איך מיין ממש באַקן, פּרעגלען, קאָכן. מײַן דערפֿאַרונג ווײַזט, אַז אַזעלכע פֿרויען דאַרף מען הײַנטיקע טעג זוכן מיט ליכט, ווײַל זיי באַגעגענען זיך זעלטן, בפֿרט אין גרויסע שטעט.

אפֿשר — און אַוודאי — בין איך אַלטמאָדיש, אָבער איך שאַץ נאָך אַלץ אַזאַ קונסט. איר קענט מיר זאָגן, אַז מאַנצבילן מוזן עס אויך טאָן. כ׳בין מסכּים. דאָך פֿון אַ פֿרויס הענט האָט אַ מאכל גאָר אַן אַנדערן, אַ בעסערן טעם. אויב איר ווילט — אַ סעקסועלן. און אויף וויפֿל איך האָב געהערט און געלייענט, האָט מען דעם סעקס דערווײַל ניט אָפּגעשאַפֿן, אַפֿילו אויף דער צײַט פֿון דעם פֿרויען-חודשניק.