- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מע הערט לעצטנס אַ סך וועגן יונגע לײַט, וואָס פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט. אַפֿילו אויב זיי היטן נאָך די מיצוות, שושקעט מען זיך, אַז זיי זענען "אַראָפ פֿון דרך", פּשוט ווײַל זיי לעבן אין דער פֿרײַער געזעלשאַפֿט, און זענען מער נישט אונטער דער שליטה פֿון דער חסידישער קהילה. אויב אָבער אַ גאַנצע משפּחה פֿאַרלאָזט די חסידישע וועלט, און שיקט זייערע קינדער הײַנט אין אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער טאָגשול — הייסט דאָס אויך, אַז זיי זענען "אַראָפ פֿון דרך"? בפֿרט אַז זיי דערציִען די קינדער ווײַטער אויף אַ געשמאַקן ייִדיש, זענען געוואָרן געטרײַע לייענער פֿונעם "פֿאָרווערטס", און חלומען וועגן ברענגען זייערע קינדער אויף דער "ייִדיש־וואָך" פֿון "יוגנטרוף"? ערשט לעצטנס האָב איך זיך באַקענט מיט אַזאַ משפּחה: טאַטע־מאַמע זענען ביידע 33 יאָר, האָבן פֿיר קינדער, און ביז מיט 1/2־3 יאָר צוריק, האָבן זיי געלעבט אין אַ שטרענג־חסידישער קהילה. בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" האָבן די עלטערן, נחום און חיה ווײַס (נישט זייערע אמתע נעמען), דערציילט וועגן דעם פּײַנלעכן פּראָצעס וואָס האָט זיי דערפֿירט צו פֿאַרלאָזן די קהילה, מיטן תּנאַי, אַז מע זאָל נישט איבערגעבן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט, וווּ זיי וווינען הײַנט. די געשיכטע איז אַ פֿאַרכאַפּנדיקע, ווײַל ביידע זענען זיי אינטעליגענטע, טאַלאַנטירטע מענטשן, וואָס דריקן אויס, אויף אַ טיף־פּערזענלעכן אופֿן, די געפֿילן, וועלכע אַנדערע חסידים לעבן אפֿשר, אויך איבער, אָבער האָבן מורא עס אַרויפֿצוברענגען אויף די ליפּן. נחום איז אויפֿגעוואַקסן בײַ אַ נטורי־קרתּא משפּחה אין ענגלאַנד — אַ בכור, מיט זעקס שוועסטער. דער טאַטע האָט געאַרבעט סײַ ווי אַ משגיח, סײַ ווי אַ מנהל פֿון פֿאַרשידענע חסידישע ישיבֿות. די מאַמע האָט אָבער דעמאָלט געליטן פֿון אַ קראַנקייט, וואָס האָט שווער געווירקט אויפֿן הויזגעזינד. "זי האָט נישט פֿונקציאָנירט ווי געהעריק אין שטוב," האָט נחום דערציילט. "ס׳האָט תּמיד געהערשט אַ געפֿערלעכע פּאַניק און טעראָר." איין מאָל, ערבֿ־פּסח, בעת מע האָט געהאַלטן אין מיטן כּשרן די שטוב, איז עמעצער צוגעקומען צו דער טיר, באָרגן דעם טאַטנס פֿײַער־בלאָזער צו גליִען זײַנע כּלים. ווען די מאַמע האָט דערזען, אַז דער טאַטע איז נישטאָ, האָט זי זיך ווילד צעשריגן, אַז זי וועט אים און די קינדער באַגיסן מיט זודיק וואַסער, און דערמיט שטאַרק איבערגעשראָקן די קינדער. שפּעטער האָט דער טאַטע באַשולדיקט אין דעם דעם זון. דער טאַטע האָט געוווּסט, אַז זי איז קראַנק, האָט נחום געזאָגט. אַנדערע האָבן אים געעצהט זי אָפּצוגטן, אָבער ער האָט זיך אָפּגעזאָגט דאָס צו טאָן, ווײַל ער האָט נישט געוואָלט שטערן די שידוכים פֿאַר די קינדער. אין