הרבֿ ווײַלדס מיט זײַן משפּחה און די מיטגלידער פֿון MJE בײַם יערלעכן ישׂראל־פּאַראַד |
Credit: MJE |
אין אַ שבת, סוף־אָקטאָבער, זענען בערך 40 יונגע ייִדן מיט אַ קנאַפּן וויסן וועגן ייִדישקייט געזעסן אין אַ גרויסן סאַלאָן אין ריווערדייל, ניו־יאָרק, און זיך באַטייליקט אין אַ סעסיע, "פֿרעגט דעם רבֿ".
"איר קענט מיך פֿרעגן וואָס איר ווילט, און איך וועל פּרוּוון צו ענטפֿערן," האָט דערקלערט הרבֿ דזשאָנאַטאַן ראָזנבלאַט, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון דער אָרטאָדאָקסישער שיל, "ריווערדייל דזשויִש סענטער".
לכתּחילה, האָט קיינער נישט אויפֿגעהויבן די האַנט. אָבער נאָך אַ ווײַלע, האָבן זיך אָנגעהויבן שיטן די שאלות:
"איך בין לעצטנס געווען בײַ אַ לוויה, און בײַם הספּד האָט דער רבֿ בלויז דערציילט ווי פֿרום דער ייִד איז געווען," האָט איין פֿרוי געזאָגט. "איז דאָס אַזוי בײַ אַלע ייִדישע לוויות? רעדט מען בלויז וועגן דער ייִדישקייט פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם, און נישט וועגן די אַנדערע אַספּעקטן פֿון זײַן לעבן?"
אַ יונגערמאַן האָט געפֿרעגט, ווי אַזוי זאָל ער לערנען תּורה מיט זײַנע נישט־ייִדישע פֿרײַנד און קאָלעגעס, וואָס פֿרעגן אים פֿאַרשידענע פֿראַגעס וועגן דעם ייִדישן גלויבן? אַ דריטער, וואָס האָט, אַ פּנים, ערשט לעצטנס אָנגעהויבן היטן שבת, האָט געפֿרעגט: "וואָס טוט מען מיט אַ שומר, וואָס ווען מע בעט אים שבת קוועטשן דאָס קנעפּל אין ליפֿט צום געוווּנטשענעם שטאָק, פֿאַרקרימט ער דאָס פּנים?"
בײַ יעדער פֿראַגע האָט דער רבֿ גוטמוטיק, און צו־מאָל מיט אַ ביסל הומאָר, דערקלערט זײַן מיינונג, וואָס האָט במילא אַרויסגערופֿן אַ לעבעדיקע דיסקוסיע בײַם עולם.
אַ טייל פֿונעם עולם בײַ איינער פֿון די אונטערנעמונגען פֿון דער MJE |
Credit: MJE |
די אינטערעסאַנטע אונטערנעמונג האָט דורכגעפֿירט "די ייִדישע איבערלעבונג אין מאַנהעטן" (Manhattan Jewish Experience), אויך באַקאַנט ווי MJE — אַן אָרגאַניזאַציע וואָס באַמיט זיך צו באַקענען אָפּגעפֿרעמדטע יונגע ייִדן אין די 20ער און 30ער מיט אָרטאָדאָקסישער ייִדישקייט, און גלײַכצײַטיק צו מוטיקן זיי חתונה צו האָבן מיט ייִדן.
די MJE איז געגרינדעט געוואָרן אין אויגוסט 1998, דורך אַ יונגן רבֿ, מאַרק ווײַלדס, לזכּרון זײַן מאַמען, רות ווײַלדס, ווי אַ מיטל צו באַקעמפֿן די שטײַגנדיקע אַסימילאַציע און געמישטע חתונות אין אַמעריקע. די אָרגאַניזאַציע האָט דרײַ צווײַגן אין מאַנהעטן: אינעם "אָפּער וועסט סײַד" "אָפּער איסט סײַד" און אויף 28סטער גאַס. זי פֿירט אָן מיט מנינים פֿאַר אָנהייבער; אַראַנזשירט שבתדיקע מאָלצײַטן בײַ ייִדישע משפּחות; אָרגאַניזירט שבתונים (וווּ מע פֿאַרברענגט צוזאַמען דעם גאַנצן שבת) אין ייִדישע געגנטן איבער ניו־יאָרק און ניו־דזשערזי. דערצו קומען רעגלמעסיק פֿאָר תּורה־קלאַסן און יום־טובֿ־פֿײַערונגען, און יערלעכע נסיעות קיין ישׂראל.
