בעת דעם "פּוטש" דעם 19טן אויגוסט 1991 בין איך אין מאָסקווע ניט געווען. צו דער צײַט פֿון דער איבערקערעניש, ווען מע האָט געפּרוּווט אַראָפּוואַרפֿן מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוון און זיך אומקערן אויפֿן סקאַרבאָוונעם סאָוועטישן וועג, האָב איך — צוזאַמען מיט מײַן משפּחה — געוויילט אין אַ דאָרף, עטלעכע קילאָמעטער פֿון מײַן היימשטאָט זאַפּאָריזשיע (איך נוץ דאָ דעם אוקראַיִנישן נאָמען פֿון דער שטאָט). מיר זײַנען געקומען אַהין, כּדי פֿאַרברענגען עטלעכע וואָכן בײַם דניעפּר, צוזאַמען מיט מײַן מאַמען און שוועסטער, בפֿרט נאָך, אַז מיר האָבן ניט געוווּסט, צי מיר וועלן זיך זען אין דעם קומענדיקן יאָר.
איך האָב זיך דעמאָלט שוין באַפֿרײַט פֿון מײַן אַרבעט אין דעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", און מײַן ווײַב האָט פֿאַרלאָזט איר אַרבעט אין אַ מאָסקווער לערן־שול. אַלץ איז געווען מער אָדער ווייניקער גרייט כּדי אַרויסצופֿאָרן קיין אָקספֿאָרד, וווּהין מיך האָט מען אָנגענומען צו שרײַבן אַ דאָקטאָראַט. זיך אומקערן קיין רוסלאַנד האָבן מיר ניט פּלאַנירט. זינט 1979 זײַנען אין די "געהעריקע אינסטיטוציעס" געלעגן אונדזערע פּאַפּירן אויף צו עמיגרירן פֿון דעם לאַנד, וווּ מיר זײַנען געבוירן געוואָרן, אויסגעוואַקסן, אָבער לאַנגע יאָרן געלעבט מיט אַ האָפֿענונג זיך פֿון דאָרטן אַרויסרײַסן.
און פּלוצעם — דער "פּוטש". דאָס האָט געשמעקט מיט זייער ערנסטע נאָכפֿאָלגן פֿאַר אַזעלכע "ניט-סאָוועטישע" לײַט ווי איך. אין בעסטן פֿאַל וואָלט געווען אוממעגלעך צו פֿאָרן קיין ענגלאַנד. דרײַ טעג זײַנען מיר ממש געווען צוגעקאָוועט צו דער טעלעוויזיע און צום ראַדיאָ. אָבער נאָך אָט דעם תּישעה-באָבֿ איז געקומען די אייפֿאָריע פֿון די גסיסה-טעג פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. מיר האָבן זיך יאָ אַרויסגעריסן קיין מערבֿ און אין משך פֿון די צוואַנציק יאָר האָב איך קיין איין רגע ניט געבענקט נאָך די אוקראַיִנישע און רוסישע יאָרן מײַנע. זיי זײַנען געוואָרן — ווי די ענגלענדער זאָגן — "וואַסער אונטער דער בריק"; און ס’איז באַוווּסט, אַז צוויי מאָל אין דעם זעלבן וואַסער גייט מען ניט אַרײַן.
דאָך בין איך לעצטנס (ווי כ’האָב שוין פֿאַראַכטאָגן געשריבן) יאָ אַרײַן אין דעם וואַסער — צום ערשטן מאָל זינט די "פּוטש"-טעג באַזוכט זאַפּאָריזשיע. ווײַל איך האָב דאָרטן פֿאַרבראַכט אין גאַנצן דרײַ טעג און, דער עיקר, צווישן די בר-מזלס פֿון דער קאַפּיטאַליסטישער טראַנספֿאָרמאַציע, האָב איך זייער אייבערפֿלעכלעכע אײַנדרוקן וועגן דעם מצבֿ פֿון אַנדערע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג. און דאָך דאַכט זיך מיר, אַז דער פּראָסטער עולם האָט זייער ווייניק באַקומען אָדער האָט אַפֿילו פֿאַרשפּילט אין דעם פּראָצעס פֿון דע-סאָוועטיזאַציע. אַן ערך דאָס זעלבע, אַגבֿ, קען מען זאָגן וועגן רוסלאַנד. דערפֿאַר שטימט מען פֿאַר פּוטינען, ווײַל פֿון אים ווייעט מיט סאָוועטישקייט. דערפֿאַר האַלט מען אונטער לוקאַשענקאָ אין ווײַסרוסלאַנד. דערפֿאַר — אַ סך זאַכן, וואָס דעם מערבֿדיקן מענטשן לייגן זיך ניט אויפֿן שׂכל.
