געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם באַגריף פֿון "בלוטיקן זונטיק" אַסאָציִיִרט מען מיט עטלעכע טרויעריקע געשעענישן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין פֿאַרשיידענע תּקופֿות און פֿאַרשיידענע לענדער. אין רוסלאַנד איז עס, פֿאַרשטייט זיך, דער זונטיק דעם 9טן (אָדער דעם 22סטן, לויטן מאָדערנעם קאַלענדאַר) יאַנואַר 1905, ווען די צאַרישע אַרמיי האָט געשאָסן אין אַ פֿרידלעכער דעמאָנסטראַציע. אין בריטישן און אירלענדישן היסטאָרישן זכּרון איז עס גאָר אַן אַנדער טאָג — דער 30סטער יאַנואַר 1972, ווען בריטישע זעלנער פֿון אַ פּאַראַשוטיסטן-רעגימענט האָבן גענומען שיסן אין אירלענדיש-קאַטוילישע דעמאָנסטראַנטן. אין רוסלאַנד איז דאָס פֿאָלק געווען מיד פֿון דער מלחמה מיט יאַפּאַן און זײַנען ניט צופֿרידן געווען מיט עקאָנאָמישע שוועריקייטן. אין צפֿון-אירלאַנד האָט מען פּראָטעסטירט קעגן דער פּראַקטיק פֿון אַרעסטירן מענטשן און האַלטן זיי אָן אַ געריכט. די פּאָליציי און די אַרמיי האָבן באַקומען די מעגלעכקייט צו טאָן אַזעלכע זאַכן, ווײַל מע האָט געגלייבט אַז דאָס וועט העלפֿן אָפּצושוואַכן די מיליטאַנטישע גרופּעס.

יענעם זונטיק, אין יאַנואַר 1972, זײַנען 13 מענטשן אָדער דערשאָסן געוואָרן אָדער אומגעקומען אונטער די רעדער פֿון מיליטערישע אויטאָס. און פֿון די 14 פֿאַרוווּנדיקטע אין דעם זעלבן טאָג איז איינער שפּעטער געשטאָרבן. עטלעכע אומגעבראַכטע דעמאָנסטראַנטן זײַנען געווען אין גאַנצן 17 יאָר אַלט. געשען איז דאָס אין דער צווייט-גרעסטער שטאָט פֿון צפֿון-אירלאַנד, דערי (אָדער לאָנדאָנדערי), וווּ דער גרעסטער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג האָט געהערט צו דער קאַטוילישער געמיינדע. אין צפֿון-אירלאַנד איז זייער חלק געווען דורכשניטלעך קלענער, און דאָס איז געווען די סיבה, פֿאַר וואָס דער דאָזיקער טייל פֿון אירלאַנד — איין זעקסטל פֿונעם אינדזל — איז ניט אַריבער אין דער אירלענדישער רעפּובליק, ווען זי האָט זיך נאָך אַ לאַנגן קאַמף אָפּגעטיילט פֿון דעם פֿאַראייניקטן קיניגרײַך. די פּראָטעסטאַנטישע באַפֿעלקערונג האָט זיך געהאַלטן פֿאַר געטרײַע אונטערטאַנערס פֿון דעם בריטישן מלכות און בשום-אופֿן ניט געוואָלט בלײַבן אַ מינאָריטעט אין דעם נײַעם קאַטוילישן לאַנד. די צעטיילונג אויף קאַטוילישע און ניט-קאַטוילישע, דער עיקר פּראָטעסטאַנטישע, סעגמענטן בלײַבט נאָך אַלץ שאַרף אין יענע מקומות.

פֿאַרשיידענע תּקופֿות, פֿאַרשיידענע לענדער, אָבער די "בלוטיקע זונטיקן" אין רוסלאַנד און אירלאַנד פֿאַראייניקט איין זאַך, דהײַנו: מיליטערלײַט האָט מען געשיקט אויסצופֿילן ריין-פּאָליציאַנטישע פֿונקציעס, און דער סוף איז אין ביידע פֿאַלן געווען אַ טרויעריקער. מע האָט ניט נאָר אומגעבראַכט ציווילע מענטשן, אָבער אויך טראַגיש געביטן די טראַיעקטאָריע פֿון דער געשיכטע. אין רוסלאַנד איז די שחיטה איבערגעוואַקסן אין דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע, אַ רעפּעטיציע פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע אין יאָר 1917, בעת אין צפֿון-אירלאַנד האָט דער "בלוטיקער זונטיק" רעקרוטירט טויזנטער מענטשן אין כּלערליי טעראָריסטישע גרופּעס, וועלכע האָבן געוואָלט צערײַסן אַלע פֿאַרבינדונגען מיט גרויס-בריטאַניע.