חדר האָט נחום אויך געליטן יסורים. ווען ער איז געווען אין קינדער־גאָרטן האָט אַ מלמד סעקסועל זיך געטשעפּעט צו אים, און שפּעטער האָט נחום, ווי אַ סך אַנדערע ייִנגלעך, געליטן פֿון פּעטש און עמאָציאָנעלער באַלעסטיקונג. "די גאַנצע חסידישע סיסטעם איז אַזוי קראַנק, אַז כ׳ווייס נישט, צי מע קען אַפֿילו באַשולדיקן אינדיווידועלע מענטשן." בײַ 10 יאָר האָט מען נחומען געשיקט אין אַ פֿרעמד לאַנד, זיך לערנען אין אַ שטרענג־חסידישער געגנט. "מיר האָט זיך געדאַכט, אַז מע שיקט מיך אויף צוויי וואָכן איבערן זומער, אָבער כ׳בין געבליבן דאָרט איבער צוויי יאָר, ביז מײַן משפּחה האָט זיך אויך איבערגעקליבן אַהין. שטעלט זיך פֿאָר: מע זעצט מיך אַרויף אויפֿן עראָפּלאַן, כ׳קען נישט קיין וואָרט ענגליש. מע האָט מיר פֿריִער געזאָגט, אַז צוויי פֿרויען וועלן אויפֿפּאַסן אויף מיר — האָט זיך דערפֿון אויסגעלאָזט אַ בוידעם... אַז מע האָט מיר געגעבן עסן, האָב איך געפֿרעגט די שיקסע לעבן מיר: ׳כּשר?׳ האָט זי געענטפֿערט, אַז יאָ. האָב איך געגעסן אַ האַלב לעפֿל, האָט אַ צווייטע שיקסע געזאָגט, אַז ס׳איז נישט כּשר! די גאַנצע צײַט האָב איך זיך אָבער געהיט נישט צו קוקן טעלעוויזיע. כּדי אַוועקצונעמען דעם פּחד, האָב איך איבערגעלייענט אַ ייִדיש ביכל, פֿון אָנהייב ביזן סוף." נחומס יאָרן אין דער נײַער קהילה איז נישט געווען קיין סך בעסער. יעדן טאָג, זעקס אַ זייגער אין דער פֿרי, האָט ער געמוזט גיין איינער אַליין אין שול; ווינטערצײַט זיך אָפֿט מאָל אויסגליטשן אויפֿן אײַז, נישט געווען ווער עס זאָל אים העלפֿן; געלערנט אַ גאַנצן טאָג ביז 5 נאָך מיטאָג. בלויז מיטאָגצײַט, האָט מען במשך פֿון אַ שעה צײַט געגעסן און געקאָנט זיך שפּילן מיט די אַנדערע ייִנגלעך. זומערצײַט האָט מען נאָך דער שול געלערנט ענגליש, האָט ער אָנגעהויבן גיין אויפֿן לימוד, אָבער אין גיכן זיך באַרעכנט. "מע האָט אונדז געלערנט, אַז ס׳איז הייליקער נישט צו לערנען ענגליש, האָב איך עס אָפּגעלאָזט." ביזן הײַנטיקן טאָג קען נחום זייער שוואַך ענגליש און דערפֿאַר איז אים שווער צו געפֿינען אַן אַרבעט. נחום זאָגט, אַז זײַן געשיכטע איז, צום באַדויערן, נישט קיין זעלטנהייט בײַ די חסידים. "דער אמת איז, אַז אַ חסידיש קינד האָט נישט קיין מענטשנרעכט. דער מלמד און מנהל האָבן רעכט צו טאָן וואָס זיי ווילן, מבֿזה זײַן אים פֿאַר דער עדה, אַרויסשיקן פֿון קלאַס, אויב ער קומט שפּעט, און וווּ זאָל ער גיין? באַהאַלט ער זיך אין ׳טוילעט׳. און אויב ער לײַדט יסורים אין דער היים, קען ער נישט אַנטלויפֿן, ווײַל ער קען נישט קיין ענגליש און ווייסט אַפֿילו נישט ווי אַזוי צו קלינגען דער פּאָליציי." אין 1996, צו 18 יאָר, האָט נחום חתונה געהאַט. זײַן פֿרוי, חיה, האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס", אַז בײַם באַשוי (די ערשטע טרעפֿונג פֿון חתן־כּלה; אַ חסידיש וואָרט פֿונעם דײַטשן שורש "שוי" וואָס