דעם פֿאַרגאַנגענעם אָקטאָבער האָט די אָרגאַניזאַציע אָנגעפֿירט מיט אַ מצווה־יריד, צו גיבן מענטשן אַ געלעגנהייט צו געבן בלוט, בודק זײַן זייערע קליידער פֿאַר שעטנז (אַ געמיש פֿון וואָל און פֿלאַקס, וואָס איז פֿאַרווערט לויטן דין); בודק זײַן זייערע מזוזות און תּפֿילין; טאָן וואָלונטיר־אַרבעט פֿאַר אַ גאָרקיך, אָדער שיקן מתּנות פֿאַר ייִדישע סאָלדאַטן אין איראַק און אַפֿגאַניסטאַן.
די האָרעוואַניע האָט טאַקע געבראַכט רעזולטאַטן: איבער 80 פּאָרלעך האָבן זיך שוין געטראָפֿן בײַ דער MJE און חתונה געהאַט.
בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", האָט הרבֿ ווײַלדס דערציילט, אַז ער האָט אָנגעהויבן זײַן אָרגאַניזאַציע, אַ דאַנק אַ סובסידיע פֿונעם פֿינאַנציסט און פֿילאַנטראָפּ, דזשאָרדזש ראָר. "זײַן בײַשטײַער האָט מיך געמוטיקט צו גיין צו אַנדערע מנדבֿים, און דערנאָך צו פֿונדאַציעס," האָט הרבֿ ווײַלדס געזאָגט. דער בודזשעט אין יענע יאָרן איז געווען בערך 200,000$; הײַנט איז ער נעענטער צו צוויי מיליאָן דאָלאַר.
דאָס געלט גייט נישט בלויז פֿאַר די פּראָגראַמען, אָבער אויך צו באַצאָלן די דרײַ אַנדערע רבנים אין דער אָרגאַניזאַציע, און צו העלפֿן צו באַצאָלן זייער דירה־געלט. "ס׳איז זייער טײַער צו וווינען אין מאַנהעטן," האָט הרבֿ ווײַלדס געזאָגט.
MJE איז נישט די איינציקע פֿרומע אָרגאַניזאַציע, וואָס באַמיט זיך צוצוציִען יונגע נישט־אַפֿיליִיִרטע ייִדן אין מאַנהעטן. חב״ד טוט עס (אַזוי ווי זי טוט עס איבער דער וועלט), ווי אויך די אָרגאַניזאַציע, "אש התּורה" (באַקאַנט אויך ווי "אש"). אָבער הרבֿ ווײַלדס באַטאָנט, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע איז זייער אַנדערש. "׳אש׳ און חב״ד לערנען, אַז אַ פֿרומער ייִד דאַרף זיך אָפּזינדערן פֿון דער סעקולערער וועלט. מיר האַלטן זיך אָבער פֿאַר מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע, אונדזער השקפֿה איז תּורה ומדע. מיר האַלטן, אַז אַ פֿרומער ייִד קאָן זיך אויסלעבן ווי אַ פֿולשטענדיקער טייל פֿון דער סעקולערער געזעלשאַפֿט."
דעם צוגאַנג קאָן מען קלאָר זען בײַ זייער אָנהייבער־מנין שבת אין דער פֿרי.
דער גרינדער און דירעקטאָר פֿון MJE, הרבֿ מאַרק ווײַלדס, בעת איינער פֿון זײַנע לעקציעס |
Credit: MJE |
בײַ חב״ד און "אש", אויב ס׳איז בכלל דאָ אַ מנין פֿאַר אָנהייבער, איז עס מער־ווייניקער די זעלבע ווי דאָס דאַווענען בײַ אַ געוויינטלעכן מנין. די האָפֿענונג איז, אַז וואָס אָפֿטער זיי וועלן קומען אין שיל, און וואָס מער זיי וועלן זיך לערנען, אַלץ גלאַטיקער וועט בײַ זיי ווערן דאָס דאַווענען.
אָבער ווי עס דערציילט איתן רייט, אַ 34־יאָריקער ספּעציאַליסט אין אינפֿאָרמאַציע טעכנאָלאָגיע און אַ מיטגליד פֿון MJE, איז דאָס דאַווענען דאָ גאָר אַנדערש ווי בײַ אַ געוויינטלעכן מנין. כּדי אויפֿצוהאַלטן דעם אינטערעס פֿון די מיטגלידער (וואָס ס׳רובֿ פֿון זיי קענען קוים דעם אלף־בית), הייבט מען אָן דעם מנין מיט תּורה־לייענען 9:00, און דערנאָך, 9:30, הייבט זיך אָן דאָס דאַווענען. מיט אַנדערע ווערטער, די וועלכע האָבן נישט קיין געדולד צו הערן דאָס תּורה־לייענען קענען עס איבערהיפּן אין גאַנצן.