מער פֿון דרײַ טויזנט מענטשן זײַנען אומגעקומען אין די קומענדיקע דרײַ יאָרצענדליק, אַזש ביז דער "גוט-פֿרײַטיקדיקער צונויפֿגערעדטקייט", אונטערגעשריבן אין אַפּריל 1998. דער דאָזיקער אָפּמאַך, אַ דרייסטער און וויכטיקער אויפֿטו פֿון טאָני בלער און זײַן רעגירונג, האָט, סוף-כּל-סוף, געשטעלט צפֿון-אירלאַנד אויפֿן דרך צו אַ מער אָדער ווייניקער נאָרמאַלן לעבן; דאָס הייסט, צו אַ מצבֿ, ווען אומגליקן אויף די וועגן טראָגן אַוועק מער מענטשלעכע לעבנס איידער די קאָנפֿליקטן צווישן די קאַטוילישע און פּראָטעסטאַנטישע פּאַראַ-מיליטערישע גרופּירונגען.

אָבער דער פּראָצעס פֿון פֿאַרהיילן די וווּנדן האָט זיך אויף דעם ניט אָפּגעשטעלט. ניט לאַנג צוריק, דעם 15טן יוני, זײַנען אַנאָנסירט געוואָרן די רעזולטאַטן פֿון אַ נײַער אויספֿאָרשונג וועגן די אומשטאַנדן פֿון דעם "בלוטיקן זונטיק" אין יאַנואַר 1972. אין משך פֿון צען יאָר האָט געאַרבעט די קאָמיסיע; אין דער אַרבעט, פֿון וועלכער מען האָט אַרײַנגעגאָסן נאָענט צו 200 מיליאָן פֿונט. דער ציל איז געווען צונויפֿקלײַבן אַן אָביעקטיווע אינפֿאָרמאַציע וועגן די דעמאָלטיקע געשעענישן אויף די גאַסן פֿון דערי און אויסקלאָרן ווער עס טראָגט די פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿאַר פֿאַרגיסן דאָס בלוט. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט דייוויד קאַמעראָן, דער בריטישער פּרעמיער-מיניסטער, אָפֿיציעל געבעטן מחילה פֿאַר די מעשׂים-רעים מיט 28 יאָר צוריק. דער הויפּט-קאָמאַנדיר פֿון דער בריטישער אַרמיי, גענעראַל דייוויד ריטשאַרדס, האָט אונטערגעהאַלטן דעם פּרעמיער-מיניסטער. ער האָט אויך אָנערקענט, אַז די אַרמיי האָט זיך דעמאָלט אויפֿגעפֿירט ניט ריכטיק.

די פּרטימדיקע אויספֿאָרשונג האָט אַנטפּלעקט, אַז דאָס מיליטער האָט דעם עולם ניט געגעבן קיין וואָרענונג — מע האָט גלײַך אָנגעהויבן שיסן. אייניקע לײַט זײַנען דערשאָסן געוואָרן, ווען זיי האָבן געפּרוּווט פֿאַרלאָזן דאָס אָרט פֿון דער דעמאָנסטראַציע. קיינער פֿון די אומגעבראַכטע צי פֿאַרוווּנדיקטע אירלענדער האָט ניט געשטעלט אין סכּנה די לעבנס פֿון די סאָלדאַטן. ס’איז אויך פֿעסטגעשטעלט געוואָרן, אַז אַ סך סאָלדאַטן פֿלעגן לײַגן בעת די פֿריִערדיקע אויספֿאָרשונגען. דער גענעראַל ריטשאַרדס האָט געזאָגט: "דער באַריכט האָט בײַ מיר ניט איבערגעלאָזט קיין ספֿקות, אַז ערנסטע פֿעלערן פֿון אָפֿיצירן און סאָלדאַטן האָבן אין יענעם שרעקלעכן טאָג געבראַכט צום אומברענגען 13 ציווילע בירגער, וואָס האָבן ניט געטאָן גאָרנישט אַזוינס וואָס זאָל קענען באַרעכטיקן די שיסערײַ."

צו הערן אַזעלכע רייד מיט 28 יאָר צוריק איז, אַ פּנים, געווען אוממעגלעך. נאָר פֿון אַ גרויסער צײַט-דיסטאַנץ באַקומען זיך מער אָדער ווייניקער אָביעקטיווע אָפּשאַצונגען. דאָס הייסט דעמאָלט, ווען דאָס געשעעניש ווערט שוין אַ פֿענאָמען פֿון געשיכטע.