מיינט show), האָט די מחותּנתטע (אַזוי רופֿט מען די שוויגער פֿאַר דער חתונה) מיט שטאָלץ אַרײַנגעבראַכט די ווערטער פֿון איר זון, אַז מע דאַרף נישט מאַכן קיין פֿאָטאָגראַפֿיעס בײַ דער חתונה, ווײַל יעדעס בילד נעמט אַראָפּ די קדושה פֿון אַ מענטשן. "איך האָב עס אָפּגעקויפֿט ווי הייסע חסידות, און באַשלאָסן טאַקע נישט צו מאַכן קיין בילדער בײַ דער חתונה," האָט חיה געזאָגט. שפּעטער האָט זי שטאַרק חרטה געהאַט. "מײַן מומע האָט יאָ געמאַכט איין בילד פֿון דער חתונה, און איך בין זיך טאַקע מחיה מיט דעם איינעם בילד." ווען דאָס ערשטע קינד איז בײַ זיי געבוירן געוואָרן, האָט חיה געחלשט צו נעמען בילדער. ווען דאָס קינד האָט געהאַלטן בײַ פֿינעף חדשים האָט אַ חבֿרטע אירע געזאָגט, אַז יעדע האַלב יאָר נעמט זי אין איין טאָג אַראָפּ זעקס בילדער פֿון די קינדער. דער געדאַנק איז חיהן שטאַרק געפֿעלן. ווען דאָס קינד איז געוואָרן זעקס חדשים, האָט זי אַ גליקלעכע געמאַכט זעקס בילדער פֿון אים, אָנגעטאָן אין זעקס אַנדערע קליידער און מיט זעקס אַנדערע שפּילעכלעך. ווען זי האָט געוויזן איר מאַן די בילדער און געזאָגט, אַז זי וועט אַזוי טאָן ווי איר חבֿרטע, האָט ער געזאָגט: "וואָס הייסט? קענסט מאַכן בילדער ווען דו ווילסט!" "וועלכעס קינד קען מוחל זײַן אַזאַ זאַך, אַז ס׳זענען נישטאָ קיין בילדער פֿון אים ווי אַ קינד?" האָט נחום געפֿרעגט. אַפֿילו זײַן פֿעטער, וואָס שטאַמט אויך פֿון אַ נטורי־קרתּא משפּחה, האָט אים אַ מאָל געזאָגט, אַז ער באַדויערט זייער, וואָס ס׳איז נישטאָ קיין בילדער פֿון אים ווי אַ קינד.
ווי אַ יונגערמאַן, האָט נחום געלעכצט צו לייענען ביכער אויף פֿאַרשידענע טעמעס, הגם די קהילה האָט שטאַרק נישט געהאַלטן פֿון אַזאַ זאַך. "מע קען זײַן דער פֿרומסטער צדיק; אויב מע טרעפֿט דיך לייענען אַ ביכל, און דו האָסט שוין שׂונאים, וועט מען דיך רודפֿן," האָט ער געזאָגט. ער האָט ליב געהאַט צו שמועסן מיט כּלערליי מענטשן, סײַ מגידי־שיעור, סײַ סתּם ייִדן, וועגן קוריאָזן פֿון דער ייִדישער געשיכטע, ווי, למשל, וועגן דעם רבֿ נפֿתּלי־הערץ ווײַזל, וואָס האָט געלעבט בעת די צײַטן פֿון דער השׂכּלה, געווען שטאַרק רעספּעקטירט אין דער תּורה־וועלט, אָבער האָט אויך געהאַלטן, אַז ייִדן דאַרפֿן זיך נעמען צו בילדונג, און האָט אין אַ פּאַמפֿלעט שטאַרק קריטיקירט דעם חרדישן צוגאַנג, און איז דערפֿאַר עד־היום פֿאַררעכנט בײַ אַ סך חסידים ווי אַ "ימח־שמוניק". "איך האָב פּשוט אַרײַנגעבראַכט עטלעכע פֿון זײַנע ספֿרים, צו ווײַזן וואָס פֿאַר אַ גרויסער רבֿ ער איז געווען," האָט נחום געזאָגט. איידער וואָס און איידער ווען האָט מען אַרויסגעלאָזט אַ קלאַנג, אַפֿילו אויפֿגעהאָנגען אַפֿישן, אַז "אַ געוויסער יונגערמאַן פֿאַרשפּרייט אַפּיקורסות". געווען אַזעלכע וואָס האָבן געפּרוּווט משפּיע זײַן אויף נחומס שוועסטער נישט צו רעדן מיט אים אָדער מיט זײַן פֿרוי. "מײַנע שוועסטער