"צו ערשט האָט עס מיך איבערראַשט, צו זען ווי מע האָט איבערגעדרייט דעם גאַנצן סדר — האָט רייט דערקלערט — אָבער איצט פֿאַרשטיי איך פֿאַר וואָס זיי טוען עס. אין ס׳רובֿ שילן שבת אין דער פֿרי זעט מען, ווי אַפֿילו די פֿרומע ייִדן שלאָפֿן אַ מאָל אײַן בשעתן תּורה־לייענען! אויב ס׳איז צו לאַנג פֿאַר זיי, שטעל זיך פֿאָר, ווי שווער עס מוז זײַן פֿאַר די מענטשן, וואָס פֿאַרשטייען נישט קיין לשון־קודש, אײַנצוזיצן." ראַבײַ ווײַלדס האָט, אַ פּנים, דערפֿילט, אַז אויב ער בײַט נישט דעם סדר פֿונעם דאַווענען, וועט ער יענע מענטשן פֿאַרלירן.
MJE האַלט, אַז איינער פֿון די בעסטע אופֿנים צוצוציִען די אָפּגעפֿרעמדטע ייִדן צו אַ מער ייִדישלעכן לעבן־שטייגער איז צו פֿאַרזיכערן, אַז זיי פֿאַרברענגען די שבתדיקע מאָלצײַטן מיט משפּחות, מיט וועמען זיי האָבן אַ בשותּפֿותדיקן אינטערעס. זיי באַמיִען זיך, למשל, צונויפֿצופּאָרן אַ יונגן דאָקטער אָדער מעדיצינישן סטודענט מיט אַ דאָקטערס משפּחה; אַ לערער — מיט אַ לערערס משפּחה, אאַז״וו.
"בײַם שבתדיקן טיש האָבן די יונגע לײַט אויך אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט די קינדער פֿון דער משפּחה, וואָס כּמעט אַלע פֿון זיי לערנען זיך אין אַ ייִדישער טאָגשול," האָט הרבֿ ווײַלדס געזאָגט. "ס׳איז וויכטיק פֿאַר זיי צו הערן וואָס די קינדער דערציילן וועגן די קלאַסן און די לערער. מיר ווילן, אַז זיי זאָלן זיך צוגעוווינען צום געדאַנק פֿון אַ טאָגשול, כּדי זיי זאָלן שפּעטער שיקן די אייגענע קינדער אַהין."
די שבתדיקע מאָלצײַטן זענען אַזוי וויכטיק, האָט הרבֿ ווײַלדס ווײַטער דערקלערט, אַז MJE טרענירט אַפֿילו די משפּחות, ווי אַזוי זיך צו באַציִען צו זייערע געסט. מע עצהט זיי צו בעטן, אַז יעדער בײַם טיש זאָל אָנגעבן זײַן נאָמען און ענטפֿערן אַ געוויסע פֿראַגע ווי, למשל, "וואָס איז די בעסטע חנוכּה־מתּנה, וואָס איר האָט אַ מאָל באַקומען?" אָדער "ווער איז געווען דער ייִדישסטער מענטש אין אײַער משפּחה?" אויב עס זיצן דרײַ אָדער פֿיר יונגע מענער און פֿרויען בײַ אַזאַ טיש, קאָנען אַזוינע פֿראַגעס אַרויסרופֿן אַ שמועס, און דערמעגלעכן די מענער און פֿרויען זיך צו באַקענען און האָפֿנטלעך דערפֿירן צו אַ שידוך.
דזשייסאָן און דזשעקי דעמבי זענען איינס פֿון די פּאָרפֿעלקער, וואָס האָבן חתונה געהאַט, אַ דאַנק MJE. ביידע זענען זיי שוין געהאַט געפֿאָרן אויף אַ "געבורטרעכט"־נסיעה קיין ישׂראל (די 10־טאָגיקע טורן פֿאַר סטודענטן, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל) און שפּעטער זענען זיי געוואָרן אַקטיוו בײַ MJE, וווּ זיי האָבן זיך מיט דער צײַט פֿאַרליבט.
ווי איז דזשייסאָן געקומען צו MJE? "עמעצער האָט מיר געהאַט דערציילט וועגן זייער אָנהייבער־מנין," האָט ער געזאָגט. "ביז דעמאָלט איז מײַן איינציקע רעליגיעזע דערפֿאַרונג געווען אין די גרויסע סינאַגאָגעס, וווּ די מענטשן קומען בלויז צו שמועסן מיט זייערע פֿרײַנד, נישט צו דאַווענען. אָבער בײַ MJE־מנין האָט יעדער זיך באַטייליקט, דאָס זינגען איז געווען שיין, און די טעמעס פֿון ראַבײַ ווײַלדס׳ דרשות זענען מיר שטאַרק געפֿעלן געוואָרן." ער האָט אָנגעהויבן נעמען קלאַסן, און מיט דער צײַט, האַלטן שבת און כּשרות. מיט דרײַ יאָר צוריק האָבן ער און דזשעקי חתונה געהאַט, און זיי האָבן שוין אַ טעכטערל.