|
פֿאַרלאָזטער געוועזענער סאַנאַטאָריום בײַם דניעפּר |
|
די הויפּט-צרה באַשטייט אין דעם, וואָס עס האָט זיך ניט געביטן די יסודותדיקע אייגנאַרטיקייט פֿון דער געזעלשאַפֿט, וווּ דער עולם האָט ניט קיין וואָרט, ווײַל עס זײַנען פֿאַקטיש ניטאָ קיין אינסטיטוציעס פֿון ציווילער געזעלשאַפֿט. די באָלשעוויקעס האָבן דאָך זינט די ערשטע טעג בײַ דער מאַכט געטאָן אַלץ, כּדי אַזעלכע אינסטיטוציעס ליקווידירן, און פּטור ווערן אויך פֿון די מענטשן, וועלכע האָבן געוואָלט, אָדער געקענט, זײַן טעטיק אין אַזעלכע אומאָפּהענגיקע סטרוקטורן. אויף אַן איניציאַטיוו, וואָס איז ניט געווען אַראָפּגעלאָזט פֿון אויבן, האָט מען געקוקט ווי אויף אַ פֿאַרדעכטיקער זאַך. אַ דור נאָך אַ דור איז אויסגעוואַקסן אין דער אַטמאָספֿער פֿון דערשטיקטער געזעלשאַפֿטלעכער אַקטיווקייט. מע האָט די אַקטיווקייט נאָר סטימולירט — אין די כּמו-וואַלן, אין דעם כּמו-פּאַרלאַמענט, אין דער גאַנצער כּמו-דעמאָקראַטיע. און מע געניסט נאָך אַלץ פֿון די פֿרוכטן פֿון אָט דער סאָוועטישער מי: די סאָוועטישע סיסטעם איז פֿאַרביטן געוואָרן דורך אַ קאָרומפּירטער כּמו-דעמאָקראַטיע.
אַ שטיקל סימבאָל פֿון דעם איצטיקן מצבֿ האָב איך דערזען בײַם דניעפּר. די זאַך איז, אַז אין די פֿריִערדיקע צײַטן פֿלעגן גרויסע פֿאַבריקן בויען און אויסהאַלטן דאָס וואָס מע רופֿט אין אַמעריקע "קעמפּן". אַזעלכע קעמפּן, אָדער "באַזעס פֿאַר אָפּרו" (אין סאָוועטישן לשון), האָבן געגעבן אַ מעגלעכקייט צו פֿאַרברענגען עפּעס אַ צײַט בײַם טײַך, און קאָסטן האָט עס געקאָסט זייער ביליק. ווײַל מיר האָבן געהאַט קרובֿים אין זאַפּאָריזשיע, פֿלעגן מיר שיִער ניט יעדן זומער קומען אַהין פֿון מאָסקווע, און דאָס איז געווען אַ שטיקל גן-עדן פֿאַר אונדזערע קינדער. זײַנען מיר, מײַן ווײַב און איך, אַוועק אַ קוק צו טאָן, וואָס מיט אָט די קעמפּן איז געוואָרן איצט.
ס’רובֿ פֿון זיי זײַנען פֿאַרמאַכט אָדער פּריוואַטיזירט געוואָרן. דער קעמפּ, וווּ מיר האָבן פֿאַרבראַכט ניט איין זומער, זעט אויס אַ סך נעבעכדיקער ווי אַ מאָל, און אויפֿן טויער שטייט געשריבן, אַז מע טאָר ניט אַרײַנטראָגן קיין געווער אויף זײַן טעריטאָריע. די פּריוואַטיזירטע קעמפּן זײַנען גאַנץ טײַער פֿאַרן פּשוטן אַרבעטער און ניט זייער צוציִענדיק פֿאַר די לײַט, וועלכע קענען פֿאָרן קיין טערקײַ צי נאָך ערגעצוווּ. אויפֿן אָרט פֿון אייניקע קעמפּן זײַנען אויסגעוואַקסן הינטערשטאָטישע פּאַלאַצן פֿון היגע בר-מזלס. הקיצור, דאָס וואָס איז געווען צוטריטלעך פֿאַר זייער אַ סך מענטשן איז געוואָרן אַ מקום-מנוחה פֿאַר געציילטע לײַט.
מיט אַנדערע ווערטער, אין די לעצטע צוויי יאָרצענדליק האָט דע-סאָוועטיזאַציע געמיינט אַז דער עולם איז פֿאַראָרעמט געוואָרן און נאָר אַ קליינער חלק פֿון דער באַפֿעלקערונג איז געוואָרן פֿאַרמעגלעך אָדער אַפֿילו באמת רײַך. ניט איין מאָל האָב איך געזען, ווי פֿרויען מיט אינטעליגענטע פּנימער ראַמען און קלײַבן צונויף מיסט. מיט צוואַנציק יאָר צוריק האָט מען אַזעלכע פּנימער בײַ אַזאַ באַשעפֿטיקונג ניט געזען. קיין חידוש ניט, אַז מע בענקט נאָך די סאָוועטישע צײַטן. ריכטיקער — מע איז בייז אויף דעם קרומען וועג, אויף וועלכן ס’איז אַוועק די נאָך-סאָוועטישע געזעלשאַפֿט.