האָבן געאַרבעט פֿאַר די מענטשן, האָבן זיי געמוזט פֿאָלגן, ווײַל זיי האָבן נישט געוואָלט פֿאַרלירן די פּרנסה," האָט נחום באַמערקט. ער האָט אָנגעהויבן פֿילן, אַז ס׳איז נישטאָ קיין אָרט פֿאַר אים אין דער קהילה, האָט ער געפּרוּווט פּועלן ביי זײַן פֿרוי, אַז זיי זאָלן זיך איבערקלײַבן אין דער גרויסער שטאָט. זי איז אָבער געווען "האַרט ווי אַ שטיין," האָט נחום מיט אַ שמייכל געזאָגט. "טאַקע אמת!" האָט חיה מסכּים געווען. "כ׳האָב פֿאַרשטאַנען וואָס ער זאָגט, אַז די חסידישע קהילה האָט אַלע אייגנשאַפֿטן פֿון אַ קולט, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, בין איך אויפֿגעוואַקסן אין אַ וואַרעמער שטוב, מײַן מאַמע איז געווען זייער געטרײַ אירע קינדער און איר מאַן. "איך בין געווען דער גליקלעכסטער מענטש אין שטעטל," האָט חיה געזאָגט. זי האָט דערציילט ווי די לערערינס האָבן זיי תּמיד אָנגעוויזן, ווי גוט ס׳איז דאָרט. "נעכטן בין איך געווען בײַ אַ גרויסער רבישער חתונה," האָט איין לערערין דערציילט דעם קלאַס. "ווי צניעותדיק די מיידלעך זענען געווען אָנגעטאָן! אונדזערע מיידלעך זענען די מערסטע באַגליקט פֿון גאַנץ כּלל־ישׂראל!" "איך בין געווען אין גאַנצן איבערצײַגט, אַז ס׳איז אמת," האָט חיה באַמערקט. ווען זי איז עלטער געוואָרן איז זי אַפֿילו געוואָרן אַ באַקאַנטע שאַפֿערין פֿון לידער, וואָס מע האָט רעקאָרדירט אויף קאָמפּאַקטדיסקן, און וואָס מיידלעך און ווײַבלעך האָבן אַרײַנגעוועבט אין די פּיעסעס, וואָס זיי האָבן אויפֿגעפֿירט. אינעם "בת־ישׂראל ליד", למשל, שרײַבט חיה וועגן דער שיינקייט פֿון צניעות: שטיל באַשיידן דאָרט — אין אַ טיף באַהאַלטן אָרט — ליגט דאָרט אַ פֿאַרמעגן קיינער ווייסט דערוועגן אַן איידלשטיין, אַ זעלטן טײַער סאָרט — ווער עס טוט באַגליקן איר שיינקייט אָנצוקוקן בלײַבט דאָרט שטיין באַצויבערט אָן קיין וואָרט! טײַערע טאָכטער מײַן דאָס איידלשטיין ביסטו אַליין ווען דו וואָלטסט נאָר אַרײַנגעקוקט וויפֿל אין דיר פֿאַרהוילן ליגט וואָלטסטו דאָך געבליבן שטיין אַנטציקט! חשובֿע בת־ישׂראל ווי ווערסטו נישט נתפּעל קען דײַן לויב דען ווערן אויסגעדריקט? "חיהס לידער זענען געווען אַ מוראדיקער חיזוק פֿאַר די חסידישע גלייביקע ווײַבער, און אַפֿילו מענער," האָט נחום דערקלערט. "איך קען אַ ראָש־ישיבֿה, וואָס שטילערהייט, הערט ער זיך צו צו אירע לידער." לכתּחילה האָט חיה נישט געוואָלט הערן ווי נחום קריטיקירט די חסידישע געזעלשאַפֿט, און ער אַליין האָט געהאַט שטאַרק געמישטע געפֿילן. "איך האָב נישט געוואָלט פֿאַרלירן די אמונה," האָט נחום באַמערקט. "דערפֿאַר האָב איך 14 יאָר לאַנג געליטן געוואַלדיקע יסורים, און נישט געהאַט מיט וועמען צו רעדן וועגן דעם." "כ׳בין געווען ווי איינע אין אַ פֿינצטערן קעלער, וואָס האָט חתונה געהאַט מיט עמעצן וואָס האָט מער שׂכל פֿון איר," האָט חיה באַמערקט. "ער פּרוּווט אַראָפּנעמען דעם