נישט אַלע פּאָרפֿעלקער וואָס האָבן חתונה אַ דאַנק MJE, ווערן פֿרום. "אַ סך מענטשן קומען אין MJE, ווײַל זיי ווילן חתונה האָבן מיט אַ פֿײַנעם ייִדישן בחור אָדער מיידל," האָט הרבֿ ווײַלדס געזאָגט. "בײַ זיי איז MJE אַ געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציע."
איין מיטגליד, למשל, וואָס אַרבעט ווי אַ פּילאָט בײַ "אַמעריקאַן ערלײַנס", האָט לעצטנס געזאָגט הרבֿ ווײַלדס, אַז ער פֿלעג אַרויסגיין בלויז מיט נישט־ייִדישע פֿרויען. "כ׳האָב געהאַלטן, אַז ייִדישע פֿרויען דערקוטשען די מענער צו פֿיל, און פֿאָדערן צו פֿיל. אָבער זינט איך בין געוואָרן אַקטיוו אין MJE, האָב איך אָנגעהויבן זיך טרעפֿן מיט ייִדישע פֿרויען, און איך האָב שוין געלייזט בײַ זיך, איך וויל בלויז חתונה האָבן מיט אַ ייִדישער פֿרוי."
אַ מאָל מאַכט MJE אַ רושם אויף אַ מענטש, וואָס ער באַמערקט נישט ביז יאָרן שפּעטער. אַ דאָקטער אין די דרײַסיקער, אַ קינדער־כירורג בײַם "קאָלומביע־פּרעסביטעריאַן שפּיטאָל", איז געוואָרן אַזוי דערשלאָגן נאָך דעם ווי זײַן מאַמע איז געשטאָרבן, אַז ער האָט זיך "צעקריגט" מיט גאָט. איין יום־כּיפּור האָט אַ פֿרײַנד אים "אַרײַנגעשלעפּט" אינעם אָנהייבער־מנין פֿון MJE, און צו־ביסלעך האָט ער זיך ווידער פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדישקייט.
איינע פֿון זײַנע פּאַציענטקעס, אַ קליין מיידעלע, האָט געהאַט אַ שלעכטן פּראָגנאָז. במשך פֿון די 6—8 חדשים, וואָס ער האָט באַמיט זי צו האַלטן בײַם לעבן האָט ער זיך דערנענטערט סײַ צו איר, סײַ צו איר משפּחה. איין מאָל, נאָכן זיצן מיטן מיידעלע און איר משפּחה, האָט ער אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ צו דער סטעליע און געשעפּשעט: "גאָט, דו ווייסט, אַז ס׳איז גאָרנישט דאָ מער וואָס איך קען טאָן. אויב דו לאָזסט זי לעבן, זאָג איך צו, כ’וועל אָנהייבן היטן שבת." הײַנט איז דער דאָקטער נישט בלויז אַ פֿרומער ייִד, נאָר ער אַרבעט אין אַ שפּיטאָל אין ישׂראל, וווּ ער האָט לעצטנס חתונה געהאַט מיט אַ פֿרוי פֿון חיפֿה.
ס׳רובֿ פֿון די MJE־מיטגלידער באַזעצן זיך אָבער נישט אין ישׂראל, און די וועלכע וווינען ווײַטער אין מאַנהעטן, ווי די דעמביס, האַלטן סײַ־ווי אָן די באַציִונג מיטן אָנהייבער־מנין, לאַנג נאָך דעם ווי זיי זענען שוין מער נישט קיין "אָנהייבער".
"מע וואָלט געדאַרפֿט מיינען, אַז די נאַטירלעכע זאַך צו טאָן נאָך דעם ווי מע ווערט פֿרום איז אָפּצולאָזן דעם אָנהייבער־מנין און גיין אין אַן אַנדער שיל," האָט דעמבי דערקלערט. "אָבער ניין, דאָס איז טאַקע געוואָרן אונדזער קהילה. דאָרט פּראַווען מיר די חתונות און אַנדערע שׂימחות פֿון אונדזערע פֿרײַנד, און דערציִען אונדזערע קינדער צוזאַמען. מיר פֿילן זיך דאָרט אַזוי היימיש, אַז מיר ווילן נישט אַוועק."
דער מיצווה־יריד, אָרגאַניזירט פֿון דער MJE |
Credit: MJE |