פֿאָרהאַנג פֿון די פֿענצטער, און זי שטייט און שרײַט, אַז זי וויל נישט וויסן אָדער זען, וואָס ס׳טוט זיך פֿון יענער זײַט!" ביידע עלטערן האָבן אָבער געהאַלטן, אַז די חסידישע געזעלשאַפֿט דערשטיקט די באַדערפֿענישן פֿון זייערע קינדער. די קינדער האָבן נישט געטאָרט קוקן קיין טעלעוויזיע אָדער ווידעאָס, און דערצו האָט די משפּחה געוווינט אין אַן ענגער דירה, האָט דער טאַטע געהאַלטן, אַז עס וואָלט נישט געשאַט די קינדער צו הערן כאָטש אַ ביסל מוזיק בעת דער ספֿירה. "די ווענט זענען אָבער געווען ווי דין פּאַפּיר," האָט חיה געזאָגט. "די שכנים האָבן דערהערט מוזיק, האָבן זיי אָנגעהויבן רעדן וועגן אונדז. יעדער קוקט אַרײַן אין יענעמס טעפּל, אַן עכטע יאַכנע־לעבן ווי פֿאַרצײַטנס! אַמאָל פֿלעגן די ווײַבלעך שווער אַרבעטן, נישט געהאַט קיין צײַט צום שמועסן. אָבער הײַנט זיצט מען ליידיק; אַ גויע ראַמט דאָס הויז און די קינדער שיקט מען זיך שפּילן אין די שפּילגרופּעס. זיצט מען און מע באַרעדט אַנדערע." זי האָט אויך דערפֿילט, אַז ס׳איז נישט יושרדיק צו צווינגען קליינע קינדער צו מאַכן אַ ברכה יעדעס מאָל פֿאַרן עסן. זיי האָבן דערנאָך געהערט פֿון אַ געוויסן רבֿ, אַז קינדער פֿאַר זעקס יאָר דאַרפֿן נישט מאַכן קיין ברכה, ווײַל זיי פֿאַרשטייען עס סײַ ווי נישט, איז עס במילא אַ ברכה לבֿטלה. האָבן זיי אויפֿגעהערט צווינגען, און ווען די קינדער זענען עלטער געוואָרן, האָבן די עלטערן זיי געלאָזט מאַכן די ברכה אויף ייִדיש, כּדי זיי זאָלן פֿאַרשטיין וואָס עס מיינט. "אין אַנדערע היימען זענען קינדער ווי מעבל," האָט חיה באַמערקט. "יעדער עלטערער מענטש וואָס זאָגט אַ קינד עפּעס, מוז דאָס קינד פֿאָלגן. מיר האָבן געוואָלט ווערן קינדער־אָריענטירט, נישט ריטואַל־אָריענטירט. לטובֿת די קינדער בין איך גרייט צו לײַדן פֿון די שכנים." הײַנט לעבן זיי אין אַ גרויסער שטאָט. די עלטערע צוויי קינדער זענען וווילע תּלמידים אין אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער טאָגשול; דאָס דריטע לערנט זיך אין אַן עפֿנטלעכער שול צוליב געוויסע לערן־פּראָבלעמען, און דאָס ייִנגסטע גייט נאָך אין אַ פֿאָרשול. אין פֿאַרגלײַך מיט די חסידישע משפּחות, וואָס פֿאָרן זעלטן אויף וואַקאַציעס מיט זייערע קינדער, האָבן זיי זייער ליב צו פֿאַרברענגען מיט די קינדער, הגם קיין געלט צו פֿאָרן אין די טוריסטן־ערטער האָבן זיי נישט. "אַלע זאַכן וואָס מע האָט מיר געהאַט אַרײַנגעשלאָגן אין קאָפּ, אַז ס׳איז געפֿערלעך, זע איך איצט אַנדערש," האָט חיה געזאָגט. "דער עיקר פֿאַר אונדז איז צו ראַטעווען די קינדער," האָט נחום געזאָגט. "כ׳מוז, קען און כ׳וועל עס טאָן." די פענאמעןSubmitted by Carl on Thu, 2011-05-19 00:28.
די פענאמען ווערט וואס א טאג מער און מער צעשפרייט. מען ווארט נאר אז די חרדי'שע רבנים זאלן זיך אויפוועקן און זען אז זייערע מעטאדן ארבעטן שוין נישט אין דער היינטיגער עפאכע. |